אײראָפּע, קולטור
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די זינגערין יעל כּהן

דער חודש יוני איז געווען אַ פֿרוכ­פּער­דיקער אויף אינטערעסאַנטע קולטו­רעלע אונ­טער­נעמונגען, איך וויל זיך אָבער אָפּשטעלן בלוי אויף דרײַ פֿון זיי: די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך; גראַדויִר־קאָנ­צערט פֿון יאל כּהן און דעם באַזוך פֿון דניאל גלאַי.

דאָס נײַע און לעצטע בוך פֿונעם אָנ­געזעענעם היסטאָריקער אין מאָלדאָווע, ד״ר יעקבֿ קאָפּאַנסקי הייסט "די ייִדישע נאַציא­ָנאַלע באַוועגונג אין בעסאַראַביע צווישן ביידע וועלט־מלחמות (1918־1940).

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קינדער־כאָר "כּוכבֿים"

צוויי וויכטיקע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן פֿון די קעשענעווער ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט: דאָס אָפּצייכענען דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ייִדיש־קלוב. דעם 12טן מערץ, אינעם געבוירן־טאָג פֿונעם שרײַבער איז דאָס קהילה־הויז געווען פֿול געפּאַקט. אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, און אויף דער בינע בײַ אַ טישל איז געזעסן מאַרינע, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, און מיכאל פֿינקעל, פּאָעט און שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם קהילה־הויז. ער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן אָוונט.

אײראָפּע, קולטור
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָסקווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענגעלסדאָרף

די גלאָבאַלע דערוואַרעמונג האָט אונדזער לאַנד נישט אָנגערירט. פֿון חנוכּה ביז הײַנט באַלעבאַטעוועט דער פֿראָסט, באַזונדערס בײַנאַכט. די קעלט האָט אָבער נישט אָפּגע­שטעלט די אַקטיוויטעטן אינעם ייִדישן קהילה־צענטער, וואָס האָט אָפּגעמערקט זײַן צוויי־יאָריקן געבורטסטאָג. פֿאַרשטייט זיך, צוויי יאָר איז בלויז אַ קינדער־עלטער, לאָמיר אָבער נעמען אין באַטראַכט, וויפֿל גוטע זאַכן זײַנען געגרינדעט געוואָרן במשך פֿון דער צײַט סײַ פֿאַר די דער­וואַקסענע און סײַ פֿאַר קינדער.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענגעלסדאָרף מיט זײַן פֿרוי אינאַ

ערבֿ־ראָש־השנה איז אין דער חב״ד־שיל, וואָס געפֿינט זיך אין קעשענעוו אויף דער גאַס אָנגערופֿן לכּבֿוד דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, פֿאָרגעקומען די הויפּט־אונטערנעמונג. אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָלדאָווע, הרבֿ זלמן־לייב אַבעלסקי. ער פֿירט אָן מיט דער קהילה שוין 15 יאָר. סײַ דער אונטערשטער גאָרן אין דער שיל און סײַ דער אייבערשטער — דער ווײַבערשער — זײַנען געווען פֿול געפּאַקט. ייִדן, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, האָבן זיך געוווּנטשן אַ גוט, געזונט יאָר.

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער קאָנצערט לטובֿת

די הויפּט־טעמע אינעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ־חודש האָט דאָמינירט די טעמע — ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צענטראַלע אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם "יום־העצמאות" און "יום־ירושלים". אמת, צוליב דעם בײַט פֿון די אַמבאַסאַדאָרן, האָבן מיר דאָ געפֿײַערט דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג נישט אין אַפּריל, נאָר מיט אַ פֿאַר­שפּעטיקונג, דעם 14טן מײַ. אויפֿן אָרט פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין נעמי בן־עמי, איז געקומען דער קורצווײַליקער דיפּלאָ­מאַ­טישער ישׂראל־שליח אין מאָלדאָווע שחר אַריאלי. ער האָט טאַקע אָרגאַניזירט דעם פֿײַערלעכן אויפֿנעם, אויף וועלכן עס זײַנען בײַגעווען די מיטגלידער פֿון דער מאָל­דאַווישער רעגירונג, פּארלאַמענט־דע­פּו­טאַטן, אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה און אַנדערע געסט.

פּאָליטיק, אײראָפּע
בראָניסלאַוו גערעמעק

דער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן פּוילישן היסטאָרי­קער און פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם בראָניסלאַוו גערעמעק איז אַ באַווײַז, אַז די פּאָסט־קאָמוניסטישע מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין אַ נײַער תּקופֿה פֿון איר געשיכטע. סײַ פֿון דער, און סײַ פֿון יענער זײַט פֿון דעם פּלויט, וואָס טיילט אָפּ די "דעמאָקראַטישע" מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿון זייערע פּאָסט־סאָוועטישע שכנים, האַלטן אין איין וואַקסן קאָנסערוואַטיווע, שאָוויניס­טי­שע און אַנטי־ליבעראַלע שטימונגען.

אײראָפּע, קהילה־לעבן

וועראַ קריזשאַק אין איר קעשענעווער ביוראָ
די מיטאַרבעטאָרין פֿונעם ישׂראל־"דזשוינט", וועראַ קריזשאַק, איז געשטאַנען בראָש דער פֿאָרשטייערשאַפֿט אין מאָלדאָווע פֿינף יאָר. סוף 2006 האָט זיך איר שליחות פֿאַרענדיקט און פֿאַרן אַוועקפֿאָרן אַהיים, קיין ישׂראל, האָט זי געהאַט אַ קורצן שמועס מיט אונדזער קאָרעספּאָנדענט אין מאָלדאָווע סערגאָ בענגעלסדאָרף.

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע ״אוהל־יעקבֿ״־שיל אין מינכן
אַזוינס האָט מינכן שוין לאַנג נישט געזען. דעם 9טן נאָוועמבער, אין דער פֿרי, באַגלייט פֿון טויזנטער פּאָליציאַנטן, איז איבערן צענטער פֿון דער שטאָט דורכגעגאַנגען אַ פּראָצעסיע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט די פּאָליטישע גדולים פֿון דײַטשלאַנד: פּרעזידענט האָרסט קיאָלער, וויצע־קאַנצלער, דער ספּיקער פֿון בונדעסטאַג, מיניסטער־פּרעזידענט פֿונעם לאַנד בײַערן, מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן, פֿירער פֿון פּאָליטישע פּאַרטייען, דער בירגעמײַסטער פֿון מינכן און דער מינכנער עפּיסקאָפּ, ווי אויך אַ סך געסט פֿון אויסלאַנד — דער פּרעזידענט פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס, עדגאַר בראָנפֿמאַן; דער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין דײַטשלאַנד — בסך־הכּל איבער טויזנט מענטשן. אין דער ערשטער ריי האָט מען געקאָנט זען די רבנים מיט ספֿרי-תּורה פֿון דער אַלטער שיל. די גאַנצע פּראָצעסיע איז געגאַנגען צו דער נײַער שיל "אוהל־יעקבֿ".

פּאָליטיק, אײראָפּע
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַנדידאַט פֿיליפּ דעווינטער, בעת אַ זיצונג פֿון דער פֿלעמישער עקסטרעם־רעכטערפּאַרטיי ״וולאַאַמס בעלאַנג״, אין אַנטווערפּן, פֿאַראַכטאָגן זונטיק
אײנע פֿון די קלאָרע טענדענצן פֿונעם איצטיקן פּאָליטישן האַרבסט אין מערבֿ־אײראָפּע איז די װאַקסנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון די עקסטרעם־רעכטע און נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטײען. אַ בולטער סימן פֿון אַזאַ װוּקס איז דער דערפֿאָלג פֿון דער פֿלעמישער פּאַרטײ "װלאַאַמס בעלאַנג" (פֿלאַנדרישער אינטערעס) אין צפֿון־בעלגיע, בעת די װאַלן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק. אין עטלעכע שטעט איז זי געקומען די ערשטע. דאָס שפּיגלט אָפּ ניט בלויז די פּאָלאַריזירונג אין דער בעלגישער געזעלשאַפֿט, נאָר אויך אַן אַלגעמײנע מערבֿ־אײראָפּעיִשע טענדענץ, האַלטן אײניקע אַנאַליטיקער.

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: אַלעקסעי און נאַטאַליאַ דיגאָרע, סערגאָ בענגעלסדאָרף
געוויינטלעך, איז דער אויגוסט אין אונדזערע מקומות אַ שטילער חודש; מענטשן פֿאָרן אַרויס אויף וואַקאַציעס, און דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן שטילט אײַן ביז ראָש־השנה. אָבער הײַיאָר, האָבן די געשעענישן אין דער וועלט און בײַ אונדז גופֿא זיך אַנטוויקלט אַזוי אינטענסיוו, אַז, נישט געקוקט אויף די גרויסע היצן סוף אויגוסט, אָנהייב סעפּטעמבער, האָט דער ייִדישער עולם זיך צונויפֿגענומען כּמעט יעדע וואָך אויף פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען — סײַ טרויעריקע און סײ פֿריילעכע.