דער קאַנדידאַט פֿיליפּ דעווינטער, בעת אַ זיצונג פֿון דער פֿלעמישער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי ״וולאַאַמס בעלאַנג״, אין אַנטווערפּן, פֿאַראַכטאָגן זונטיק |
Getty Images |
אויפֿן סדר־היום פֿון "װלאַאַמס בעלאַנג" שטייען כּולל צװײ הױפּט־פּונקטן׃ דאָס אָפּשטעלן די אימיגראַציע און צעטײלן די בעלגישע מלוכה אויף צװײ טײלן — דעם פֿלעמיש־רעדנדיקן צפֿון און דעם פֿראַנצױזיש־רעדנדיקן דרום. אײניקע פּאַרטיייִשע פֿירער באַרעכטיקן אַזאַ "גט" מיט ראַסיסטישע ראַיות׃ "זײ [די פֿראַנצױזן] טראָגן אין זיך לאַטײַנישע גענעס, בעת מיר קומען פֿונעם נאָרדישן שטאַם". אַזאַ מין לשון פֿאַרמאָגט אַן אָפּקלאַנג פֿונעם נאַציסטישן װעלטבאַנעם, װאָס איז געװען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די אָבֿות פֿון דעם פֿלעמישן נאַציאָנאַליזם, װעלכע האָבן מיטגעאַרבעט מיט די דײַטשישע אָקופּאַנטן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה.
די איצטיקע פֿירערשאַפֿט פֿונעם "װלאַאַמס בעלאַנג" װיל, נאַטירלעך, ניט דערמאָנען אין דעם ניט־שײנעם ייִחוס פֿון זײער פּאַרטײ. דעם טראַף פֿון זײער מליצה שטעלן זיי אױף דעם קאַמף קעגן אימיגראַציע. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר האָבן די רעכטע נאַציאָנאַליסטן כּסדר געװינען די שטיצע פֿון דעם עמך אין די קלײנע פֿלעמישע שטעטלעך. דערװײַל האָבן זיך די רעגירנדיקע פּאַרטײען באַמיט צו האַלטן די נאַציאָנאַליסטן װײַט פֿון דער מאַכט. מיט צװײ יאָר צוריק האָט דאָס העכסטע געריכט פֿון בעלגיע פֿאַרװערט די פּאַרטײ, װאָס האָט דעמאָלט געטראָגן דעם נאָמען "װלאַאַמס בלאָק" (פֿלעמישער בלאָק). דערנאָך האָט מען געשאַפֿן אַ נײַע פּאַרטײ אונטער דעם נאָמען "װלאַאַמס בעלאַנג", װאָס קלינגט גאַנץ ענלעך. אײניקע אַנאַליטיקער דערקלערן די הױכע פּאָפּולאַריטעט פֿון די פֿלעמישע נאַציאָנאַליסטן מיט דעם פֿאַקט, װאָס לױטן געזעץ, איז דאָס באַטײליקן זיך אין די װאַלן אַ חובֿ אין בעלגיע, װאָס פֿירט צו אַ הױכן אָנטײל פֿון די "פּראָטעסט־שטימען", װעלכע גײען צו די עקסטרעמיסטישע פּאַרטײען.
װי עס זאָל ניט זײַן, שפּיגלט די הצלחה פֿון די נאַציאָנאַליסטן אָפּ ניט בלויז די װאַקסנדיקע סאָציאַלע, קולטורעלע און רעליגיעזע שפּאַנונגען אינעם לאַנד, נאָר אויך די אַלגעמײנע טענדענץ אין דער אײראָפּעיִשער פּאָליטיק. אין מיזרח־דײַטשישן שטאַט מעקלענבורג־פֿאָרפּאָמערן האָט די נעאָ־נאַציסטישע "נאַציאָנאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטײ" באַקומען פֿינף שטעלעס אין דעם רעגיאָנאַלן פּאַרלאַמענט, װאָס פֿאַרפֿעסטיקט די פּאָזיציעס פֿון די נעאָ־נאַציסטן אין דער אַלגעמיינער דײַטשישער פּאָליטיק. די עקסטרעם־רעכטע גרופּעס נוצן אויס אין זײער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַרשידענע מאָדערנע מיטלען. ניט לאַנג צוריק האָבן די דײַטשישע נעאָ־נאַציסטן מחרים געװען די אינטערנעץ װי אַן אינסטרומענט פֿון דער שעדלעכער אַמעריקאַנער השפּעה, װאָס איז פֿרעמד דעם עכט־דײַטשישן גײַסט. אָבער מיט אַ חודש צוריק האָבן זײ אָנגעהויבן אױספֿאַרטיקן אַן אײגענע נײַעס־פּראָגראַם, װאָס װערט פֿאַרשפּרײט דורך דעם װעב־פּאָרטאַל "YouTube". דער פֿאָרמאַט און סטיל פֿון די נעאָ־נאַציסטישע נײַעס זעט אױס ענלעך צו די אָװנט־נײַעס פֿונעם ערשטן קאַנאַל אין דער דײַטשישער טעלעװיזיע, אָבער דער אינהאַלט איז פֿולגעפּאַקט מיט ראַסיסטישער פּראָפּאַגאַנדע. צװישן די אַנדערע "נײַעס" דערצײלן די נעאָ־נאַציסטן מיט התלהבֿות װעגן דער אױסשטעלונג פֿון חורבן־קאַריקאַטורן אין טעהעראַן. לעת־אַתּה האָט "YouTube" פֿאַרװערט די נעאָ־נאַציסטישע װעבקאַסט־פּראָגראַם, אָבער די פֿירערשאַפֿט פֿון דער "ען־דע־פּע" טראַכט װעגן נײַע װעגן און מיטלען פֿון פֿאַרשפּרײטן זײער פּראָפּאַגאַנדע.
אײנער פֿון די "פֿאָטערס" פֿון דעם עקסטרעם־רעכטן אײראָפּעיִשן נאַציאָנאַליזם, דער פֿירער פֿונעם פֿראַנצױזישן "נאַציאָנאַלן פֿראָנט", זשאַן־מאַרי לע פּען, גרײט זיך צו די קומעדיקע פּרעזידענטישע װאַלן, װאָס װעלן פֿאָרקומען אין 2007. די סטאַטיסטיק זאָגט אים צו דעם דריטן רעזולטאַט, נאָך די צװײ פֿירנדיקע קאַנדידאַטן, דער סאָציאַליסטקע סעגאָלען רואַיאַל און דעם רעכטן קאַנדידאַט ניקאָלאַ סאַרקאָזי. אָבער אַלע געדענקען, װי מיט פֿיר יאָר צוריק איז לע פּען פּלוצעם אַרױס צו דער צװײטער רונדע פֿון די פּרעזידענטישע װאַלן. דאָס מאָל האָט דער 77־יאָריקער לע פּען פֿאַרטרױט זײַן 37־יאָריקער טאָכטער מאַרין די אױפֿגאַבע צו פֿירן זײַן װאַל־קאַמפּאַניע. מען האַלט, אַז מיט דער צײַט װעט די טאָכטער ירשענען איר טאַטנס פּאָזיציע און זיך שטעלן בראָש פֿון דעם פֿראַנצױזישן נאַציאָנאַליזם. װי עס פּאַסט פֿאַר אַן אױפֿקומענדיקער פֿראַנצױזישער פּאָליטיקערין, האָט מאַרין לע פּען אָנגעהױבן איר קאַריערע פֿון אַן אױטאָביאָגראַפֿיע, װוּ זי דערצײלט װעגן איר ביטערן לעבן און די רדיפֿות, װאָס זי האָט, נעבעך, געהאַט אױסצושטײן פֿאַר איר טאַטנס קריװדע.
די רעזולטאַטן פֿון די לאָקאַלע װאַלן און די סאָציאָלאָגישע אויספֿרעגן אין פֿאַרשידענע אײראָפּעיִשע לענדער װײַזן, אַז דער נאַציאָנאַליסטישער געדאַנקן־גאַנג װערט אַלץ מער פּאָפּולער צװישן דעם יונגן דור פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. מען דערקלערט דאָס דורך אַ קאָמבינאַציע פֿון פֿאַרשידענע גורמים׃ סאָציאַלע און עקאָנאָמישע אומזיכערקײט, עקאָנאָמישע גלאָבאַליזירונג, הױכע קאָנצענטראַציע פֿון אימיגראַנטן אין די גרױסע אײראָפּעיִשע שטעט. דערװײַל זײַנען די הױפּט־שטראָמיקע פּאָליטישע כּוחות מסוגל אָפּצוהאַלטן די נאַציאָנאַליסטן. זונטיק אין אַנטװערפּן, למשל, האָט דער "װלאַאַמס בעלאַנג" פֿאַרלױרן אַ פּאָר פּראָצענט צו די סאָציאַליסטן — אָבער עס איז ניט קלאָר, װי לאַנג ס׳װעט אַזאַ מצבֿ אָנגיין.