ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן מאַמעס שטעטל, אַלט־קאָנסטאַנטין (ניט ווײַט פֿון בערדיטשעוו), איז מיר אַרײַן אין די געדאַנקען און וויל פֿון דאָרטן ניט אַרויס! וואָס עפּעס מיט אַ מאָל? איך האָב לעצטנס געהערט און געזען חיים ביידערס ז״ל קאָמפּאַקטל וועגן די דרײַ שטעט(לעך) — "אַלט־קאָנסטאַנטין, סאָטענעוו, טשערנאָביל" און ס’האָט אויף מיר געמאַכט אַ גאָר גרויסן רושם. ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך זע בילדער פֿון די דאָרטיקע הײַזער, גאַסן, שילן און בית־עלמינס. די מאַמע האָט פֿון דאָרטן קיין בילדער ניט מיטגעבראַכט ווען זי איז, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, פֿון דאָרטן אַוועק קיין אַמעריקע. זי האָט קיין מאָל קיין גרויסע בענקשאַפֿט נאָך דעם שטעטל ניט אויסגעדריקט. זי האָט געבענטשט גומל, וואָס זי האָט זיך פֿון דאָרטן אין 1921 אַרויסגעראַטעוועט אַ לעבעדיקע פֿון די גרוילן פֿון הונגער, פּאָגראָמען און רעוואָלוציע. זי האָט געדאַנקט גאָט וואָס זי איז דערמיט איבערגעקומען! זי איז געקומען אַהער (קיין פֿילאַדעלפֿיע, עיר־ואם־בישׂראל) און ס’האָט איר דאָ אָפּגעגליקט: מען האָט זי אַרײַנגעלאָזט אין אַן עליטיסטישער מיטלשול, וווּ מען האָט נאָך מיט די מיידלעך געלערנט לאַטײַן אויך, לויטן אַלטן אַמעריקאַנער שטייגער פֿון דערציִען תּלמידים, וואָס עמעצן האָט זיך געדאַכט "אַז ס’קען נאָך פֿון זיי עפּעס ווערן". צו אוקראַיִנער האָט זי זיך באַצויגן מיט גרויס ביטול, אי ווי אַ ייִד און אי ווי אַן אַמעריקאַנער. ס’איז איר אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן אַז מיט אַ קנאַפּע 90 יאָר אַרום וועט אירס אַ קינד האָבן עפּעס פּאָזיטיווע סענטימענטן צו אַלט־קאָנסטאַנטין (וואָס בײַ דער מאַמען און אירע לאַנדסלײַט האָט מען דעם נאָמען אַרויסגערעדט "אַלט־קאָנסטאַנטין").

חיים ביידער רעדט טאַקע זייער נאָסטאַלגיש וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן דאָרטן. וואָס פֿאַר אַ וועלט פֿון רבנים און רביים, חסידים און מתנגדים, משׂכּילים און "אויפֿגעקלערטע", קבצנים און אַפֿילו נגידים האָבן זיך דאָרטן געפֿונען! און נאָך אַ ייִחוס: פֿון דאָרטן האָט געשטאַמט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דער פֿאָטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער; כאָטש פֿון קיין ייִדישן טעאַטער אין אַלט־קאָנסטאַנטין האָט מײַן מאַמע ניט דערציילט (ווײַזט אויס, אַז בעת די ביטערע מלחמה־יאָרן איז דאָרטן אַזוינס ניט געווען בנימצא. זי האָט אָבער יאָ דערציילט וועגן די לאַנגע ווינטער־חדשים וואָס זי האָט "פֿאַרבראַכט" אין דער משפּחהס קאַלטער דירה לייענענדיק שלום־עליכמען.

וואָס וואָלט געווען?

וואָס וואָלט געווען ווען די ערשטע וועלט־מלחמה וואָלט בכלל ניט געווען פֿאָרגעקומען? ווען אַן אַנאַרכיסט וואָלט דעם דעמאָלטיקן קרוינפּרינץ פֿון עסטרײַך־אונגאַרן ניט געווען דערשאָסן, וואָלט מען, אפֿשר, אויסגעמיטן די מלחמה בכלל. ווען ס’וואָלט קיין מלחמה ניט געווען וואָלט מײַן מאַמעס משפּחה אפֿשר גאָר געבליבן אין אַלט־קאָנסטאַנטין און איך וואָלט ניט געווען קיין פּאָלנער אַמעריקאַנער. ווען ס’וואָלט דעמאָלט ניט געווען קיין מלחמה וואָלט דאָך דײַטשלאַנד ניט געקענט פֿאַרלירן די מלחמה, היטלער וואָלט צו דער מאַכט ניט געקענט קומען און די רוסישע רעוואָלוציע וואָלט אויסגעמיטן געוואָרן. און דער עיקר: דער חורבן וואָלט ניט פֿאָרגעקומען און מדינת־ישׂראל, וואָלט, אפֿשר חלילה ניט געווען אויפֿגעקומען! ווי אַנדערש די וועלט וואָלט איצט מסתּמא אויסגעזען!

ווען די ערשטע וועלט־מלחמה וואָלט ניט געווען פֿאָרגעקומען וואָלט דער ייִדישער ייִשובֿ אין אַמעריקע אפֿשר געווען ניט קיין סך קלענער ווי ער איז איצט, ווײַל קיין סך ייִדן זענען שוין נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה סײַ ווי ניט אַרײַנגעקומען. די עקסטרע חרדים וואָלטן דערפֿאַר אפֿשר ניט געקומען אין די גרויסע צאָלן און די חסידישע וועלט וואָלט דעריבער דאָ אויסגעזען אַ סך אָרעמער ווי זי איז און, דער עיקר, די ייִדישע מיזרח־אייראָפּע וואָלט נאָך געווען אַ גרויסער יש און אַ גורם אין אונדזער לעבן און אין אונדזער געמיט. איך נעם אָן אַז ישׂראל וואָלט יאָ סוף־כּל־סוף אויפֿגעקומען, נאָר אַזוי ווי זי איז אין דער גרעסטער מאָס אַ פּועל־יוצא פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און אירע טראַגישע קאָנסעקווענצן פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק איז מיר שווער זיך פֿאָרצושטעלן וואָס פֿאַר אַ פּנים דער ייִדישער ייִשובֿ וואָלט הײַנט געהאַט.

דעמאָגראַפֿישע ענדערונגען

אָן דער ערשטער וועלט־מלחמה וואָלטן ייִדן נאָך אַלץ געווען אַן אַשכּנזיש און ייִדיש־רעדנדיק פֿאָלק און וואָלטן מיט דער צײַט באַקומען אין מיזרח־אייראָפּע די קולטורעלע און פּאָליטישע רעכט נאָך וועלכע זיי האָבן אַזוי לאַנג געקעמפֿט. עסטרײַך־אונגאַרן וואָלט נאָך ווײַטער זיך אָנגעזען אין צענטראַל־אייראָפּע, נאָר אויף אַ דעמאָקראַטישן און מעסיק־סאָציאַליסטישן דרך אויף וועלכן זי האָט זיך שוין געשניטן, לויט אַלע סימנים, נאָך פֿאַר דער מלחמה. די אַלע "נײַע לענדער" וואָס שטאַמען פֿון דער אַמאָליקער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע וואָלטן אפֿשר בכלל ניט געווען אָדער זיי וואָלטן אויסגעזען שטאַרק אַנדערש ווי הײַנט, ווײַל ניט דער פֿאַשיזם און ניט דער קאָמוניזם וואָלטן זיי ניט געהאַט באַווירקט און אויספֿאָרמירט. הכּלל, ס’וואָלט געווען אַ גאָר אַנדערע וועלט און איך וואָלט געקענט קומען אויף אַ וויזיט קיין אַלט־קאָנסטאַנטין אויב ס’וואָלט זיך מיר פֿאַרוואָלט זען ווי פֿון אַ שטעטל וווּהין דער בעל־שם פֿלעגט אָפֿט פֿאַרפֿאָרן (און בעת־מעשׂה געגעסן און געשלאָפֿן בײַ דער "פֿרומער רבֿקהלען") איז געוואָרן אַ מאָדערנע שטאָט וואָס האָט זיך געקענט פֿאַרגלײַכן מיט בערדיטשעוו, ניט ערגער ווי פֿילאַדעלפֿיע מיט ניו־יאָרק: קלענער אין גרייס, נאָר זייער ענלעך אין לעבנס־שטייגער.

וווּהין איז אַהינגעקומען מײַן געדעכעניש?

וואָס געווען איז געווען און איז מער ניטאָ. נאָר געדענקען עס מעג מען און מוז מען. איך בין שוין געווען אויף לעקציעס און וויזיטן אין אַלע מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער און ווייס גאַנץ גוט וואָס דאָרט טוט זיך מכּוח ייִדן אַמאָל און הײַנט. די רעזשימען זענען שטאַרק אַנדערש איינער פֿון דעם צווייטן, נאָר זיי באַציִען זיך געוויינטלעך גאַנץ קאָרעקט און אַפֿילו סימפּאַטיש צו מיר ווי אַ גאַסט און פֿאָרשער. זיי ווייסן, אַז סוף־כּל־סוף וועל איך באַשרײַבן אַלץ וואָס איך זע און לעב דאָרטן איבער און אַז כאָטש די ייִדישע פֿראַגע איז נישט זעלבסט די סיבה פֿון מײַן באַזוך, איז זי קיין מאָל ניט ווײַט פֿון מײַנע אינטערעסן. צום אָפֿטסטן בין איך אומצופֿרידן מיט דעם אויף ווי ווײַט די אַמאָליקע ייִדישע פֿראַגע איז פֿאַרשוווּנדן פֿונעם עפֿנטלעכן זכּרון. נישט נאָר קינדער, נאָר אַפֿילו דערוואַקסענע, ווייסן גאָר ניט פֿונעם ייִדישן עבֿר אין זייערע מקומות; ניט וועגן דעם טרויעריקן און ניט וועגן דעם העראָיִשן און היסטאָרישן. און אָפֿט איז אַפֿילו ניט געבליבן קיין דענקמאָל, קיין שילדל אויף דער וואַנט, קיין אָנרעגונג וועגן דעם אַלעמען צו טראַכטן, צו פֿרעגן און צו פֿאָרשן. מען וויל גראָד, אַז דער ייִדישער טוריסט זאָל קומען ווי אַ קונה, נאָר ניט ווי קיין מאָנער. אַז די צוויי זענען פֿאַרבונדן, טראַכט מען ניט. דאָס איז פֿאַר אַלעמען אַ שאָד ווײַל אינעם מאַי קאָ משמע לן ליגט דאָך אַלעמענס עתיד: ווי בירגער, ווי קענערס פֿון דער אייגענער געשיכטע און פֿון דער אַרומיקער וועלט.

דאַרף מען זיך אומקערן צו יענעם עתיד בײַ יעדער געלעגנהייט. זיי און מיר זענען דאָס שולדיק די אייגענע יונגע דורות, פּונקט ווי איך פֿיל זיך שולדיק לגבי מײַן מאַמען, וואָס איך האָב זי ניט גענויער אויסגעפֿרעגט וועגן אַלט־קאָנסטאַנטין. הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָט דאָרטן אָפֿט געקענט זײַן. צי ווייסן די אַלט־קאָנסטאַנטינער עפּעס וועגן זייער באַרימטסטן שכן? ס’וואָלט זיי צוגעקומען אַ שטיק געזונט און שטאָלץ צו וויסן, אַז זיי האָבן געהאַט אַזאַ באַרימטן מענטשן צווישן זיך וועמענס רום איז דערגאַנגען איבער דער ברייטער וועלט. ווער עס קען ניט זײַנע וואָרצלען קען אויך ניט פֿאַרשטיין פֿון מיטבויען זײַן צוקונפֿט. מיר דאַרפֿן אַלע דערגיין צוריק צו דער צוקונפֿט!