אַ גרופּע פּראָמינענטע סאָציאַליסטן, בתוכם פֿרענק קראָסווייט, מאַקס ווינטער, אַבֿ. קאַהאַן און וויליאַם קאַרלין |
Forward Association |
איצט רעדט מען און מע שרײַבט אַ סך וועגן די באַמיִונגען פֿון דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו ברענגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אייניקע פּרינציפּן און מעטאָדן פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם. און וועגן דעם, אַז דער אַמעריקאַנער עולם ווערט ממש איבערגעשראָקן פֿון אָט די באַמיִונגען. ווי אַ באַווײַז פֿון דער מורא ברענגט מען די סך-הכּלען פֿון די אַנומלטיקע וואַלן, וואָס האָבן צוגענומען בײַ דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי די דאָמינירנדיקע צאָל ערטער אין סענאַט.
די טרויעריקע דאָליע פֿון סאָציאַליזם אין אַמעריקע איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין נײַע טעמע. וועגן דעם האָט ניט איין מאָל געשריבן אויך דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" אַב. קאַהאַן, וואָס איז אַליין געווען אַ וועטעראַן-סאָציאַליסט פֿון אַן אייראָפּעיִשן — דער עיקר, דײַטשישן — שניט. אים, ווי אַ סך אַנדערע אָנגעקומענע סאָציאַליסטן, בפֿרט ייִדישע, איז אויסגעקומען איבערצולעבן אַן אַנטוישונג. ער האָט, למשל, געשריבן:
ווען מיר זײַנען אַריבערגעקומען אַהער אין אַמעריקע און האָבן גערופֿן אונדזערע סאָציאַליסטישע פֿאַרזאַמלונגען, האָבן אייניקע פֿון אונדז געבענקט נאָך געהיימע "פּראָקלאַמאַציעס" [פֿלוג-בלעטלעך]. אום צו רופֿן אַרבעטער צו אַ מיטינג, פֿלעגן מיר אויסטיילן "הענדבילס". אָבער "הענדבילס" זײַנען דאָך ניט קיין "פּראָקלאַמאַציעס". מע דרוקט זיי אָפֿן און מען פֿאַרטיילט זיי אָפֿן. הײַנט וואָס איז דאָס פֿאַר אַ באַוועגונג, אַז זי שמעקט ניט מיט טורמע? אַזוי פֿלעגן מיר פֿילן. פֿלעגן אייניקע פֿון אונדז אין אַמעריקע רעדן מיט פֿאַראַכטונג וועגן דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג.
אַזוי האָט אַב. קאַהאַן געשריבן אין זײַן אַרטיקל "אַמעריקאַנער אַרבעטער און אייראָפּעיִשער סאָציאַליזם", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 2טן פֿעברואַר 1932. ווײַטער ברענג איך זייער אַ געקירצטן נוסח פֿון דעם אַרטיקל, וואָס האָט סײַ אַ היסטאָרישע ווערט און סײַ אַ הײַנטיקן אָפּקלאַנג.
דעם פֿונדאַמענט פֿון אַ סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע האָבן געלייגט אימיגראַנטן פֿון דײַטשלאַנד און דערנאָך ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד. די ערשטע סאָציאַליסטן אין אַמעריקע האָבן גענומען פֿירן די באַוועגונג אויפֿן דײַטשישן שטייגער — אויף אַ רעוואָלוציאָנערן שטייגער, ווי זיי האָבן דאָס באַטראַכט. זיי האָבן זיך באַצויגן צו דער גאַנצער אַמעריקאַנער רעגירונג אַזוי פֿײַנטלעך, ווי זיי האָבן זיך באַצויגן צו דער קײַזערס רעגירונג אין דער היים. זייערע אַגיטאַציע-רעדעס זײַנען געווען פֿול מיט ביטערע אַטאַקעס אויף אַלע אַמעריקאַנער אינסטיטוציעס. די פֿון זיי, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט ענגליש און האָבן אויף ענגליש געפֿירט אַ סאָציאַליסטישע אַגיטאַציע, האָבן דאָס אויך געטאָן אויף זייער היימישן שטייגער. אַלס מאַרקסיסטן, פֿלעגן זיי דערקלערן, אַז מען מוז זיך רעכענען מיט די אומשטענדן. אָבער דאָס, וואָס זיי האָבן געפּריידיקט, האָבן זיי ניט פּראַקטיצירט. מיט די אַמעריקאַנער אומשטענדן האָבן זיי זיך אין דער באַוועגונג ניט גערעכנט.
די אַמעריקאַנער אַרבעטער זײַנען צו די דאָזיקע רעדעס געבליבן טויב. און די דײַטשישע סאָציאַליסטן האָבן ניט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס. זיי האָבן ניט פֿאַרשטאַנען דעם אַמעריקאַנער כאַראַקטער. אַפֿילו יענע דײַטשישע סאָציאַליסטן, וואָס האָבן געלייענט אַמעריקאַנער געשיכטע און באַקאַנט געוואָרן מיטן היגן פּאָליטישן לעבן, אַפֿילו זיי האָבן ווייניק באַטראַכט די ספּעציעלע אומשטענדן, אונטער וועלכע עס האָבן זיך אויסגעאַרבעט די באַגריפֿן און געפֿילן פֿון די אַמעריקאַנער אַרבעטער. זיי האָבן ניט אײַנגעזען, אַז דער אַמעריקאַנער אַרבעטער איז ניט קלאַסן-באַוווּסטזיניק און קען דאָס פֿאָרלויפֿיק ניט זײַן.
עטלעכע יאָר נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן דאָ געגרינדעט די סאָציאַליסטישע אַרבעטער-פּאַרטיי, האָט זיך אָנגעהויבן די גרויסע ייִדישע עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד. די אינטעליגענטערע פֿון די דאָזיקע עמיגראַנטן זײַנען מייסטנס געווען רעוואָלוציאָנער געשטימט פֿון דער אַלטער היים. און אַפֿילו די מאַסן פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע אויך. מיר האָבן דעם צאַר מיט זײַן רעגירונג געהאַסט, ווי דעם טויט. אַ דעטעקטיוו, אַ שפּיאָן איז בײַ אונדז געווען די עקלהאַפֿטסטע באַשעפֿעניש. אָבער דער אַמעריקאַנער האָט אַזאַ געפֿיל צו זײַן רעגירונג ניט געהאַט און ניט געקענט האָבן. ער האָט דאָס באַטראַכט ווי זײַן רעגירונג. און ער איז געווען דורכגעמישט מיט איר. אין יעדער אַמעריקאַנער פֿאַמיליע איז געווען אַ זון, אַ ברודער, אַ קוזין, וועלכער איז געווען אַ טייל פֿון דער רעגירונג, אָדער אַ קאַנדידאַט אויף אַ שטעלע אין איר.
די פּאַרטיי — דאָס הייסט, די דעמאָקראַטישע אָדער די רעפּובליקאַנישע — האָט דער אַמעריקאַנער איבערגענומען פֿון זײַן פֿאָטער און זיידן, אַזוי ווי די רעליגיע. כּמעט יעדער אַרבעטער איז געווען פּערזענלעך באַקאַנט מיט די פּאָליטישע טוער פֿון זײַן געגנט. דאָס איז אונדז געווען אומפֿאַרשטענדלעך.
דער סאָציאַליזם, ווי ער איז פֿאַרשפּרייט צווישן די אַרבעטער אין אייראָפּע, אינטערעסירט די אַמעריקאַנער מאַסן נאָך אַלץ זייער ווייניק. און שולדיק אין דעם איז הויפּטזאַכלעך אַלץ די זעלבע סיבה — זייער פּסיכאָלאָגיע און כאַראַקטער, וועלכע האָבן זיך אויסגעאַרבעט אונטער גאַנץ אַנדערע אומשטענדן ווי די פּסיכאָלאָגיע און כאַראַקטער פֿון דעם אייראָפּעיִשן אַרבעטער.
ווען די דאָזיקע שורות ווערן געשריבן, ווערט דער סאָציאַליזם פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע, אָבער נאָך אַלץ ניט צווישן די אַמעריקאַנער אַרבעטער. ער ווערט פֿאַרשפּרייט צווישן די אינטעליגענטע מענטשן. אין די קאָלעדזשעס געווינט ער אויפֿמערקזאַמקייט און אינטערעס צווישן פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן. די "ליג פֿאָר אינדאַסטריעל דעמאָקראַסי" גיט זיך הויפּטזאַכלעך אָפּ מיט אַגיטירן סאָציאַליזם צווישן אַמעריקאַנער סטודענטן און צענדליקער קאָלעדזשעס האָבן שוין טאַקע טעטיקע ברענטשעס פֿון דער דאָזיקער ליגע. זיי נעמען אָבער דעם סאָציאַליזם אָן אַלס דענקער. וועגן קלאַסן־באַוווּסטזײַן קען דאָ קיין רייד ניט זײַן. דער אַמעריקאַנער אַרבעטער איז אָבער ניט קיין דענקער. בלײַבט ער פֿון ווײַטן.