דווקא די וואָך האָבן מיר באַקומען אַ פֿריידיקע ידיעה — אונדזער פֿרײַנד יעווגעני קיסין איז צוגעטיילט געוואָרן דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער פּריז "גרעמי — 2010", אינעם אָפּטייל פֿון קלאַסישער מוזיק, ווי דער בעסטער אויספֿירער פֿון פּראָקאָפֿיעווס פּיאַנע־קאָנצערטן (צוזאַמען מיטן דיריגענט וולאַדימיר אַשכּנזי), ננ' 2 און 3. דעם ערשטן "גרעמי"־פּריז האָט ער באַקומען אין 2006.
דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", באָריס סאַנדלער, האָט געהאַט אַ קורצן שמועס מיטן "גרעמי"־געווינער, וואָס מיר ברענגען ווײַטער.
טײַערער יעווגעני,
קודם־כּל, נעמט אָפּ מײַנע האַרציקע באַגריסונגען צום צוטיילן אײַך צוויי בכּבֿודיקע אויסצייכענונגען: דעם "גרעמי־2010" און דעם ערן־דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע בײַם ירושלימער אוניווערסיטעט.
אין שײַכות מיט דעם, בעט איך אײַך צו געפֿינען אַ פּאָר מינוט און ענטפֿערן אויף מײַנע דרײַ פֿראַגעס:
וואָס זײַנען די שאַפֿערישע פּלענער בײַ אײַך פֿאַרן יאָר 2010?
הײַיאָר פֿײַערט די גאַנצע מוזיקאַלישע וועלט דעם 200־יאָריקן געבוירן־טאָג פֿון פֿרעדעריק שאָפּען און ראָבערט שומאַן, וועל איך דאָס גאַנצע יאָר ווידמען די צוויי קאָמפּאָזיטאָרן: כ׳וועל שפּילן אין פֿאַרשידענע אייראָפּעיִשע לענדער דעם 2טן קאָנצערט פֿון שאָפּען, ווי אויך אַ סך סאָלאָ־פּראָגראַמען, צונויפֿגעשטעלט פֿון די ווערק פֿון שאָפּען און שומאַן. דעם 27סטן פֿעברואַר וועל איך זיך באַטייליקן אין דער פֿײַערונג לכּבֿוד שאָפּענס יוביליי אין וואַרשע (שאָפּען איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן דעם 1טן מערץ), וווּ איך וועל שפּילן זײַן 2טן פּיאַנע־קאָנצערט מיטן סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון דער וואַרשעווער פֿילהאַרמאָניע, אָנגעפֿירט פֿונעם הויפּט־דיריגענט אַנטאָני וויטאַ. פּרטימדיק וועגן מײַנע אויפֿטרעטן קאָן מען זיך דערוויסן אויף מײַן עלעקטראָנישער זײַט kissin.dk, אינעם אָפּטייל Concerts.
די צענטראַלע רוסישע טעלעוויזיע האָט געמאָלדן וועגן אײַער באַקומען דעם "גרעמי", ווי אַ "פֿאָרשטייער פֿון רוסלאַנד"; אויך אין אַנדערע מעדיאַ־קוואַלן ווערט איר אָנגערופֿן "רוסישער פּיאַניסט". איר זײַט געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין מאָסקווע, געוווינט אין ניו־יאָרק, דערנאָך אין לאָנדאָן, און איצט איז אײַער וווינאָרט —פּאַריז. אײַער קונסט געהערט דער גאַנצער וועלט. צי איז פֿון דעסטוועגן דאָ אַ ווינקעלע אויף דער ערד, וווּ איר זײַט גײַסטיק צוגעבונדן צו דעם?
איך בין באַקאַנט מיט אַ פֿרוי, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין ווין. שוין אַ סך יאָר, אַז זי וווינט אין דער שווייץ און האָט אַ דאַטשע אין איטאַליע; אירע עלטערן שטאַמען פֿון רוסלאַנד — די מוטער איז געווען אַ רוסישע, און דער פֿאָטער אַ ייִד. איין מאָל האָט זי מיר געזאָגט, אַז אויף דער פֿראַגע, וווּ וווינט זי, ענטפֿערט זי זיך אַליין אַזוי: "מיטן קאָפּ אין דער שווייץ, מיטן לײַב אין איטאַליע, מיטן האַרץ אין עסטרײַך, מיט דער נשמה אין רוסלאַנד." געדענקט זיך, כ׳האָב זיך דעמאָלט באַלד פֿאַרטראַכט, ווי אַזוי וואָלט איך געענטפֿערט אויף אַזאַ פֿראַגע, און געקומען צו אַזאַ אויספֿיר: מיטן קאָפּ און לײַב — אין דער גאָרער וועלט, מיטן האַרץ אין רוסלאַנד, מיט דער נשמה אין ייִדישקייט. בפֿירוש "אין ייִדישקייט", נישט אין ישׂראל. אַוודאי איז נישט אָפּצוטיילן ישׂראל פֿון ייִדישקייט, אָבער "אין ייִדישקייט" איז אַ סך מער, ווי נאָר "אין ישׂראל"; דאָס גייט שוין אַרויס פֿון די געאָגראַפֿישע דלתּ אַמות — וואָס איז לויט מײַן מיינונג, מער פּאַסיק, ווען עס גייט די רייד וועגן נשמה.
מיט אַ וואָך צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" אַרויסגעלאָזט אײַער קאָמפּאַקטל "אויף די קלאַווישן פֿון ייִדישער פּאָעזיע", וווּ איר לייענט אין ייִדיש לידער פֿון ייִדישע דיכטער. עס ווערט איצט צוגעגרייט אַ צווייט קאָמפּאַקטל פֿון דער זעלבער סעריע. צי האָט איר בדעה ממשיך צו זײַן אײַער מיטאַרבעט מיטן "פֿאָרווערטס"?
עס ווענדט זיך אויך פֿון אײַך. ס׳געפֿעלן מיר זייער די לידער, אָנגעשריבן פֿאַר ייִדישע קינדער. כ׳בין גרייט צו לייענען לידער פֿונעם נײַעם, נאָך־מלחמהדיקן דור פּאָעטן, וואָס זײַנען ווייניק באַקאַנט די ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט.
אַ דאַנק, יעווגעני.
אין נאָמען פֿון דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע, ווינטש איך אײַך נײַע "גרעמיס" און אַנדערע פּרעסטיזשפֿולע פּריזן און טיטלען, ווײַל אײַער טאַלאַנט און קונסט מאַכט די וועלט שענער.