‫פֿון רעדאַקציע

די דראַמע האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט מיט פֿיר יאָר צוריק, ווען די ישׂראל־רעגירונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די שטחים אין עזה און צעשטערן דאָרט אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע געבײַדעס. ס‘וואָלט זיך אַוודאי געוואָלט פֿאַרגעסן אָט די נאַציאָנאַלע בושה, ווען טויזנטער נפֿשות — קליין און גרויס — שוין אײַנגעוואָרצלט אין זייער ערד, מיט אַן אײַנגעפֿונדעוועטן פֿאַרשטאַנד און געפֿיל,

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 12טן יולי איז געוואָרן צוויי יאָר זינט ס’האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 25סטן יוני האָט דער “כאַמאַס" אַטאַקירט אָ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראל־אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שליט. די “כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון זייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטראָל, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט 2 סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו.

מוזיק
די גרופּע The Ark (דער תּבֿה), בײַם שפּיץ־קאָנצערט "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס"

יעדן זומער ווערט קראָקע — איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין פּוילן — פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק־ און קונסט־וועלט.

במשך פֿון די צען טעג קומען טויזנטער פּאָליאַקן, ווי אויך באַזוכער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזי­מיערץ), כּדי צו געניסן פֿון די צענדלי­קער וואַרשטאַטן, אויסשטעלונגען און קאָנ­צערטן.

ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: אומבאַקאַנט, ש״י עגנון, פּרץ הירשביין, חיים־נחמן ביאַליק, מאַניע ביאַליק, תּל־אָבֿיבֿ, 1927

(עטלעכע זכרונות און מחשבֿות צו זײַן 74סטער יאָרצײַט)

איך געדענק עס זייער גוט, עס איז נאָך טיף אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון. אין אַ הייסן זומער־טאָג, כ״א תּמוז, תרצ״ד — 1934, בין איך געפֿאָרן באַזוכן מײַנע חבֿרים אין דעם באַוואַלדיקטן שטעטל נאָוואָיעלניע, ניט ווײַט פֿון מײַן היים־שטעטל, וווּ עס האָט זיך דאַן געפֿונען דער זומער־לאַגער פֿון דער יוגנט־גרופּע פֿון שומר־הצעיר. דאָס דאָזיקע שטעטל איז געווען באַקאַנט ווי אַ קילע זומער־דאַטשע, וואָס האָט צוגעצויגן יוגנ און אַלט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אַרום און פֿון די גרעסערע שטעט, ווי סלאָנים, נאַוואַ­רעדאָק (נאָוואָגרודאַק), באַראַנאָוויטש א"אַ.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטער­האַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנ­דע­רע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנ­ערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַר­אייניקונג.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿערציק יאָר, וואָס די ייִדן האָבן אָפּגעוואַנ­דערט אינעם מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו באַשטעטיקן דעם נײַעם מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — יהושע בן נון. די חז"ל פֿאַרגלײַכן משהס פּנים, זײַן פּער­זענלעכקייט, צו דער זון, און יהושעס פּנים צו דער לבֿנה. אַזוי ווי די לבֿנה, וואָס האָט נישט קיין אייגן ליכט, נאָר שפּיגלט בלויז אָפּ די זון־שטראַלן, איז יהושע געווען דער געטרײַסטער און נאָענטסטער תּלמיד פֿון משה רבינו; זײַן עיקר־עבֿודה איז נישט באַשטאַנען אין מחדש צו זײַן די אייגענע חידושים אין דער תּורה, נאָר אין איבערגעבן פּינקט­לעך דאָס, וואָס ער האָט געלערנט פֿון זײַן גרויסן רבין.

רעליגיע, געשיכטע
אַ סצענע פֿון דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג — "די מויד פֿון לודמיר" (1996) געשריבן פֿון מרים שמולעוויטש-האָפֿ­מאַן

הײַיאָר, דעם 22סטן טאָג אינעם חודש תּמוז, קומט דער 120סטער יאָרצײַט פֿון חנה-רחל ווערבערמאַכער — די באַרימטע "לוד­מי­רער מויד", איינע פֿון די סאַמע אומ­גע­וויינט­לעכע פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון חסידות. די הייליקע פֿרוי, וועלכע האָט אויס­געבויט אַן אייגענע שיל, וווּ זי האָט זיך געפֿירט ווי אַ רבי, האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אין דער ייִדישער קולטור — סײַ בײַ די חסידים, סײַ בײַ די וועלטלעכע שרײַבער.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Елена Аксельрод. Двор на Баррикадной. Воспоминания, письма, стихи. Москва: НЛО, 2008.יעלענאַ אַקסעלראָד. אַ הויף אויף באַריקאַדנע־גאַס. זכרונות, בריוו, לידער. מאָסקווע׃ 2008.

די דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד אַנט­פּלעקט אין איר נײַעם בוך דאָס טאָג־טעג­לע­כע לעבן פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס איר מאַ­מע, די ייִדישע שרײַבערין רבֿקה רובין, האָט כאַ­ראַקטעריזירט ווי "רואה ואינו נראה“. דאָס איז געווען דער קרײַז פֿון לי­טעראַטן און קינסטלער, מערסטנס ייִדן, וועל­כע האָבן פֿאַרדינט זייער שטיקל ברויט מיט איבער­זעצונגען און טעאַטער־אַר­בעט.

קונסט
קאַרשן (1980)

געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער.

פּובליציסטיק, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס טאָ­מאַשעווסקי

הערמאַן יאַבלאָקאָוו דערציילט, אַז די “Hebrew Actors Union" (יוניאָן פֿון ייִדישע אַקטיאָרן) האָט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין 1887, און לויט דער דאַטע איז עס איינס פֿון די עלטסטע יוניאָנס אין אַמעריקע. אין 1902 איז אַנטשטאַנען “לאָקאַל 2" וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דער “Hebrew Actors Union," מיט איין עקסקלוסיווער יוריסדיקציע אין דער פּראָווינץ. אין 1903 האָט זיך געשאַפֿן “לאָקאַל 5," מיט דער יוריס­דיקציע, ד״ה איבערזיכט, איבער די ייִדי­שע וואָדעוויל־הײַזער.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך ניט געוווּסט, אַז דעם פֿענאָמען רופֿט מען "בעל-פּה-געשיכטע" (oral history). אָבער מיר איז שוין געווען קלאָר, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע זאַך איז עס ניט. צו מײַן זיידן פֿלעגט אָפֿט מאָל אַרײַנגיין אַ ייִד, וואָס האָט געהייסן קריטשעווסקי. אויף וויפֿל איך געדענק (בעל-פּה-געשיכטע!), איז קריטשעווסקי געווען דער איינציקער מענטש, וואָס האָט ניט גע­הערט צו אונד­זער משפּחה, אָבער פֿלעגט זיך אַרײַנ­שטעלן צום זיידן סתּם אַזוי. די אַנ­דערע פֿלעגן קומען צו אים, ער זאָל פֿאַר זיי שעכטן אַ הון, אַ קאַטשקע צי אַ גאַנדז.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב געהאַט אַ וווּנדערלעכן מיט­וווינער דאָס ערשטע יאָר אין קאָלעדזש. מיר זענען געוואָרן נאָענטע פֿרײַנד און גוט פֿאַר­בראַכט דאָס גאַנצע יאָר. אין מיטן פֿונעם צווייטן יאָר, האָט דזשעניפֿער באַשלאָסן מער נישט צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט מיר. איך האָב זיך געפֿילט געטראָפֿן. איצט, אַכט יאָר שפּע­טער, האָב איך גע­פֿונען איר קאָנטאַקט־אינ­פֿאָר­מאַציע אויפֿן וועבזײַטל "פֿייסבוק". זאָל איך זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט איר? אָדער כ׳זאָל גאָרנישט טאָן, ווײַל זי האָט מיר שוין קלאָר געוויזן, אַז אונדזער פֿרײַנ­דשאַפֿט איז, אין תּוך, נישט געווען אַזאַ נאָענטע?