קונסט
קאַרשן (1980)
קאַרשן (1980)

געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער. אַן ערך 70 צייכענונגען זײַנע ווערן איצט אויסגעשטעלט אין דער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" אין מאַנהעטן.

פֿיליפּ גוסטאָן (1913 — 1980) איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען פֿיליפּ גאָלדשטיין אין מאָנטרעאָל און ייִנגלווײַז זיך אַריבערגעצויגן קיין לאָס־אַנדזשעלעס מיט זײַנע טאַטע־מאַמע — ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אָדעס. ווען גוסטאָן איז געווען 10 יאָר אַלט, האָט זײַן טאַטע זיך אויפֿגעהאָנגען און ער האָט געפֿונען דעם קערפּער אין הויז.

צו 14 יאָר האָט ער אָנגעהויבן מאָלן און זיך פֿאַרשריבן אין אַ קונסט־מיטלשול, וווּ זײַנס אַ חבֿר איז געווען דער יונגער דשזאַקסאָן פּאָלאַק, דער שפּעטערדיקער באַ­רימטער אַב­סטראַקט־עקספּרעסיאָניסטישער מאָלער. ביידע האָבן זיי פּראָטעסטירט, ווען די שול האָט געוואָלט שנײַדן דעם בודזשעט פֿאַר מאָלע­רײַ, און אַרויסגעגעבן אַ סאַטירישן זשור­נאַל קעגן דער שול. פֿאַר דעם האָט מען זיי ביידע אַרויסגעוואָרפֿן, אָבער גוסטאָן איז צוריק­געקומען אַ יאָר שפּעטער און האָט גראַדויִרט.

דאָס געוועב (1975)
דאָס געוועב (1975)

אין די ערשטע יאָרן האָט גוסטאָן געמאָלט און גע­צייכנט פֿיגוראַטיוו, מער רעאַליסטיש. ער האָט אויך אַרויס­געוויזן זײַן פּאָליטישן קוק אויף דער געזעלשאַפֿט און אויף דער וועלט. זײַן ערשט גרויס ווערק איז געווען אַ וואַנט־מאָלערײַ אין לאָס־אַנדזשעלעס פֿון די סקאָטסבאָראָ־ייִנגלעך, אַ גרופּע אומשולדיקע שוואַרצע בחורים, וועלכע מע האָט אין די 1930ער יאָרן באַשולדיקט אין אַ פֿאַרברעכן אין אַלאַבאַמע. די מאָלערײַ האָט די לאָס־אַנדזשעלעסער פּאָליציי צעשטערט און די געשעעניש האָט, זעט אויס, געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף אים.

אין 1936 איז גוסטאָן געקומען קיין ניו־יאָרק און באַ­קומען אַרבעט אין רוזוועלטס WPA־פּראָגראַם צו העלפֿן די קינסטלער בעת דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע. אין די 1940ער האָט ער נאָך געמאָלט רעאַליסטיש, אונטער דער השפּעה פֿון אַמעריקאַנער רע­גיאָנאַלע מאָלער און דער מעקסיקאַנער וואַנט­מאָלערײַ, אָבער אין די 1950ער האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אינעם ערשטן דור אַבסטראַקט־עקספּרעסיאָניסטישע קינסט­לער. ער האָט נאָר געמאָלט מיט גע­ציילטע פֿאַרבן — ווײַס, שוואַרץ, גראָ און רויט — און ביזן סוף פֿון זײַן לעבן איז זײַן פּאַליטרע געבליבן אַ באַגרענעצטע. זײַנע אַבסטראַקטע שאַפֿונגען האָבן זיך אויס­געצייכנט מיט זייער חוש פֿון באַלאַנס און סטרוקטור; דאָס האָט מיט זיך פֿאָר­געשטעלט אַ קאָנטראַסט צו דער מער "ספּאָנטאַנער" קונסט פֿון זײַנע קאָלעגעס, ווי דעם אַלטן חבֿר זײַנעם דזשעקסאָן פּאָלאַק.

מיט דער צײַט איז פֿיליפּ גוסטאָן געוואָרן מער פֿרוסטרירט פֿון דער אַבסטראַקטער קונסט און ווידער אָנגעהויבן צו צייכענען און מאָלן מער פֿיגוראַטיוו אין די 1960ער יאָרן. פֿון 1966 ביז 1968 האָט ער אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו מאָלן און נאָר געצייכנט מיט קאַרגע ליניעס. אָפֿט, האָט ער געצייכנט זאַכן אַרום זײַן דירה, און געוואָלט "זיי צייכענען ווי עמעצער פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט וואָלט זיי געזען": ביכער, זאַכן אויפֿן טיש, אַ שטיין, אַ קאָפּ. נישט אַלע מאָל קען מען דערקענען וואָס פֿאַר אַן אָביעקט דאָס איז, אָבער זיכער, אַז דאָס איז געווען אַ שריט אַוועק פֿון זײַן פֿריִערדיקער אַבסטראַקציע.

נאָך דער תּקופֿה האָט ער געפֿונען אַן אַנדער אופֿן פֿון אויסדרוק, און געוואָרן מער רעאַליסטיש, נעענטער צו דער וועלט פֿון קאַריקאַטור און קאַמיקס. וואָס ער האָט, אַבער, אָפּגעשפּיגלט אין די צייכענעונגען, איז נישט געווען צום לאַכן; אימאַזשן פֿון אומרויִקייט, אָנשטרענג און מיסטעריע: שיך וואָס ס׳קוועטשן טראָגן עפּעס אונטער זיי, קעפּ פֿון מענטשן מיט הויבן ווי די קו־קלאָקס־קלאַן־ראַסיסטן אין אַמעריקע. גוסטאָן האָט מיט די נײַע רעאַ­ליסטיש־עקספּרעסיאָניסטשיע בילדער גע­כאַפּט, אויף זײַן אייגענם אופֿן, די סאָציאַלע און פּאָליטישע איבערקערענישן פֿון זײַן צײַט, פֿון די סוף 1960ער יאָרן.

אָן אַ טיטל (1968)
אָן אַ טיטל (1968)

די קריטיק האָט דעם נײַעם וועג פֿון דעם קינסטלער נישט וואַרעם אויפֿגענומען. דער קריטיקער פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", הילטאָן קריימער, האָט חוזק געמאַכט פֿון זײַן סטיל. אָבער דער קינסטלער וויליעם דע קונינג האָט באַלד באַגריסט די נײַע ווערק און געזאָגט, אַז ער האָט זיי פֿאַרשטאַנען ווי אַן אויסדרוק פֿון פֿרײַהייט. נאָך דער אַנטוישונג אין דער קריטיק צו די נײַע בילדער האָט גוסטאָן, זײַן ווײַב און טאָכטער זיך באַזעצט אין וווּדסטאַק, ניו־יאָרק, ווײַט פֿון דער ניו־יאָרקער קונסט־וועלט.

וועגן זײַן שיידן זיך מיט דער אַבסטראַקט־קונסט האָט ער געזאָגט אַזוי: "אינעם מיטאָס וואָס מיר האָבן געירשנט פֿון דער אַבסטראַקטער קונסט ליגט אַן אַבסורד, אַז די מאָלערײַ איז אומאָפּהענגיק, לויטער און נאָר פֿאַר זיך... אָבער מאָלערײַ איז נישט לויטער... מיר זענען שאַפֿערס פֿון אימאַזשן און מיר זענען פֿול מיט אימאַזשן. עס זענען נישטאָ קיין ליניעס, קרומע אָדער גלײַכע." מיט זײַנע נײַע בילדער פֿון שיך, לעמפּלעך, פּאַפּיראָסן, זייגערס, "קו־קלאָקס־קלאַנס־מענטשן" האָט גוסטאָן אַוועקגעשטעלט אַ בילדערישן וואָקאַבולאַר פֿאַר זײַן פֿאַרטונקלט קוקווינקל אויף דער וועלט און געזעלשאַפֿט.

מיט זײַן עקספּרעסיאָניזם און זייער קאַריקאַטוריסטישן כאַראַקטער, האָט ער אויך געוויזן דעם וועג פֿאַר דעם יונגן נײַעם דור עקספּרעסיאָניסטן פֿון ניו־יאָרק, ווי קיט האַרינג, דזשאָרדזש באַסקוויעט און קעני שאַרף, וואָס אונטער דער השפּעה פֿון ראַפּ־מוזיק און גראַפֿיטי האָבן אַנטוויקלט אַ נײַעם מין עקספּרעסיאָניסטישן קונסט, וואָס מע האָט אָנגערופֿן נעאָ־עקספּרעסיאָניזם. גוסטאָן איז געשטאָרבן פּונקט ווען יענע קונסט־באַוועגונג האָט זיך אָנגעהויבן, אָבער זײַן "שטעמפּל" פֿילט מען.

די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק"־אויסשטעלונג נעמט אַרײַן ציי­כענונגען, ס‘רובֿ שוואַרץ־ווײַסע, און געציילטע — מיט קאָלירן. דערצו האָט מען אויסגעשטעלט עטלעכע קינסט­לערישע קאָלאַבאָרירונגען צווישן גוסטאָן און פּאָעטן, זײַנע פֿרײַנד, וואָס ער האָט געשאַפֿן אילוסטראַציעס צו זייערע לידער. די אויסשטעלונג בלײַבט אָפֿן ביז סוף אויגוסט 2008. דער אַדרעס פֿון דער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" איז 225 מעדיסאָן עוועניו, ראָג 36סטע גאַס אין מאַנהעטן.