|
באָריס טאָמאַשעווסקי |
Forward Association |
הערמאַן יאַבלאָקאָוו דערציילט, אַז די “Hebrew Actors Union" (יוניאָן פֿון ייִדישע אַקטיאָרן) האָט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין 1887, און לויט דער דאַטע איז עס איינס פֿון די עלטסטע יוניאָנס אין אַמעריקע. אין 1902 איז אַנטשטאַנען “לאָקאַל 2" וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דער “Hebrew Actors Union," מיט איין עקסקלוסיווער יוריסדיקציע אין דער פּראָווינץ. אין 1903 האָט זיך געשאַפֿן “לאָקאַל 5," מיט דער יוריסדיקציע, ד״ה איבערזיכט, איבער די ייִדישע וואָדעוויל־הײַזער.
“לאָקאַל 1," איז באַשטאַנען פֿון פֿאָרשטייער פֿון לעגיטימע טעאַטערס, און זיי האָבן אויפֿגעפֿירט מוזיקאַלישע און דראַמאַטישע ווערק. זיי האָבן אײַנגעפֿירט שטרענגע געזעצן קעגן אָננעמען נײַע מיטגלידער, און די אַפּעלאַציעס און אַפּליקאַציעס האָבן זיך אָנגעשטויסן אין דער כינעזישער וואַנט.
די “Hebrew Actors Union" אויף דער זיבעטער גאַס, אין מאַנהעטן, איז באַשטאַנען פֿון אַ פּראָוויזאָריש בינעלע, וואָס איז פֿאַררוקט געווען בײַם סוף פֿון זאַל, און יעדער אַפּליקאַנט האָט געמוזט אויספּרוּוון זײַן מזל און אויסשפּילן זײַן צוגרייטן־פּראָגראַם פֿאַר דעם אָנגעזאַמלטן עולם אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וועלכע האָבן שפּעטער געמוזט שטימען “יאָ" אָדער “ניין" אין אַ באַזונדערן קעסטל. צוויי זייער קליינע, אָפּגעשיידטע ערטער, פֿון ביידע זײַטן בינעלע, האָבן געדינט ווי גאַרדעראָב־צימערלעך — פֿרויען אויף איין זײַט און מענער אויף דער צווייטער. יעדער אָנטיילנעמער האָט געמוזט אָנגעבן אויף זײַן אַפּליקאַציע פֿון וועלכע דראַמעס אָדער קאָמעדיעס זיי האָבן צוגעגרייט זייער פּראָבע. דעם אָפּגעקליבענעם פּראָבע־מאַטעריאַל האָט צוגעשטעלט דער אויספּרוּוו־קאָמיטעט, און דער אַפּליקאַנט האָט אַליין געמוזט געפֿינען די פֿאַרעלטערטע און מער נישט פֿונקציאָנירנדיקע סקריפּטן אין פֿאָרויס, און זיי אײַנשטודירן. די זינגער האָבן געמוזט ווײַזן סצענעס פֿון מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען. מען האָט זיי דערלויבט צו ברענגען אייגענע אַקאָמפּאָניסטן אָדער מען האָט זיי צוגעשטעלט אַ פּיאַניסט. אַ סופֿליאָר האָט געגעבן רעפּליקעס פֿון דער זײַט אויב די סצענע האָט געהאַט אַ דיאַלאָג. לויט די אָנגענומענע געזעצן האָט אַן אַקטיאָר אָדער אַקטריסע געמוזט האָבן צוויי־דריטל פֿון די “יאָ"־שטימען אָנגענומען צו ווערן אין דער יוניאָן. די שטימען האָט געציילט אַ באַשטימטער קאָמיטעט. צווישן זיי זײַנען אַלע מאָל געווען אַזעלכע וועלכע האָבן כראָניש נישט געשטימט פֿאַר קיינעם צוליב פּרינציפּ. די אויספּרוּוון זײַנען נישט נאָר געווען אַ שפּאָט און אַ חוזק, ס’איז ממש געווען אַ בזיון. די ייִדישע פּרעסע האָט כּסדר געמוסרט און געפֿאָדערט פֿון דער יוניאָן זיי זאָלן אויפֿהערן פּראַווען די באַרבאַרישע שטיק, אויפֿהערן זיך איזדיעקעווען איבער די יונגע טאַלאַנטן און אַפֿילו האָבן אײַנזעעניש פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן. נישט איין מאָל האָט אַ באַרימטער אַקטיאָר, וואָס האָט זיך גענייטיקט אין אַרבעט, געמוזט איבעררײַסן, ווײַל ער איז מאָמענטאַל געוואָרן בראַקירט, ווײַל דער טאַלאַנט איז געווען צו גוט, און געדראָט אַן אַנדער מיטגלידס “דזשאַב." אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז כּמעט אַלע, וואָס האָבן זיך אַזוי געמאָרדעוועט אַרײַנצוקומען אין דער יוניאָן, האָבן זיך שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין די זעלבע אַכזרים ווי זייערע פֿריִערדיקע הויטשינדער.
אַלערליי סיבות האָבן געשטעקט אינעם אונטערגאַנג פֿון ייִדישן טעאַטער. איינס פֿון זיי זײַנען געווען די 13 יוניאָנס. דאָס ייִדישע טעאַטער האָט געמוזט אָנשטעלן דרײַצן אַרבעטער פֿון דרײַצן טעאַטער־יוניאָנס. אַפֿילו די אומוויכטיקסטע פֿון זיי האָבן פֿאַרמאָגט דעם כּוח צו רופֿן אַ שטרײַק, פּיקעטירן און בויקאָטירן די פֿאָרשטעלונג. האָט מען זיך שטאַרק געשראָקן פֿאַר זיי. די אַרבעטער פֿון די דרײַצן יוניאָנס האָט מען געמוזט אָנשטעלן אויפֿן גאַנצן סעזאָן, נישט געקוקט אויף דעם צי מען האָט זיך גענייטיקט אין זיי אָדער נישט. צווישן זיי האָט מען געמוזט אָנשטעלן זעכצן אַקטיאָרן און אַקטריסעס פֿון דער “Hebrew Actors Union," נײַן מענער פֿון די “האַנטווערקער־יוניאָן," מינימום פֿון צען מאַן פֿון דער “מיוזיק־יוניאָן," צען מיטגלידער פֿון “כאָר־יויניאָן," מינימום צוויי מענער און איין פֿרוי פֿון דער “גאַרדעראָב־יוינאָן," צען מענטשן פֿון “אָשערס־יוינאָן" (מענטשן וואָס דערלאַנגען דיר די פּראָגראַמקע און ווײַזן וווּ צו זיצן), דרײַ מאַן וואָס שטייען בײַ דעם אַרײַנגאַנג און איינער בײַ דער טיר פֿון באַלקאָן, “דאָרמענס־יוניאָן," פֿינף מענעדזשערס און צוויי קאַסירער, אַ בענעפֿיט־מענעדזשער, אַ פּירסום־מענטש אויף ייִדיש, און אויב מען האָט זיך גענייטיקט אין ענגלישע רעקלאַמעס, פֿון “מענעדזשער־ און קאַסירער־יוניאָן," איין פּאָליציאַנט פֿון “פּאָליסמענס־יוינאָן," רייניקונג און האַלטן אַן אויג אויף אָרדענונג פֿון “סופּעראינטענדענטס־יוניאָן," אַ פּאָר מענטשן פֿון “אַפֿישן־ און פּלאַקאַטן־יוניאָן," אויך אַ מענטש אָדער צוויי פֿון “דרוקער־יוניאָן," וועלכע האָבן זיך פֿאַרנומען מיט צונויפֿשטעלן די אַפֿישן און פּלאַקאַטן, און צום סוף מענטשן פֿון “סיניק־ און אַרטיסטן־יוניאָן," וואָס פֿלעגן מאַלעווען די בינע־דעקאָראַציעס. און איך האָב פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען די “עלעקטריקל־יוניאָן." אַ מזל וואָס אין די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן האָבן ייִדישע טעאַטערס געציילט צוויי טויזנט זיצערטער, אַזויערנאָך האָט מען געקענט קוים אויסקומען. שפּעטער צו, ווען דער עולם צושויער איז געוואָרן שיטערער און שיטערער, האָט מען געמוזט פֿאַרמאַכן די טעאַטערס. די זעלבע פּלאָג האָט דערהרגעט די בראָדוויי־טעאַטערס. הײַנט פֿאַרלאָזט מען זיך בלויז אויף טוריסטן וואָס גייען זען די זעלבע אַנדרו וועבערס מיוזיקלס־טשעפּוכאַ, און זיי האָבן די זעלבע צרות מיט די יוניאָנס. נישט וואָס איך האָב עפּעס צו די יוניאָנס, חלילה. דאָס דערמאָנט מיר אין יעדער נײַער אידעאָלאָגיע. עס הייבט זיך אָן שיין און גוט, פֿול מיט אידעאַל און ס’וואַקסט אויף דערפֿון אַ בער וואָס איזדיעקעוועט זיך. אַזוי פֿלעגט אונדז אויפֿשטאָפּן די קעפּ ד״ר שמיר אין קאַלעדזש. ער האָט גערעדט, דער עיקר, וועגן פּאָליטישע באַוועגונגען און רעליגיעס, וואָס מען האָט פֿאַרגליכן צו אַן ערשט געבוירן עופֿעלע. אַזוי וווּנדערלעך שיין, פֿול מיט האָפֿענונג און נחת, און מיט דער צײַט וואַקסט דערפֿון אַרויס אַן אינסטיטוציע מיט אַ ביוראָקראַטיע, און עס פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ מאָנסטער וואָס האָט קיין שײַכות נישט מער מיטן געבורט פֿונעם אידעאַל.
און איך וועל פֿאַרענדיקן מיט סאָפֿיאַ קאַרפּ, וועלכע האָט געשפּילט מיט באָריס טאָמאַשעווסקי אין “ראָמעאָ און יוליאַ." סאָפֿיאַ קאַרפּ האָט פֿאַרמאָגט אַ שלעכטן זכּרון. זי האָט בשום־אופֿן נישט געקענט געדענקען אירע ראָלעס. זי האָט אַלע מאָל זיך גענייטיקט אין אַ סופֿליאָר. האָט באָריס טאָמאַשעווסקי זיך אַוועקגעזעצט מיט איר און אַדורכגעגאַנגען איין מאָל און ווידער אַ מאָל די ראָלע פֿון יוליאַ. זיי האָבן געמאַכט פּראָבעס ביז אין דער נאַכט אַרײַן. אָבער וואָס מער זי האָט פֿאַרגעדענקט, אַלץ מער האָט זי פֿאַרגעסן. זי האָט זיך אָבער נישט געזאָרגט, ס’איז דאָך אַלע מאָל געווען דער סופֿליאָר. אויב חלילה סאָפֿיאַ קאַרפּ האָט אָנגעוווירן דעם גאַנג פֿון די רייד, האָט זי זיך נישט פֿאַרלוירן. אַנשטאָט יוליאַ פֿלעגט זי רעציטירן גאַנצע טראַקטאַטן פֿון אַנדערע ראָלעס, וואָס נאָר ס’איז איר געקומען אין קאָפּ אַרײַן. זי האָט עס אַלע מאָל געטאָן ווען זי האָט עפּעס פֿאַרגעסן. די מעשׂה איז אָבער געווען, וואָס שעקספּירס “ראָמעאָ און יוליאַ," האָט געפֿאָדערט שעקספּירס פֿערזן און נישט טראַקטאַטן פֿון “שולמית" אָדער “לאה" פֿון “דער דיבוק."
ווען ס’איז אָבער געקומען צו דער סצענע מיטן באַלקאָן איז געשען אַן אומגליק. דעם באַלקאָן האָט מען אָפּגערוקט גאַנץ ווײַטלעך פֿון סופֿליאָרס בודקע. דאָ האָט זיך אוטערגערוקט די באַרימטע באַלקאָן־סצענע. סאָפֿיאַ באַווײַזט זיך אין איר נעגליזשעי. זי זעצט זיך אַוועק. איר קאָפּ אָנגעלענט אויף איר רעכטן אָרעם. ראָמעאָ, זעענדיק זײַן געליבטע יוליאַ, שפּרינגט ער אַריבער דעם פּלויט, און הייבט אָן צו קריכן אויפֿן לייטער ווי אַ פּויזענדיקע קאַץ. ער באַגריסט זײַן יוליאַ.
נאָר סאָפֿיאַ שושקעט אים אין אויער: “באָריס, איך קען נישט הערן דעם סופֿליאָר."
האָט באָריס אָנגעהויבן איר צוריקשושקען אירע שורות, אָבער זי האָט זיך ווידער געוואָנדן צו אים שטילינקע, קיינער זאָל נישט הערן:
“באָריס, איך הער קיין וואָרט נישט וואָס דו פּלאַפּלסט דאָרטן."
דאָ בלײַבט שוין באָריס טאָמאַשעווסקי שטיין אויפֿן לייטער אַ פֿאַרציטערטער און שושקעט איר אַרויף צום באַלקאָן:
“רעד! איך גיב דאָך דיר די פּראָזע..."
אָבער זי הערט אים ווי דעם קאָטער. און שטאַרצט אויס אַ פּאָר אויגן אויף אים:
“איך הער קיין וואָרט נישט וואָס דו זאָגסט!"
מיט אַ מאָל האָט זי אָנגעהויבן צו רעציטירן די פּראָזע פֿון גאָלדפֿאַדענס “שולמית," וואָס האָט קיין שום שײַכות נישט געהאַט מיט “ראָמעאָ און יוליאַ." בלײַבט באָריס שטיין אויפֿן לייטער אַ פֿאַרלוירענער, בעת זי פּלאַפּלט פּראָזע פֿון אַנדערע פּיעסעס, און ער ווייסט נישט וואָס איר צו ענטפֿערן. פּרובירט ער נאָך אַ מאָל:
“סאָפֿיאַ, וואָס האַקסטו דאָרט אַ טשײַניק? דו נוצט דאָך די פּראָזע פֿון ‘שולמית,’ און נישט פֿון ‘יוליאַ.’" ענטפֿערט זי אים קאַלטבלוטיק: “איז וואָס זאָל איך טאָן אַז איך הער נישט קיין פּיפּס פֿון דעם וואָס דער סופֿליאָר זאָגט מיר אונטער."
פֿאַרשטייט זיך אַז באָריס איז שיעור נישט אַרויס פֿון די כּלים. ער דערציילט, אַז “אין יעדער רגע וועל איך קריגן אַ מוח־שלאַק. עס איז מיר געקומען אין זינען אַראָפּצושמײַסן זיך נישט נאָר פֿון לייטער, נאָר אויך פֿון באַלקאָן, און זי, זי רעציטירט נאָך איר תּרגום־לשון, איר געפּלאַפּל וואָס קומט פֿון יענער זײַט משוגעת. שפּרינג איך אַראָפּ פֿונעם באַלקאָן און גלײַך אין מײַן גאַרדעראָב־צימער. סאָפֿיאַס קול האָט מיך באַגלייט ביז איך האָב צוגעמאַכט די טיר אונטער זיך. זי האָט נאָך אַלץ געשפּילט ‘שולמית.’ האָב איך זיך אָנגעטאָן אויף שנעל און אַרויס פֿון טעאַטער בעת סאָפֿיאַ האָט נאָך אַלץ דערלאַנגט איר מאָנאָלאָג פֿון נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן. איך האָב גענומען די באַן און אַוועק אַהיים."
"ווען מאָריס פֿינקל, דער פּראָדוצענט פֿון דער פּיעסע, האָט אויסגעפֿונען אַז איך בין אַוועק אַהיים, איז ער אַרויף אויף דער בינע און אַנאָנסירט:
‘מיסטער טאָמאַשעווסקי איז מיט אַ מאָל קראַנק געוואָרן, און מיר זײַנען גרייט אײַך צו ברענגען אַן אַנדער פּיעסע גלײַך אויפֿן אָרט.’
דער עולם איז געוואָרן ווילד און געפֿאָדערט צוריק זייער געלט. פֿאַר יענע, וואָס זײַנען געבליבן זיצן האָט סאָפֿיאַ געשפּילט ‘שולמית.’ דאָס מאָל איז זי געשטאַנען לעבן סופֿליאָר."
איך וואָלט די דראַם־קאָמעדיע פֿאַרענדיקט מיט סאָפֿיאַן. נישט בײַם סופֿליאָר, נאָר טאַקע אויפֿן באַלקאָן, מיט איר פּראָזע פֿון “יוליאַ" און “שולמית" צונויפֿגעמישט. דאָס וואָלט געווען אַ בעסערער סוף.
“Jewish Theater" (ייִדיש טעאַטער), איז אַרומגעגאַנגען אַ שמועה צווישן די שפּילער און יענער גאַנצער געזעלשאַפֿט, “אוי־וויי־וויי! שוין מער נישטאָ." אַ שאָד, אַ שאָד פֿון אַזאַ ליכטיקער שטוב אין אַזאַ פֿינצטערער גרוב. און אַ שטוב אָן פֿענצטער איז קיין דירה נישט. פּונקט ווי אַ קאַפּאָטע אָן קנעפּלעך איז קיין בגד נישט. דעם יונגן דור גייט עס אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי, און דער עלטערער דור האָט שוין פֿאַרגעסן. איך טאָר אָבער נישט ענדיקן אויף אַ זויערער נאָטע, וויל איך בלויז צוגעבן אַז פּונקט ווי ייִדיש, וועט ייִדיש טעאַטער אַמאָל אויפֿלעבן. ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן? ווען ס’וועלן זיך באַווײַזן נײַע כּוחות, וואָס קענען די שפּראַך, קענען טעאַטער און ווייסן וואָס קונסט באַטײַט. און כאָטש דאָס ייִדישע טעאַטער באַשטייט הײַנט פֿון לויטער סופֿליאָרן און אַקטיאָרן וואָס האָבן אָנגעוווירן דעם זכּרון, וועלן אַמאָל זיך באַווײַזן טאַלאַנטן וואָס וועלן נאָך דערפֿרייען אַ פּובליקום.
די עפּיזאָדן האָב איך צונויפֿגעשטעלט פֿון אַ סעריע וואָס איך האָב אָנגעשריבן וועגן ייִדישן טעאַטער, וואָס איך רוף: “אוי־וויי! שעקספּיר איז טויט." ס’רובֿ טעקסטן זײַנען מײַנע אַדאַפּטאַציעס און איבערזעצונגען.