דעם 12טן יולי איז געוואָרן צוויי יאָר זינט ס’האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 25סטן יוני האָט דער “כאַמאַס" אַטאַקירט אָ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראל־אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שליט. די “כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון זייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטראָל, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט 2 סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו.
די ווינאָגראַד־קאַמיסיע, געשאַפֿן צום פֿאָרשן די רעזולטאַטן פֿון דער מלחמה, האָט פּובליקירט 2 באַריכטן: צום ערשט, אַ צײַטווײַליקן און דעם 30סטן יאַנואַר דעם ענדגילטיקן באַריכט. ערבֿ דעם, ווי ער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן האָבן די זשורנאַליסטן און פּאָליטישע אָבסערוואַטאָרן באַשריבן אָלמערטס אויפֿפֿירונג אין די לעצטע 60 שעה פֿון דער מלחמה ווי אַ פֿינצטערע אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל און האָבן אים באַשולדיקט אין פּרובירן געווינען אַ פּאָליטישן דערפֿאָלג, מקריבֿ זײַענדיק 33 סאָלדאַטן. דאָס פֿאָלק האָט פֿאַרלאַנגט, אַז אָלמערט זאָל פֿאַרלאָזן זײַן הויכן אַמט.
די וואָס האָבן באַשולדיקט אָלמערטן אין מקריבֿ זײַן די 33 סאָלדאַטן, האָבן שטאַרק געזינדיקט. מע דאַרף פֿאַרמאָגן אַן אומבאַגרענעצטע מאָס פֿון גאַל און חוצפּה צו באַשולדיקן אין דעם אַ פּרעמיער־מיניסטער, וואָס איז אַרויס מיט אַ באַרעכטיקטער מלחמה, אַ דורכגעטראַכטע און אַ דרייסטע. לויט דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, איז אָלמערט געקומען צו אַזאַ באַשלוס, באַוועגט פֿון זאַכלעכע פֿאַקטן, אָן שום זײַטיקע מאָטיוון, בפֿרט ווען ער האָט געהייסן צו אַטאַקירן אין די לעצטע 60 שעה. דער דאָזיקער באַשלוס איז געווען אַ לאָגישער אין אַ מלחמה וואָס איז געוואָרן אַ דורכפֿאַל.
דער דאָזיקער דורכפֿאַל איז אַ רעזולטאַט פֿון וואַקלענישן און שרעק בעת דער מלחמה און פֿון די פּאָליטישע אויפֿפֿירונג פֿון די ישׂראל־רעגירונגען יאָרן פֿאַר איר. די מלחמה איז געווען באַרעכטיקט, ווײַל קיין שום רעגירונג קען נישט דערלויבן צעשטערן כּסדר איר סוּווערעניטעט, ווי עס איז געקומען צום אויסדרוק אין דעם “כעזבאָלאַ"־אַטאַק אויפֿן ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטרול, און די שיסערײַען פֿון די “קאַטיושעס". קיין שום מדינה קען זיך נישט דערלויבן טאָלערירן אַן אומגעצוימטן כּוח פֿון אַ טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע, וועלכע דערנענטערט זיך צו די קרעפֿטן פֿון כּמעט אַן אַרמיי און פֿאַרוואַנדלט אירע בירגער אין ערובֿניקעס.
דער דורכפֿאַל פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי צו רעדוצירן די צאָל פֿון די “קאַטיושעס"־שיסערײַען איז גאָר קיין באַווײַז נישט, אַז עס איז געווען אַ פֿעלער אַרויסצוגיין מיט אַ מלחמה; ס‘איז נאָר אַ באַווײַז פֿאַר דעם הויכן פּרײַז וואָס ישׂראל האָט באַצאָלט פֿאַר דער זעלבסטגעצוימטער פּאָליטיק אין די יאָרן פֿאַר דער מלחמה. מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן, וואָס עס וואָלט פּאַסירט, אויב אויך דאָס מאָל וואָלט ישׂראל אַראָפּגעשלונגען די מיליטאַנטישע אָנפֿאַלן, נישט אַרויס מיט קיין מלחמה און זי אָפּגעשטופּט אויף אַ צוויי אָדער פֿינף יאָר. וועדליק דעם, ווי גיך “כעזבאָלאַ" פֿאַרשטאַרקט זיך, וואָלט יעדער הויז אין ישׂראל געוואָרן אַ ציל פֿאַר אַן אַטאַק.
דער באַשלוס אָנהייבן אַ מלחמה איז געווען אַ דורכגעטראַכטער און נישט קיין לײַכטזיניקער. די מאָטיוואַציע פֿון “כעזבאָלאַ" צו פֿאַרכאַפּן די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און באַשיסן ישׂראל מיט “קאַטיושעס" איז געווען גוט באַקאַנט, און ישׂראל האָט אָגענומען אַ פּרינציפּיעלן באַשלוס ווי אַזוי צו רעאַגירן אַ צײַט פֿאַרן אַטאַק. דעריבער, ווען דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען, האָט ישׂראל געמוזט שנעל אָנגיין ווײַטער און מיטן פֿולן כּוח. ווי געזאָגט, האָבן די וואַקלענישן און די איבערגעטריבענע פֿאָרזיכטיקייט צוגעשפּילט דעם שׂונא.
נאָך דער מלחמה האָבן זיך אויסגעדריקט הויכע אָפֿיצירן, אַז זייער הויפּט־ציל באַשטייט אין באַשיצן זיך, און אויב אַ סאָלדאַט ווערט פֿאַרוווּנדעט, איז עס אַ דורכפֿאַל. אַ געזעלשאַפֿט און אַן אַרמיי מיט אַזאַ גײַסט, קען נישט זיגן, אַפֿילו צו דערשטיקן אַ קליינע טעראָר־אָרגאַניזאַציע. עס איז דען מעגלעך צו געווינען אַ מלחמה אָן די מלחמה צו האַלטן? דאָס האָט געשאַפֿן די פֿאַרקריפּלטע קאָנצעפּציע נאָך דעם ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מען קען נישט זיגן אין דער מלחמה נאָר מיט דער אַוויאַציע. ישׂראל האָט זיך אָפּגעהאַלטן פֿון אַ ברייט־מאַסשטאַביקער אַרײַנדרינגונג וואָס וואָלט געבראַכט צו אַ דעצידירנדיקן נצחון. דווקא דאָס איז געווען דער פֿעלער, ווײַל מען קען נישט זיגן אָן אַ גרייטקייט צום באַצאָלן קרבנות, ווי אַ פּרײַז פֿאַרן נצחון. ליידער, האָט די מורא פֿאַר קרבנות געבראַכט נאָך מער קרבנות.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז ישׂראל געשטאַנען פֿאַר דער זעלבער דילעמע און ווידער האָט די רעגירונג באַשלאָסן קעגן אַ ברייט־מאַסשטאַביקער אַרײַנדרינגונג און אָפּגעשטימט פֿאַר אַן "אָפּרו" אין די מיליטערישע אַקציעס צווישן ישׂראל און “כאַמאַס", וועלכע איז אַרײַן אין קראַפֿט דעם 19טן יוני, באַגלייט מיט אַ וואָרענונג, אַז די ברייט־מאַסשטאַביקע אַרײַנדרינגונג אין עזה איז נישט אַראָפּ אין גאַנצן פֿון דער טאָג־אָרדענונג. איז ווידער געבליבן אָפֿן די פֿראַגע, צי איז אַזאַ אַרײַנדרינגונג באַרעכטיקט? פֿאַרשטייט זיך, אַז איצט הענגט אַלץ אָפּ פֿון דעם, ווי לאַנג דער דאָזיקער “אָפּרו" וועט דויערן און צי וועט ער ווערן אויסגעהאַלטן.
לויט דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, האָבן די סאָלדאַטן געקעמפֿט מיט גבֿורה פֿאַר אַ פֿאַלשער קאָנצעפּציע, דהײַנו: שוואַכע אויסזיכטן אַז עס קען זײַן אַ מלחמה, און דעריבער האָט מען פֿאַרלאָזט די רעזערוו־כּוחות; דאָס נישט שטעלן זיך פֿעסט קעגן די קירצונגען אין מיליטערישן בודזשעט; און די זעלבסט־איבערצײַגונג, אַז אויב עס וועט אויסברעכן אַ מלחמה, וועט מען זי קענען געווינען נאָר מיט דער אַוויאַציע. פֿאַקטיש האָט די אַרמיי זיך געטאָפּטשעט אויפֿן אָרט און נישט פֿאָרגעשלאָגן דער רעגירונג צו ענטפֿערן אויף די ראַקעט־אַטאַקן.
לויט דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, האָבן דער רעגירונג געפֿעלט פֿונדאַמענטאַלע אייגנשאַפֿטן פֿון פֿירערשאַפֿט. ס‘איז קלאָר, אַז אויף דער קאַבינעט־זיצונג דעם 9טן אויגוסט 2006 האָט די רעגירונג און דער פּרעמיער־מיניסטער אין גאַנצן אַראָפּגענומען פֿון זיך דאָס אַחריות. די אַרמיי האָט באַ-שלאָסן וואָס עס דאַרף געשטעלט ווערן אויפֿן סדר־היום פֿון דער קאַבינעט־זיצונג, און ס‘רובֿ מיניסטאָרן האָבן געשטימט קעגן זייער אייגענער האַלטונג.
איינער פֿון די פּאָליטישע אָבסערוואַטאָרן האָט דעפֿינירט די לאַגע אַזוי: די פּאָליטיק פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג אין דער מלחמה איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון מזלדיקע געשעענישן, און נישט פֿון אַן אַנאַליז פֿון די אינטערעסן, ווי אויך פֿון אַן אויבערפֿלעכלעכער דעבאַטע, אין וועלכער די רעגירונג שטימט פֿאַר דעם, וואָס דאָס מיליטער הייסט איר טאָן. דאָס מיליטער האָט דערקלערט, דאָס מיליטער האָט פֿאָרגעשלאָגן און די פּאָליטיקער שאָקלען צו מיטן קאָפּ.
אין דעם ווינאָגראַד־באַריכט ווערט באַשריבן, אַז אויף דער זיצונג אויף וועלכער אָלמערט האָט באַשלאָסן די אָפּעראַציע פֿון די לעצטע 60 שעה, האָט איינער פֿון די קאָמיסיע־מיטגלידער אים געפֿרעגט, פֿאַרוואָס האָט ער נישט באַשלאָסן די אָפּעראַציע צוויי וואָכן פֿריִער, האָט אָלמערט געענטפֿערט: “ווײַל די אַרמיי האָט עס נישט געבעטן". דערמיט האָט ער באַשטעטיקט, אַז פֿאַקטיש איז זײַן הויפּט־אויפֿגאַבע געווען צו לאָזן די אַרמיי אַליין אָנצונעמען באַשלוסן.
דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין דער “יו־ען", דזשאָן באָלטאָן, וואָס האָט רעדאַגירט דעם באַשלוס 1701 פֿאַרן וואָפֿן־שטילשטאַנד, האָט געזאָגט, אַז די מיליטערישער אָפּעראַציע אין די לעצטע 60 שעה פֿון דער מלחמה האָט נישט געהאַט קיין אײַנפֿלוסט אויף דעם באַשלוס.
אויך די כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר זיכערהייט און אויסערן־ענינים האָט פּובליקירט אַ באַריכט וועגן דער צווייטער לבֿנון־מלחמה, אין וועלכן זי דריקט אויס איר מיינונג וועגן דער ראָלע פֿון דער רעגירונג, באַצייכענענדיק, אַז די רעגירונג האָט נישט באַשטימט קיין קלאָרע סטראַטעגישע צילן, ווען זי האָט אָנגענומען דעם באַשלוס אָנהייבן די מלחמה. עס ווערט דערמאָנט אין באַריכט, אַז דעם 17טן יולי 2006, האָט אָלמערט דערקלערט, אַז די מלחמה וועט זיך ממשיך זײַן ביז עס וועלן זיך צוריקקערן די פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, עס וועט זײַן אַ פֿולער וואָפֿן־שטילשטאַנד, די לבֿנון־אַרמיי וועט זיך אויסשפּרייטן אין גאַנץ דרום־לבֿנון און דער “כעזבאָלאַ" וועט פֿאַרטריבן ווערן פֿון דעם ראַיאָן.
דער הויפּט־טייל פֿון באַריכט באַציט זיך צו דער ראָלע פֿון דער אַרמיי, וווּ די אַרמיי ווערט בפֿירוש באַשולדיקט אין דער פּאָליטישער בלינדקייט, אָפּגעהאַלטענעם טראַכטן, פּאַראַליז און מאַכטלאָזיקייט אויפֿן טאַקטישן און אָפּעראַטיוון געביט; ווי אויך אין אַ פֿונדאַמענטאַלן עם־הארצות בײַם לייענען די פֿראָנט־מפּה. דעריבער, האָט די אַרמיי נישט דערגרייכט דעם צענטראַלן ציל פֿון דער מלחמה. דער דורכפֿאַל אין דער מלחמה האָט אויך געשטערט ישׂראלס געשטאַלט ווי אַ אַן אָפּשרעקנדיקער כּוח.
אַפֿילו די לאָקאַלע דערפֿאָלגן און דערגרייכונגען אין דער מלחמה, ווי, צום בײַשפּיל, די גרויסע צאָל דערהרגעטע צווישן די “כעזבאָלאַ"־לײַט, אָדער דער קאָלאָסאַלער שאָדן, געבראַכט די אַרויסשיסער פֿון די ראַקעטן פֿון אַ לאַנגער דיסטאַנץ, וואָס האָבן נישט געהאַט דעם עפֿעקט, דערוואַרט פֿון די פֿאַנאַטישע איסלאַמיסטן.
דער כּנסת־באַריכט פֿאַרמאָגט נישט קיין איין קריטיש וואָרט קעגן אָלמערטן פֿאַר זײַן באַשלוס אָנהייבן די מלחמה, אָבער עס פֿעלן נישט קיין פּאָליטיקער, וועלכע זענען ממשיך עס צו טאָן. מוז מען דאָ דערמאָנען, אַז אַלע מיניסטאָרן אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג האָבן געשטימט פֿאַר דעם פֿאָרשלאָג. אַלע מיניסטאָרן, דאָס הייסט, אויך שאָול מופֿז, וועלכער האָט געדאַרפֿט, ווי דער געוועזענער קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי און זיכערהייט־מיניסטער וויסן בעסער פֿון אָלמערטן און פּרצן, אַז די אַרמיי איז נישט גרייט צו אַזאַ מלחמה. אויך די מערהייט פֿון די כּנסת־מיטגלידער זענען געווען פֿאַר דער מלחמה.
אַלע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען האָבן געוויזן אַ פֿולע שטיצע פֿאַר דער מלחמה. כּמעט אַלע זשורנאַליסטן זענען געווען פֿאַר דער מלחמה, אויך די יעניקע, וואָס זענען איצט חכמים אַחר המעשׂה און קריטיקירן אָלמערטן, מיטן געדאַנק, אַז דער עולם האָט אַ קעצישן זכּרון, און געדענקט נישט.
כ׳האָב שוין דערמאָנט, אַז צווישן די סיבות פֿונעם דורכפֿאַל אין דער מלחמה איז געווען די אויפֿפֿירונג פֿון די ישׂראלדיקע רעגירונגען אין די יאָרן פֿאַר דער מלחמה. ס‘איז קיין צווייפֿל נישט, אַז ווען ישׂראל וואָלט זיך באַצויגן ערנסט צו אהוד ברקס דערקלערונגען ערבֿ דעם צוריקציִען זיך, אַז ישׂראל וועט רעאַגירן מיט איר גאַנצער קראַפֿט אויף יעדער שיסערײַ קעגן איר, וואָלטן מיר בכלל נישט דערגאַנגען צו דער מלחמה.
נישט געקוקט אויף דעם וואָס די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון לבֿנון אין יאָר 2000, האָט די “כעזבאָלאַ" ממשיך געווען אירע אַגרעסיווע אַטאַקן קעגן ישׂראל. אין אָקטאָבער 2000 האָט די “כעזבאָלאַ" פֿאַרכאַפּט 3 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און ישׂראל האָט רעאַגירט מיט אַ באַגרענעצטן אַרטילערישן אַטאַק. און אַז “כעזבאָלאַ" האָט ממשיך געווען די אַגרעסיע און אָפֿן געדראָט מיטן פֿאַרכאַפּן נאָך ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די לבֿנונער און פּאַלעסטינער זיכערהייט־אַרעסטירטע, האָט ישׂראל ווידער נישט רעאַגירט מיט אַ שטאַרקער ברייטער מיליטערישער אַקציע, ווי אהוד ברק האָט צוגעזאָגט.
אונדזער קורצזיכטיקייט האָט דעריבער געבראַכט צו דער מלחמה. און דאָס איז וויכטיק צו דערמאָנען, ווען ישׂראל שטייט פֿאַר פֿיר מעגלעכע פֿראָנטן. די “כעזבאָלאַ" אין צפֿון שטאַרקט זיך טאָג־אײַן טאָג־אויס און דאָס זעלבע דער “כאַמאַס" אין דרום. אויך סיריע איז בודק אירע מעגלעכקייטן צו אַטאַקירן ישׂראל, אויב ירושלים וועט נישט ענטפֿערן אויף דמשׂקס רוף צו מאַכן שלום אויף אירע באַדינגונגען. און דער פֿערטער פֿראָנט — איראַן.
צוויי יאָר זינט דער מלחמה, מוז מען ליידער באַטאָנען, אַז אָלמערטס פֿאַרפֿליכטונג צוריקצוברענגען די פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן איז נישט מקוים געוואָרן. אָבער דעם 29סטן יוני דאָס יאָר האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג באַשטעטיקט אַ הסכּם מיט “כעזבאָלאַ", לויט וועלכן די “כעזבאָלאַ" וועט צוריקקערן קיין ישׂראל די צוויי סאָלדאַטן — אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו — און ישׂראל, פֿון איר זײַט, וועט באַפֿרײַען דעם מערדער סאַמיר קונטאַר, וועלכער האָט דערמאָרדעט די פֿאַמיליע האָראַן אין נהריה, 4 “כעזבאָלאַ"־געפֿאַנגענע און צענדליקער לבֿנונער קערפּערס. וואָס עס איז נישט קלאָר, צי ישׂראל וועט באַקומען די צוויי סאָלדאַטן לעבעדיקע אָדער טויטע. לויט די אָפּשאַצונגען פֿון מאיר דגן, דער הויפּט פֿון “מוסד", און יובֿל דיסקין, דער הויפּט פֿון שב״כּ, זעט אויס, אַז די סאָלדאַטן זײַנען טויט.
בלײַבט ישׂראל קיין אַנדער ברירה נישט ווי זיך אײַנלעבן אין די צרות און ווייטיקן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ פֿאָלק, וואָס עס ווערט וועגן אים געזאָגט, אַז 10 מאָס יסורים זענען אַראָפּ אויף דער וועלט, האָבן די ייִדן גענומען 9 מאָס פֿון דעם און איין מאָס איז געבליבן פֿאַרן רעשט פֿון דער וועלט.