בײַם סוף פֿערציק יאָר, וואָס די ייִדן האָבן אָפּגעוואַנדערט אינעם מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו באַשטעטיקן דעם נײַעם מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — יהושע בן נון. די חז"ל פֿאַרגלײַכן משהס פּנים, זײַן פּערזענלעכקייט, צו דער זון, און יהושעס פּנים צו דער לבֿנה. אַזוי ווי די לבֿנה, וואָס האָט נישט קיין אייגן ליכט, נאָר שפּיגלט בלויז אָפּ די זון־שטראַלן, איז יהושע געווען דער געטרײַסטער און נאָענטסטער תּלמיד פֿון משה רבינו; זײַן עיקר־עבֿודה איז נישט באַשטאַנען אין מחדש צו זײַן די אייגענע חידושים אין דער תּורה, נאָר אין איבערגעבן פּינקטלעך דאָס, וואָס ער האָט געלערנט פֿון זײַן גרויסן רבין.
דער אומגעוויינטלעכער אַרויסרעד פֿון יהושע בן נונס נאָמען, "בין" אָנשטאָט "בען", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "בינה" — פֿאַרשטאַנד. משה רבינו, דער גרעסטער נבֿיא אין דער געשיכטע, האָט משׂיג געווען 49 שערי־בינה, פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון תּורה־השׂגות; די לעצטע, 50סטע מדרגה, וועלכע דער מענטשלעכער שׂכל איז נישט מסוגל צו דערגרייכן אַליין, האָט ער באַקומען דורך זײַן עצמדיקער פֿאַראייניקונג מיט ג־טלעכקייט. דער אות "נון" באַצייכנט די צאָל 50; דערפֿאַר קאָן יהושעס נאָמען אָפּגעטײַטשט ווערן, בדרך־רמז, סײַ ווי "דער, וואָס פֿאַרשטייט", סײַ ווי "דער זון פֿון פֿאַרשטאַנד". הגם יהושע האָט זיכער געהאַט גאָר טיפֿע אייגענע תּורה־השׁגות, האָט ער זיך געפֿירט ווי משה־רבינוס "זון", ווי אַ לעבעדיקער המשך פֿון זײַן רבין.
פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף זײַן רעלאַטיוו באַשיידן אָרט, אין פֿאַרגלײַך מיט משה רבינו, האָט יהושע בן נון געהאַט אויך אַ באַזונדערע מעלה: ער איז געווען נעענטער צום פּשוטן פֿאָלק, און האָט דערפֿאַר געקאָנט גרינגער לייזן זייערע פּראָבלעמען. דער דור־המידבר האָט זיך כּסדר געקריגט מיט משה רבינו, און איז דערפֿאַר באַשטראָפֿט געוואָרן, צוזאַמען מיט זײַן מנהיג. אין יהושעס צײַט האָבן די ייִדן ווייניק געליטן פֿון אינערלעכע קאָנפֿליקטן.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משהן מסמיך צו זײַן יהושע, "וואָס ער טראָגט אין זיך דעם גײַסט". דאָס מיינט, ווי רש"י איז מסביר, אַז יהושע בן נון האָט געקאָנט פֿאַרשטיין יעדנס גײַסטיקן מצבֿ.
אין די ברכות פֿון קריאת־שמע בײַם שחרית ווערן דערמאָנט דרײַ מדרגות פֿון מלאָכים, וועלכע לויבן יעדן טאָג דעם באַשעפֿער: אופֿנים, חיות־הקודש און שׂרפֿים. די מענטשן קאָנען אויך אײַנגעטיילט ווערן אין די דאָזיקע דרײַ קאַטעגאָריעס. די שׂרפֿים זענען "פֿײַערדיקע" מלאָכים, וואָס זייער נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "שׂריפֿה". דער אַפּטער רבֿ, אַ גרויסער תּלמיד פֿונעם זלאָטשעווער מגיד און רבי אלימלך ליזשענסקער, דערקלערט אין זײַן ספֿר "אוהבֿ ישׂראל", אַז משה רבינו איז געווען אַזוי ווי אַ "שׂרף" — אַ "פֿײַערדיקע נשמה". צוליב זײַן גרויס התלהבֿות אין עבֿודת־השם, האָבן די מענטשן אָפֿט נישט געקאָנט פֿאַרשטיין זײַנע דערהויבענע כּוונות.
יהושע איז געווען פֿול מיט הייליקן חיות, ענלעך צו די חיות־הקודש. פּשוטע מענטשן, וועלכע מוזן זיך "דרייען" אין דער גשמיותדיקער וועלט, און זענען נישט בכּוח צו בלײַבן תּמיד אויף הויכע גײַסטיקע מדרגות, ווערן צוגעגליכן צו די אופֿנים — די מלאָכים, וועלכע לאָזן זיך צומאָל אַראָפּ אין עולם־הזה, און קאָנען זיך ווײַזן אין אַ מענטשלעכער צורה, אַזוי ווי אַבֿרהם אָבֿינוס געסט. דאָס וואָרט "אופֿנים" מיינט, בוכשטעבלעך, "רעדער" — "זיך־דרייענדיקע באַשעפֿענישן".
הגם דאָס ליכט פֿון דער זון איז אַ סך שטאַרקער, ווי דאָס ליכט פֿון דער לבֿנה, איז עס צו העל פֿאַרן מענטשלעכן אויג. די געוויינטלעכע מענטשן, וועלכע "דרייען זיך" כּסדר צווישן גשמיות און רוחניות, קאָנען גרינגער פֿאַרשטיין אַ צדיק, וואָס לעבט אַ ריין־גײַסטיק לעבן, ווי יהושע בן נון, אָבער נישט אינגאַנצן אָפּגעריסן פֿון עולם־הזה, ווי די "פֿײַערדיקע" נשמה פֿון משה רבינו.
אין אַ סך פֿאַלן אין דער ייִדישער געשיכטע איז די תּורה פֿון גאָר דערהויבענע צדיקים איבערגעגעבן געוואָרן דווקא דורך זייערע תּלמידים, ווײַל ס׳רובֿ מענטשן האָבן זי נישט געקענט אויפֿנעמען דירעקט. צום בײַשפּיל, די קבלה פֿונעם הייליקן אַריז"ל, רבי יצחק לוריא, איז איבערגעגעבן געוואָרן דורך רבי חיים וויטאַל; די תּורה פֿונעם בעל־שם־טובֿ — דורך דעם מעזריטשער מגיד און אַנדערע רביים; די תּורה פֿון רבי נחמן בראַצלעווער — דורך הרבֿ נתן שטערנהאַרץ. אינעם לעצטן פֿאַל פֿאַרגלײַכן די בראַצלעווער חסידים די הויפּט־פֿיגורן פֿון זייער באַוועגונג טאַקע מיט משה רבינו און יהושע בן נון.
אַ צאָל חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז אין דער הײַנטיקער תּקופֿה קומען די גײַסטיקע מדרגות אויסגעמישט. אַ געוויינטלעכער מענטש, וועלכער פֿאַרנעמט זיך ס׳רובֿ צײַט מיט אַ גראָבער מאַטעריעלער אַרבעט, קאָן צומאָל דערשפּירן סײַ דאָס "הייליקע חיות", סײַ אַ פֿײַערדיקן התלהבֿות צום רוחניות. אין יעדער מענטשלעכער נשמה טרעפֿן זיך עלעמענטן פֿון "שׂרפֿים", "חיות־הקודש" און "מלאָכים", וואָס מע מוז שטרעבן צו דערגרייכן אַן אָפּטימאַלן באַלאַנס צווישן זיי.
ווי עס שטייט אין דעם נבֿיא ישעיה, וועט אין משיחס צײַטן "דאָס ליכט פֿון דער לבֿנה ווערן ווי דאָס ליכט פֿון דער זון"; דעמאָלט וועלן אינגאַנצן בטל ווערן די סתּירות צווישן גשמיות און רוחניות, און יעדער מענטש וועט קאָנען זען אָן "פֿילטערס", ווי דאָס ענדלאָזיקע ליכט פֿון ג־טלעכקייט פֿילט אָן, אין דער אמתן, יעדן מאָמענט פֿון אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן.