- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך ניט געוווּסט, אַז דעם פֿענאָמען רופֿט מען "בעל-פּה-געשיכטע" (oral history). אָבער מיר איז שוין געווען קלאָר, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע זאַך איז עס ניט. צו מײַן זיידן פֿלעגט אָפֿט מאָל אַרײַנגיין אַ ייִד, וואָס האָט געהייסן קריטשעווסקי. אויף וויפֿל איך געדענק (בעל-פּה-געשיכטע!), איז קריטשעווסקי געווען דער איינציקער מענטש, וואָס האָט ניט געהערט צו אונדזער משפּחה, אָבער פֿלעגט זיך אַרײַנשטעלן צום זיידן סתּם אַזוי. די אַנדערע פֿלעגן קומען צו אים, ער זאָל פֿאַר זיי שעכטן אַ הון, אַ קאַטשקע צי אַ גאַנדז. אָן אַ שמועס, אַ קורצן צי אַ לענגערן, פֿלעגן זיי, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַוועקגיין, אָבער דאָס איז שוין געווען אַ בײַ-פּראָדוקט פֿונעם שוחט-געשעפֿט. קריטשעווסקי, אָבער, פֿלעגט קומען נאָר צוליב כאַפּן אַ שמועס, אין ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך. אַ סבֿרא, אַז ער האָט זיך געפֿילט עלנט. סײַ ער, סײַ מײַן זיידע זײַנען אַ מאָל געווען סאָלדאַטן אין דער רוסישער אַרמיי. דער זיידע האָט זײַנס אָפּגעדינט נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה, און קריטשעווסקי — וואָס איז אַ פּנים געווען ייִנגער — איז אָפּגעבריט געווען מיטן פֿײַער פֿונעם "גרויסן קריג". יעדער שמועס האָט ער אַזוי אָדער אַנדערש געפֿירט צום סאַמע העראָיִשן מאָמענט אין זײַן מיליטערישער קאַריערע — ווען ער האָט גענומען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַן עסטרײַכישן זעלנער. יעדעס מאָל האָט די געשיכטע געקלונגען אַ ביסל צי אַפֿילו היפּש אַנדערש. ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם "קריטשעווסקי-ענין", ווײַל די דאָזיקע דערפֿאַרונג איז געוואָרן אַ מין קערפּונקט אין מײַן אויפֿנעמען די וועלט בכלל און (שוין אַ סך שפּעטער) די קוואַלן פֿון היסטאָרישער אינפֿאָרמאַציע בפֿרט. איך רעד ניט וועגן פּאַטאַלאָגישע ליגנער — אַזעלכע טיפּן איז מיר אויסגעקומען צו באַגעגענען ניט איין מאָל אין מײַן לעבן. אָבער אַפֿילו אויפֿריכטיקע לײַט פּלאָנטערן איבער די כראָנאָלאָגיע און די פּרטים פֿון געשעענישן. עס קען ווערן באַזונדערס געפֿערלעך, ווען די בעל-פּה-געשיכטע ווערט פֿאַרשריבן און פֿאַרעפֿנטלעכט, ווײַל דאָס פֿאַרוואַנדלט די גאַנצע מעשׂה אין אַ שטיקל "דאָקומענט". דאָס הייסט ניט, אַז איך בין אַ קאַטעגאָרישער קעגנער פֿון בעל-פּה-געשיכטע ווי אַ קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע, איך האַלט אָבער, אַז מע דאַרף דאָס דערציילטע באַטראַכטן פֿון אַלע זײַטן און נוצן זייער פֿאָרזיכטיק. אָפֿט מאָל דאַרף מען ניט זײַן צו קלוג, כּדי פֿאַרשטיין, אַז די סחורה איז אין גאַנצן ניט פֿאַרלאָזלעך, פּשוט ווײַל ס'איז צו קליין פֿאַר אַ הונט און צו גרויס פֿאַר אַ קאַץ. ס'איז אַ סך געפֿערלעכער, ווען די באָבע-מעשׂה קלינגט זייער קוראַנט און קיין צוטריט צו אַנדערע קוואַלן איז ניטאָ. איך קען ברענגען ניט ווייניק דוגמאָות פֿון אַ פֿאַרפֿירערישן עדות-זאָגן און עדות-שרײַבן. באַזונדערס אינטריגירט מיך שוין לאַנגע יאָרן די געשיכטע פֿון בערנאַרד טורנערס אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין "די גאָלדענע קייט", נומ' 25, אין יאָר 1956. דער אַרטיקל הייסט "מײַן באַגעגעניש מיט דוד בערגעלסאָן און איציק פֿעפֿער אין סאָוועטישן אַרבעט-לאַגער בראַטסק". דער מחבר דערציילט, ווי אַזוי ער האָט כּלומרשט באַגעגנט די סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער אין דעם סיבירער לאַגער און אַז ביידע שרײַבער האָבן אים דערציילט וועגן דער מיאוסער ראָלע פֿון איליאַ ערענבורג — אַז יענער האָט זיי געמסרט. מיר ווייסן, אַז בערגעלסאָן און פֿעפֿער זײַנען ניט געווען פֿאַרשיקט אין קיין שום לאַגער, מע האָט זיי די גאַנצע צײַט, ביזן 12טן אויגוסט 1952 (ווען מע האָט זיי דערשאָסן), געהאַלטן אין תּפֿיסה אין מאָסקווע. ס'איז באַוווּסט אויך, אַז ערענבורג האָט גאָר ניט געשפּילט די ראָלע, וועגן וועלכער עס האָט דערציילט דער אַרטיקל. אָבער אין 1956 האָט מען וועגן דעם ניט געוווּסט און אויפֿגענומען בערנאַרד טורנערס פֿאַנטאַזיע פֿאַר ריין געלט. זײַן "דאָקומענט", מישטיינס געזאָגט, האָט מען איבערגעזעצט אויף ענגליש, פֿראַנצויזיש און אפֿשר נאָך אַנדערע שפּראַכן. מע האָט אים ציטירט אין זשורנאַליסטישע און אַקאַדעמישע אַרבעטן אַזש ביז די אָנהייב 1990ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע אַרכיוון האָבן סוף-כּל-סוף געעפֿנט די סודות פֿון דעם פּראָצעס אַרום דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. די בריטישע פּסיכאָלאָגישע געזעלשאַפֿט האָט דעם 11טן יולי אַרויסגעגעבן אַ באַריכט פֿון אַ פֿאָרשונג, וואָס הייסט "זכּרון און דער געזעץ" (Memory and the Law). דער באַריכט רעקאָמענדירט צו זײַן פֿאָרזיכטיק בײַם באַזירן זיך אויפֿן עדות-זאָגן. דער הויפּט-מחבר, מאַרטין קאָרנוויי (פֿון לידס-אוניווערסיטעט) האַלט, אַז בדרך-כּלל טאָר מען זיך ניט פֿאַרלאָזן אויסשליסלעך אויף דעם וואָס די עדות זאָגן אין געריכט. מענטשן געדענקען ניט די געשעענישן גופֿא, נײַערט זייערע דערפֿאַרונגען בעת די געשעענישן. נאָך מער: מענטשן "געדענקען" צו מאָל אויך די געשעענישן, אין וועלכע זיי האָבן זיך ניט באַטייליקט. באַזונדערס ווייניק פֿאַרלאָזלעך זײַנען די זכרונות פֿון קינדער און עלטערע לײַט. דער דאָזיקער באַנד קען צוניץ קומען אויך די היסטאָריקער, וואָס פֿאַרלאָזן זיך צו פֿיל אויף בעל-פּה-געשיכטעס. Dos vort "der doziker"?Submitted by Srulik on Tue, 2008-07-22 16:02.
Kon emetzer mir zogn ver hot oisgetracht dos vort "der doziker"? - Vail nisht kein aza vort iz faran in dem Harkavi's verterbuch, nor dos vort "dizer". Ich batracht dos vort "der doziker" vi a nisht legitim vort un jeder vos banutzt dizes! vort zol oisgelacht veren un oisgetribn fun der shtub! |