|
די גרופּע The Ark (דער תּבֿה), בײַם שפּיץ־קאָנצערט "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" |
Powel Mazur |
יעדן זומער ווערט קראָקע — איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין פּוילן — פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַנאָראַמע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק־ און קונסט־וועלט.
במשך פֿון די צען טעג קומען טויזנטער פּאָליאַקן, ווי אויך באַזוכער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזימיערץ), כּדי צו געניסן פֿון די צענדליקער וואַרשטאַטן, אויסשטעלונגען און קאָנצערטן.
פֿאַר אַ סך פּאָליאַקן, איז דאָס זייער איינציקע געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אַ קולטור, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אין זייער לאַנד, איידער די נאַציס האָבן אויסגעהרגעט די ייִדישע באַפֿעלקערונג און די נאָך־מלחמהדיקע קאָמוניסטישע רעגירונג האָט רעפּרעסירט אַלץ וואָס איז נאָך פֿאַרבליבן.
דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל, זײַן אַכצנטער, איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 27סטן יוני ביזן 6טן יולי און איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער שטאָט קראָקע, דעם פּוילישן קולטור־מיניסטעריום און פּרעמיערס ביוראָ, און אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. רעדנדיק פֿאַרן עולם בײַ דער עפֿענונג האָט דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, יאַנוש מאַקוך, ספּעציעל באַגריסט די ייִדן פֿון קראָקע און וואַרשע, דערקלערנדיק: "דער פֿעסטיוואַל וואָלט נישט געווען מעגלעך אָן אײַך."
|
אַ טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג, Cinnamon Shops (צימערינג־געוועלבן), באַזירט אויף אַ ראָמאַן פֿון ברונאָ שולץ |
Powel Mazur |
אַ צאָל מענטשן האָבן באַמערקט, אַז הײַיאָר באַטייליקן זיך מער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און קינסטלער ווי פֿריִער — צום טייל צוליב דער טעמע — דאָס 60סטע יאָר פֿון מדינת־ישׂראל. טאַקע דערפֿאַר האָט מען געהערט — אַחוץ די מיזרח־אייראָפּעיִשע קלעזמער־ניגונים — אַ ברייטע גאַמע פֿון דער ספֿרדישער און ישׂראלדיקער מוזיק. צווישן די אַרטיסטן: די "דיוואַ פֿון לאַדינאָ", יאַסמין לוי, וואָס איז שוין דרײַ מאָל נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ וועלט־מוזיק־פּרעמיע בײַ דער "בי־בי־סי"־ראַדיאָ; דוד ד׳אור, אַן אינטערנאַציאָנאַלער אָפּערע־שטערן וואָס איז אין יאָר 2001 באַשטימט געוואָרן ווי "ישׂראלס זינגער פֿון יאָר", און פֿירט הײַנט אָן מיט אַ גרופּע וואָס מישט צונויף די צפֿון־אַפֿריקאַנער און טערקישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס, און די ישׂראלדיקע קלעזמער־ און ייִדיש־קאַפּעליע, Oy Division.
כּדי צו געבן די נישט־ייִדישע באַזוכער אַ היסטאָרישן איבערבליק פֿון דער ייִדישער מדינה האָט מען געהאַלטן אַ סעריע לעקציעס אָנגעפֿירט פֿון אָנגעזעענע ישׂראלדיקע פֿיגורן ווי, למשל, דער געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, פּראָפֿ׳ שבֿח ווײַס, וואָס האָט גערעדט אויף פּויליש וועגן דעם וויכטיקן בײַשטײַער פֿון די פּוילישע ייִדן בײַם גרינדן מדינת־ישׂראל, און ווי שטאַרק די הײַנטיקע ישׂראלים שאַצן אָפּ פּוילנס וואַרעמע שטיצע.
דער פֿעסטיוואַל האָט אויך באַקומען אַ מער ישׂראלדיקע אַטמאָספֿער, אַ דאַנק אַ גרופּע דרוזן, וועלכע זענען געשטאַנען בײַ אַ געצעלט לעבן דעם כּשרן "אידען־האָטעל", אָנגעטאָן אין די טראַדיציאָנעלע פֿילפֿאַרביקע קליידער, און פֿאַרקויפֿט פֿריש־געבאַקענע פּיטאַ און קאַווע געקאָכט אין אַ פֿינדזשאַן.
ס׳איז אויך געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס עס באַטייליקט זיך "בית־וואַרשאַוואַ", אַ ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציע און די איינציקע ליבעראַלע תּפֿילה־גרופּע אין וואַרשע. צווישן די פּראָיעקטן וואָס "בית־וואַרשאַוואַ" האָט אָרגאַניזירט איז אַן אויסשטעלונג פֿון האָלצשניטן פֿון ייִדישע טעמעס, געשאַפֿן פֿון פּוילישע קינסטלער אינעם 19טן יאָרהונדערט, און אַ טעאַטראַליש ווערק וועגן עקדת־יצחק, רעזשיסירט פֿון דער איינציקער ראַבינערטע אין פּוילן, טאַניאַ סיגל — אַ פֿאָרשטעלונג וואָס איין צוקוקער האָט געלויבט ווי "זייער רירנדיק".
|
עריק פרידלענדער, אַן אָנגעזעענער מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר, אין דער "טעמפּל־סינאַגאָגע" |
Powel Mazur |
מאַגדאַלענאַ קאָראַלעווסקאַ, די 25־יאָריקע פּרעזידענטין פֿון "בית־וואַרשאַוואַ", קומט שוין יאָרן לאַנג צום פֿעסטיוואַל, אָבער דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס זי האָט געזען אַזוי פֿיל כּלל־טוער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווי, למשל, פֿאָרשטייער פֿון "פּאַידייאַ", אַ ייִדישע לערן־אינסטיטוציע אין שוועדן, און פֿונעם אָרטאָדאָקסישן ציבור אין וואַרשע. "ס׳איז געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אָנצוקניפּן באַציִונגען מיט אַנדערע כּלל-טוער און זיך טיילן מיט געדאַנקען," האָט זי געזאָגט.
אַ וויכטיקע מאָמענט בײַם פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען ווען מע האָט צום ערשטן מאָל זינט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געעפֿנט אַן אַמאָליק שטיבל פֿון דער אָרטיקער חבֿרה־תּהילים, געבויט אין 1879. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די קאָמוניסטן אויסגעדונגען דעם בנין פֿאַר אַ טאַנץ־געזעלשאַפֿט, אָבער פֿאַראַיאָרן, אַ דאַנק דעם נײַעם פֿאַרגיטיקונג־געזעץ אין פּוילן, איז דער בנין ווידער אין ייִדישע הענט.
"די מאָלערײַען אינעם בית־מדרש זענען געווען וווּנדערלעך," האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס" אַגניעשקאַ לעגוטקאָ, אַ 33־יאָריקע קראָקע־געבוירענע, וועלכע איז הײַנט אַ ייִדיש־לערערין אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. "בילדער פֿון ירושלים, פֿון דוד־המלכס קבֿר, און די פֿיר חיות פֿון פּרקי־אָבֿות — דער אָדלער, הירש, לייב און לעמפּערט. ס׳איז געווען זייער עמאָציאָנעל פֿאַר מיר דאָס צו זען."
ס׳זענען אויך געווען קלאַסן פֿון ייִדיש און העברעיִש, חסידישע טענץ, ייִדיש קאָכערײַ, קאַליגראַפֿיע, פּאַפּירשניטן און פֿילמען. יעדן אָוונט האָט מען פֿאָרגעשטעלט צווישן איינס און דרײַ קאָנצערטן — אַלץ פֿאַר אַ געפּאַקטן עולם.
|
דזשעניפֿער טשאַרלס, זינגערין מיט "לאַ מער פֿאָרטונאַ", אַ ספֿרדישע גרופּע פֿון ברוקלין, "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" |
Powel Mazur |
"ווי געוויינטלעך, איז די פּראָגראַם די גאַנצע וואָך געווען אויסערגעוויינטלעך," האָט באַמערקט דער באַקאַנטער קלעזמער־ און ייִדיש־מוזיקער דזשעף (ישׂשׂכר) וואַרשאַווער. "זייער פֿאַרשידנאַרטיק — ייִדיש, מזרחי און אַוואַנגאַרד. און אַלץ אויף אַ הויכן ניוואָ, פּראָפֿעסיאָנעל; בכלל נישט קיין ׳קיטש׳ ווי מע זעט בײַ געוויסע אַנדערע ייִדישע קאָנצערטן און פֿעסטיוואַלן. יאַנושס סטאַנדאַרטן זענען זייער הויך."
אין וואַרשאַווערס וואַרשטאַט פֿון ייִדיש געזאַנג, האָבן זיך באַטייליקט בערך זעכציק מענטשן, צווישן זיי — די אָרטיקע אײַנוווינער, ווי אויך האָלענדער, שוועדן, דײַטשן און עסטרײַכער. "זיי האָבן גוט אויפֿגעכאַפּט דעם ייִדישן אַקצענט," האָט ער באַמערקט. "אָבער דער גרעסטער חידוש איז, אַז ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען ייִנגער פֿון דרײַסיק יאָר אַלט."
דער שפּיץ פֿונעם פֿעסטיוואַל — דער זעקס־שעהיקער קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק, וואָס הייסט "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" — איז פֿאָרגעקומען שבת־צו־נאַכטס, און איז טראַנסמיטירט געוואָרן, ווי יעדעס יאָר, אויף דער פּוילישער טעלעוויזיע. "בערך 14,000 מענטשן זענען געקומען," האָט מאַקוך געזאָגט. "דער וועטער־נבֿיא האָט געוואָרנט, אַז ס׳וועט רעגענען, אָבער זיי זענען סײַ ווי געקומען. זיי האָבן פּשוט געעפֿנט זייערע שירעמס און זיך צוגעהערט צו דער מוזיק."
לעגוטקאָ, די ייִדיש־לערערין פֿון קאָלומביע, האָט אָנגעפֿירט מיט צוויי טורן, וואָס ביידע האָבן צוגעצויגן אַ סך מענטשן. נאָך איינעם פֿון זיי, וווּ זי האָט גערעדט וועגן די אָנגעזעענע רבנים פֿון קראָקע פֿונעם זעכצנטן יאָרהונדערט ביז ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט אַ רעפּאָרטער פֿון דער "גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ" — דער פּוילישער עקוויוואַלענט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" — זי אינטערוויויִרט פֿאַר אַן אַרטיקל אויף דער טעמע.
בײַ אַן אַנדער טור — פֿון דער געוועזענער קראָקעווער געטאָ, אַרײַנגערעכנט אָסקאַר שינדלערס פֿאַבריק — האָבן זיך באַוויזן בערך 140 מענטשן; צווישן זיי — אַ יונגער־מאַן מיט אַ געגאָלטן קאָפּ, טאַטויִרונגען, אַ געלעכערטער נאָז, ליפּן און ברעמען. "איינער פֿון די געסט האָט זיך אַ ביסל געזאָרגט, אַז אפֿשר איז ער אַ ׳גאָלעקאָפּ׳ (נעאָ־נאַצי), האָב איך געהייסן איינע פֿון מײַנע אַסיסטענטקעס האַלטן אַן אויג אויף אים," האָט לעגוטקאָ געזאָגט. "ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט ער זיך שטאַרק צוגעהערט צו אַלץ וואָס איך האָב דערציילט, און אויסגעזען באמת פֿאַראינטערעסירט. ס׳האָט מיך איבערצײַגט, אַז אפֿשר קאָן דער פֿעסטיוואַל טאַקע גורם זײַן דראַמאַטישע ענדערונגען אין די באַציִונגען צווישן פֿעלקער."
|
יאַזמין לוי, אין דער "טעמפּל־סינאַגאָגע" |
Powel Mazur |
מאַקוכס האָרעוואַניע און גלענצנדיקע רעזולטאַטן מיטן פֿעסטיוואַל איז פֿאַרגאַנגענעם חודש אָנערקענט געוואָרן, ווען ער האָט באַקומען די "הזכּרה־פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון אירענאַ סענדלעראָוואַ" — אַ נײַע אויסצייכענונג פֿון דער "פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישן לעבן און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון טעד טאַובע" — איינער פֿון די שטיצער פֿונעם פֿעסטיוואַל. די פּרעמיע באַערט באַזונדערע פּאָליאַקן פֿאַר זייער אַרבעט אויפֿצוהאַלטן און פֿאַרשפּרייטן די קולטור־ירושה פֿון די פּוילישע ייִדן. אירענאַ סענדלעראָוואַ, וועלכע איז געשטאָרבן דעם 12טן מײַ 2008 אין וואַרשע אין עלטער פֿון 88 יאָר, האָט געראַטעוועט מער ווי 2,500 קינדער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ, און נישט אויסגעזאָגט זייער אידענטיטעט, אַפֿילו נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן זי געכאַפּט און געפּײַניקט. פֿאַראַיאָרן איז זי נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן "נאָבעל שלום־פּריז".
"די רעכטפֿאַרטיקע נישט־ייִדן ווי אירענאַ האָבן געלייגט דעם גרונטשטיין פֿאַר דעם וואָס קומט איצט פֿאָר אין פּוילן," האָט טאַובע דערקלערט. "די פּרעמיע איז אַ פּאַסיקער מיטל צו באַערן איר העלדישקייט, און איך קען נישט טראַכטן פֿון אַ מער פּאַסיקן קאַנדידאַט ווי יאַנוש מאַקוך."