מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטערהאַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנדערע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. זינט דעם 18סטן יולי וועט מען קענען באַקומען קאָסאָווער פּאַספּאָרטן. ביז אַהער האָט מען דאָרטן געהאַט דאָקומענטן, אַרויסגעגעבן דורך דער קאָסאָווער מיסיע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס.
קאָסאָוואָ געהערט ניט צו די גרויסע לענדער. עס האָט אַ פּאָר מיליאָן תּושבֿים, 90 פּראָצענט פֿון זיי זײַנען די אַלבאַנער, און די איבעריקע געהערן צו פֿאַרשיידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס, דער עיקר צו די סערבן, וועלכע וווינען אין באַזונדערע אַנקלאַוון און ווילן זײַן אַ טייל פֿון סערביע. בשעת די אייראָפּעיִשע וואַלוטע, יוראָ, שפּילט שוין לאַנג די ראָלע פֿון היגע געלטער אין קאָסאָוואָ, ווערט דער סערבישער דינאַר גענוצט אין די אַנקלאַוון, וווּ מע אָנערקענט ניט די קאָסאָווער אומאָפּהענגיקייט. דעם 28סטן יוני האָט מען פֿאָרמירט אַ באַזונדערן פּאַרלאַמענט ("סקופּשטשינאַ") פֿון 45 דעפּוטאַטן, אויסגעוויילט אין די סערבישע געגנטן. די דאַטע האָט מען אויסגעקליבן אַ סימבאָלישע — דאָס איז אַ יאָרטאָג פֿון אַ שלאַכט, אין 1389, ווען די סערבן האָבן זיך העראָיִש געשלאָגן אין קאָסאָוואָ פֿאַר אומאָפּהענגיקייט פֿון טערקײַ.
וואָס שייך ייִדן, איז זייער צאָל אין יענע מקומות זייער קליין. בערך אַ טוץ סערביש-רעדנדיקע ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין פּרישטינאַ, די הויפּטשטאָט פֿון קאָסאָוואָ, האָט מען מיט דער הילף פֿון "דזשוינט“ אַרויסגעפֿירט נאָך אין יוני 1999. עטלעכע צענדליק אַלבאַניש-רעדנדיקע ייִדן (און האַלבע ייִדן) זײַנען קאָנצענטרירט אין דער שטאָט פּריזרען. דער "דזשוינט" העלפֿט זיי צו ציִען חיונה, ווײַל ס׳איז זייער שווער צו געפֿינען אַן אַרבעט אין קאָסאָוואָ, וווּ די עקאָנאָמישע אינפֿראַסטרוקטור איז זייער שוואַך און אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אַרבעטלאָז.
אָבער דאָס הייסט ניט, אַז מענטשן הונגערן אין קאָסאָוואָ. מע באַקומט אַ סך געלט פֿון אויסלאַנד, סײַ פֿון כּלערליי אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס, סײַ פֿון דער קאָסאָווער דיאַספּאָרע, וואָס וווינט אין פֿאַרשיידענע מערבֿדיקע לענדער. די סערבן אין די אַנקלאַוון ווערן אויך געשטיצט, בפֿרט מצד רוסלאַנד. אַ חוץ געמיינזאַמע סלאַווישע שרשים, האַלטן זיך די רוסן און די סערבן פֿאַר ברידער, מחמת ביידע פֿעלקער זײַנען פּראַוואָסלאַוונע קריסטן.
אָפֿיציעל איז דער סטאַנדאַרד פֿון לעבן אין קאָסאָוואָ מער אָדער ווייניקער אַזאַ ווי אין עטיאָפּיע און זאַמביע און צען מאָל נידעריקער ווי אין בולגאַריע צי רומעניע. אָבער דאָס איז "אָפֿיציעל", ווײַל די הכנסות פֿונעם שוואַרצן און פּשוט קרימינעלן מאַרק גייען ניט אַרײַן אין קיין סטאַטיסטיק. קאָסאָוואָ איז אַ וויכטיקער טראַנזיט-פּונקט אויפֿן וועג פֿון נאַרקאָטיקעס, וואָס קומען פֿון אַפֿגאַניסטאַן און טערקײַ קיין מערבֿ-אייראָפּע. שמוגלערײַ איז, בכלל, ברייט פֿאַרשפּרייט אין אָט דעם ווינקל פֿון אייראָפּע.
אין דער אָפֿיציעלער עקאָנאָמיע, פֿאַרדינען בדרך-כּלל בעסער פֿון אַלע אַנדערע די ברמזלס, וואָס האָבן באַקומען שטעלעס אין אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס — די מיסיעס פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג וכ׳. ניט געקוקט אויף דער אומאָפּהענגיקייט, בלײַבן אין לאַנד אַ פּאָר טויזנט אייראָפּעיִשע ביוראָקראַטן און 16,000 מערבֿדיקע מיליטערלײַט. אַרום זיי האָדעוועט זיך אַזוי אָדער אַנדערש אַ היפּשער חלק פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג. עס אַרבעטן אויך אייניקע אונטערנעמונגען, אָבער זייער בײַטראָג אין דער עקאָנאָמיע איז דערווײַל אַ באַשיידענער.
עפּעס אַ פּראָגרעס זעט מען, פֿונדעסטוועגן, אין דעם ענין קאָסאָוואָ. מיט פֿינף חדשים צוריק איז דער מצבֿ אַרום קאָסאָוואָ געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן שאַרפֿער, מע האָט אַפֿילו מורא געהאַט אַז אָט-אָט וועט זיך אָנהייבן גיסן בלוט. רוסלאַנד האָט היסטעריש געשרעקט, אַז זי וועט ניט מוחל זײַן די לענדער, וועלכע וועלן אָנערקענען דאָס נײַע לאַנד. הײַנט גייט וועגן דעם קיין רייד ניט. דער גאַנצער טאַראַראַם האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט מיט אַ מפּלה פֿון דער רוסישער אויסערן-פּאָליטיק.
אַ סך וויכטיקער זײַנען די געשעענישן אין סערביע גופֿא, וווּ דאָס אָפּטיילן זיך פֿון קאָסאָוואָ האָט מען אויפֿגענומען ווי אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. ניט געקוקט אויף דער טראַוומע, האָבן די וואַלן געגעבן די מערהײַט דעפּוטאַטישע ערטער דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, וועלכע איז מערבֿ-אייראָפּעיִש אָריענטירט. באָריס טאַדיטש, דער פּרעזידענט פֿונעם לאַנד און דער פֿירער פֿון אָט דער פּאַרטיי, אָנערקענט ניט די אומאָפּהענגיקייט פֿון קאָסאָוואָ. אָבער ער איז אַ פּראַגמאַטיקער און שפּיגלט אָפּ די פּראַגמאַטישע שטימונגען, וואָס דאָמינירן אין לאַנד. אינטערעסאַנט, אַז דער שותּף אין דער רעגירנדיקער קאָאַליציע איז געוואָרן די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, וועלכע שטעלט פֿאָר די אָנהענגער פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם סלאָבאָדאַן מילאָשעוויטש, וואָס האָט אין די 1990ער יאָרן געלייגט דעם וועג צו דער מלחמה אין קאָסאָוואָ.
אַ סבֿרא, אַז ס׳רובֿ סערבן האַלטן, אַז זייער לאַנד וועט גיין אין אַ טעמפּן ווינקל, אויב עס וועט ניט באַקומען קיין אַרײַנטריט-בילעט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. אַזאַ בילעט קען סערביע באַקומען אַ סך גיכער, איידער קאָסאָוואָ, ווײַל זיבן מיטגלידער פֿון דער פֿאַראייניקונג קוקן קרום אויף דער נײַער מדינה. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז סערביע קען אין עטלעכע יאָרן אַרײַנטרעטן צוזאַמען מיט קראָאַטיע, וואָס איז אויך אַ טייל פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע.