פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט פֿינף חדשים צוריק, דעם 17סטן פֿעברואַר, האָט קאָסאָוואָ איינזײַטיק — דאָס הייסט אָן אַ הסכּמה מצד סערביע — פּראָקלאַמירט, אַז עס האַלט זיך פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד. אַזאַ באַשלוס איז אונטער­האַלטן (און אַפֿילו סטימולירט) געוואָרן דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע און אַ צאָל אַנ­דע­רע מדינות. עד-היום האָבן אַריבער פֿערציק לענדער אָנ­ערקענט דעם דאָזיקן אַקט. אין דער דאָזיקער צאָל גייען אַרײַן 20 פֿון די 27 מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַר­אייניקונג. זינט דעם 18סטן יולי וועט מען קענען באַקומען קאָסאָווער פּאַספּאָרטן. ביז אַהער האָט מען דאָרטן געהאַט דאָקומענטן, אַרויסגעגעבן דורך דער קאָ­סאָווער מיסיע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס.

קאָסאָוואָ געהערט ניט צו די גרויסע לענדער. עס האָט אַ פּאָר מיליאָן תּושבֿים, 90 פּראָצענט פֿון זיי זײַ­נען די אַלבאַנער, און די איבעריקע געהערן צו פֿאַר­שיידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס, דער עיקר צו די סערבן, וועלכע וווינען אין באַזונדערע אַנקלאַוון און ווילן זײַן אַ טייל פֿון סערביע. בשעת די אייראָ­פּעיִשע וואַלוטע, יוראָ, שפּילט שוין לאַנג די ראָלע פֿון היגע געלטער אין קאָסאָוואָ, ווערט דער סערבישער די­נאַר גע­נוצט אין די אַנקלאַוון, וווּ מע אָנערקענט ניט די קאָ­סאָווער אומאָפּהענגיקייט. דעם 28סטן יוני האָט מען פֿאָר­מירט אַ באַזונדערן פּאַרלאַמענט ("סקופּ­שטשי­נאַ") פֿון 45 דעפּוטאַטן, אויסגעוויילט אין די סערבי­שע געגנטן. די דאַטע האָט מען אויסגעקליבן אַ סימבאָלי­שע — דאָס איז אַ יאָרטאָג פֿון אַ שלאַכט, אין 1389, ווען די סערבן האָבן זיך העראָיִש געשלאָגן אין קאָ­סאָ­וואָ פֿאַר אומאָפּהענגיקייט פֿון טערקײַ.

וואָס שייך ייִדן, איז זייער צאָל אין יענע מקומות זייער קליין. בערך אַ טוץ סערביש-רעדנדיקע ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין פּרישטינאַ, די הויפּטשטאָט פֿון קאָ­סאָ­וואָ, האָט מען מיט דער הילף פֿון "דזשוינט“ אַרויס­גע­פֿירט נאָך אין יוני 1999. עטלעכע צענדליק אַלבאַ­ניש-רעדנדיקע ייִדן (און האַלבע ייִדן) זײַנען קאָנ­צענ­טרירט אין דער שטאָט פּריזרען. דער "דזשוינט" העלפֿט זיי צו ציִען חיונה, ווײַל ס׳איז זייער שווער צו געפֿינען אַן אַרבעט אין קאָסאָוואָ, וווּ די עקאָנאָמישע אינפֿראַ­סטרוק­טור איז זייער שוואַך און אַ העלפֿט פֿון דער באַ­פֿעל­קערונג איז אַרבעטלאָז.

אָבער דאָס הייסט ניט, אַז מענטשן הונגערן אין קאָ­סאָוואָ. מע באַקומט אַ סך געלט פֿון אויסלאַנד, סײַ פֿון כּלער­ליי אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס, סײַ פֿון דער קאָסאָווער דיאַספּאָרע, וואָס וווינט אין פֿאַרשיי­דע­נע מערבֿדיקע לענדער. די סערבן אין די אַנ­קלאַוון ווערן אויך געשטיצט, בפֿרט מצד רוסלאַנד. אַ חוץ גע­מיינזאַמע סלאַווישע שרשים, האַלטן זיך די רוסן און די סערבן פֿאַר ברידער, מחמת ביידע פֿעלקער זײַנען פּראַוואָ­סלאַוונע קריסטן.

אָפֿיציעל איז דער סטאַנדאַרד פֿון לעבן אין קאָסאָ­וואָ מער אָדער ווייניקער אַזאַ ווי אין עטיאָפּיע און זאַמביע און צען מאָל נידעריקער ווי אין בולגאַריע צי רומעניע. אָבער דאָס איז "אָפֿיציעל", ווײַל די הכנסות פֿונעם שוואַרצן און פּשוט קרימינעלן מאַרק גייען ניט אַרײַן אין קיין סטאַטיסטיק. קאָסאָוואָ איז אַ וויכ­טי­קער טראַנזיט-פּונקט אויפֿן וועג פֿון נאַרקאָטי­קעס, וואָס קומען פֿון אַפֿגאַניסטאַן און טערקײַ קיין מערבֿ-אייראָ­פּע. שמוגלערײַ איז, בכלל, ברייט פֿאַרשפּרייט אין אָט דעם ווינקל פֿון אייראָפּע.

אין דער אָפֿיציעלער עקאָנאָמיע, פֿאַרדינען בדרך-כּלל בעסער פֿון אַלע אַנדערע די ברמזלס, וואָס האָבן באַ­קומען שטעלעס אין אינ­טערנאַציאָנאַלע אָר­גאַני­זאַציעס — די מי­סיעס פֿון די פֿאַ­ראיי­ניק­טע נאַציעס, פֿון דער אייראָפּעיִ­שער פֿאַ­ראיי­ני­קונג וכ׳. ניט געקוקט אויף דער אומ­אָפּ­הענגיקייט, בלײַבן אין לאַנד אַ פּאָר טויזנט אייראָפּעיִשע ביו­ראָקראַטן און 16,000 מערבֿדיקע מי­לי­טער­לײַט. אַרום זיי האָדעוועט זיך אַזוי אָדער אַנדערש אַ היפּשער חלק פֿון דער היגער באַפ­ֿעלקע­רונג. עס אַר­בעטן אויך אייניקע אונטער­נע­מונ­גען, אָבער זייער בײַטראָג אין דער עקאָ­נאָ­מיע איז דערווײַל אַ באַ­שיי­דע­נער.

עפּעס אַ פּראָגרעס זעט מען, פֿונ­דעסט­וועגן, אין דעם ענין קאָסאָוואָ. מיט פֿינף חדשים צוריק איז דער מצבֿ אַרום קאָסאָוואָ געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן שאַרפֿער, מע האָט אַפֿילו מורא געהאַט אַז אָט-אָט וועט זיך אָנהייבן גיסן בלוט. רוסלאַנד האָט היס­טעריש געשרעקט, אַז זי וועט ניט מוחל זײַן די לענדער, וועלכע וועלן אָנערקע­נען דאָס נײַע לאַנד. הײַנט גייט וועגן דעם קיין רייד ניט. דער גאַנצער טאַראַראַם האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט מיט אַ מפּלה פֿון דער רוסישער אויסערן-פּאָליטיק.

אַ סך וויכטיקער זײַנען די געשעענישן אין סערביע גו­פֿא, וווּ דאָס אָפּטיילן זיך פֿון קאָסאָוואָ האָט מען אויפֿ­גענומען ווי אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. ניט געקוקט אויף דער טראַוומע, האָבן די וואַלן געגעבן די מער­הײַט דע­פּוטאַטישע ערטער דער דעמאָקראַטישער פּאַר­טיי, וועל­כע איז מערבֿ-אייראָפּעיִש אָריענטירט. באָריס טאַ­דיטש, דער פּרעזידענט פֿונעם לאַנד און דער פֿי­רער פֿון אָט דער פּאַרטיי, אָנערקענט ניט די אומאָפּהענגי­קייט פֿון קאָ­סאָוואָ. אָבער ער איז אַ פּראַגמאַטיקער און שפּיגלט אָפּ די פּראַגמאַטישע שטימונגען, וואָס דאָמי­נירן אין לאַנד. אינטערעסאַנט, אַז דער שותּף אין דער רעגירנדיקער קאָ­אַליציע איז געוואָרן די סאָציאַ­ליס­טי­שע פּאַרטיי, וועלכע שטעלט פֿאָר די אָנהענגער פֿון דעם פֿאַר­שטאָרבענעם סלאָבאָדאַן מילאָשעוויטש, וואָס האָט אין די 1990ער יאָרן געלייגט דעם וועג צו דער מלחמה אין קאָסאָוואָ.

אַ סבֿרא, אַז ס׳רובֿ סערבן האַלטן, אַז זייער לאַנד וועט גיין אין אַ טעמפּן ווינקל, אויב עס וועט ניט באַ­קומען קיין אַרײַנטריט-בילעט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. אַזאַ בילעט קען סערביע באַקומען אַ סך גיכער, איידער קאָסאָוואָ, ווײַל זיבן מיטגלידער פֿון דער פֿאַראייניקונג קוקן קרום אויף דער נײַער מדינה. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז סערביע קען אין עטלעכע יאָרן אַרײַנטרעטן צוזאַמען מיט קראָאַטיע, וואָס איז אויך אַ טייל פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע.