שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך האָב געהאַט אַ וווּנדערלעכן מיט­וווינער דאָס ערשטע יאָר אין קאָלעדזש. מיר זענען געוואָרן נאָענטע פֿרײַנד און גוט פֿאַר­בראַכט דאָס גאַנצע יאָר. אין מיטן פֿונעם צווייטן יאָר, האָט דזשעניפֿער באַשלאָסן מער נישט צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט מיר. איך האָב זיך געפֿילט געטראָפֿן. איצט, אַכט יאָר שפּע­טער, האָב איך גע­פֿונען איר קאָנטאַקט־אינ­פֿאָר­מאַציע אויפֿן וועבזײַטל "פֿייסבוק". זאָל איך זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט איר? אָדער כ׳זאָל גאָרנישט טאָן, ווײַל זי האָט מיר שוין קלאָר געוויזן, אַז אונדזער פֿרײַנ­דשאַפֿט איז, אין תּוך, נישט געווען אַזאַ נאָענטע?

פֿאַרלוירענע חבֿרטע


טײַערע פֿאַרלוירענע חבֿרטע,

פֿאַרבינדט זיך מיט איר. איר ווייסט דאָך נישט אויף זיכער, וואָס איז געשען צו יענער צײַט אין דזשעניפֿערס לעבן. אויב זי ענטפֿערט אײַך נישט, האָט איר גאָרנישט פֿאַרלוירן. אויב יאָ, טאָ קען מע אפֿשר ווידער אַנטוויקלען עפּעס אַ באַציִונג. אַ סך קען געשען אין אַכט יאָר. זײַט אויף איר מלמד־זכות.


טײַערע חזנטע,

עס קומט מיר אָן זייער שווער דאָס גע­זעגענען זיך. תּמיד וויין איך און כ׳האָב פֿײַנט צו ווייֿנען פֿאַר מײַנע חבֿרים. מײַן מיטלשול־גראַדויִרונג קומט פֿאָר אין צוויי וואָכן און איך ווייס, אַז איך וועל בענקען נאָך מײַנע פֿרײַנד און זיך אויסוויינען די אויגן בשעת דער צערעמאָניע. ס‘וואָלט מיר געווען לײַכטער אין גאַנצן נישט צו גיין, איידער איבערצולעבן אַזאַ טרויער. מײַן מאַמע איז אין כּעס וואָס איך טראַכט וועגן נישט גיין און קריגט זיך מיט מיר, איך זאָל יאָ גיין. מיר האָבן באַשלאָסן, אַזוי ווי איר באַשטימט, אַזוי וועט עס זײַן.

טרויעריק


טײַערע טרויעריק,

גייט אויפֿן סיום, און וויינט זיך אויס וויפֿל אײַער האַרץ גלוסט — איר וועט נישט זײַן די איינציקע. אויב איר בלײַבט אין דער היים, וועט איר זײַן פּונקט אַזוי טרויעריק, אָבער עס וועט אײַך אַלע מאָל באַנג טאָן, וואָס איר זענט נישט געווען אויף דער צערעמאָניע, וואָס שליסט אַזאַ וויכטיק קאַפּיטל אין אײַער לעבן און וואָס אײַערע פֿרײַנד וועלן אַלע איבערלעבן צוזאַמען. ברענגט מיט זיך אַ סך נאָזטיכלעך און פֿאַרברענגט בײַם זיס־טרויעריקן סוף פֿון מיטלשול, און דעם אָנהייב פֿון אַ נײַ קאַפּיטל!


טײַערע חזנטע,

מײַן טאָכטער האָט טענות צו מיר, וואָס איך ווײַז אַרויס מער ליבשאַפֿט צו איין אייניקל, אַ ייִנגל, ווי צום אַנדערן אייניקל, אַ מיידל. איך האָב נישט קיין ברירה! איך ווייס נישט, וואָס צו טאָן מיט קליינע מיידלעך. ווי קען איך איר זאָגן, אַז איך פֿיל זיך נאָר נאָענט צום ייִנגל?

זיידע


טײַערער זיידע,

זאָגט איר, חלילה, נישט, אַז איר פֿילט זיך נאָר נאָענט צום ייִנגל! בעסער וואָלט געווען, ווען איר פֿרעגט בײַ אײַער טאָכטער, ווי אַזוי מע קען פֿאַרברענגען מיטן מיידל. קליינע מיידלעך זענען נישט אַזוי אַנדערש ווי קליינע ייִנגלעך.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024