|
Елена Аксельрод. Двор на Баррикадной. Воспоминания, письма, стихи. Москва: НЛО, 2008.יעלענאַ אַקסעלראָד. אַ הויף אויף באַריקאַדנע־גאַס. זכרונות, בריוו, לידער. מאָסקווע׃ 2008. |
|
די דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד אַנטפּלעקט אין איר נײַעם בוך דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס איר מאַמע, די ייִדישע שרײַבערין רבֿקה רובין, האָט כאַראַקטעריזירט ווי "רואה ואינו נראה“. דאָס איז געווען דער קרײַז פֿון ליטעראַטן און קינסטלער, מערסטנס ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרדינט זייער שטיקל ברויט מיט איבערזעצונגען און טעאַטער־אַרבעט.
זיי האָבן געהערט צום דער נידעריקסטן שיכט פֿון דער סאָוועטישער שעפֿערישער עליט, און דערפֿאַר האָבן זיי געקאָנט אָפּהיטן אַ געוויסע פֿרײַהייט פֿון דענקען און אויפֿפֿיר. די סאָוועטישע מאַכט האָט זיי טאָלערירט, ווײַל זיי זײַנען געווען ניצלעך, אָבער מען האָט זיי קיינמאָל ניט דערלויבט צו פֿאַרנעמען חשובֿע פּאָזיציעס אין קונסט און ליטעראַטור.
יעלענאַ אַקסעלראָד שטאַמט פֿון אַ משפּחה מיט אַ גרויסן קינסטלערישן און ליטעראַרישן ייִחוס. איר מאַמע, רבֿקה רובין, איז געווען, ווי געזאָגט, אַ באַקאַנטע ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשערין און שרײַבערין, איינע פֿון די בעסטע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איר פֿאָטער איז געווען דער באַקאַנטער קינסטלער מאיר אַקסעלראָד, דער עלטערער ברודער פֿונעם ייִדישן דיכטער זעליק אַקסעלראָד. דאָס לעבן פֿון דער משפּחה און זייערע פֿרײַנד, קינסטלער און ליטעראַטן, אין מאָסקווע זינט די 1930ער ביז די 1980ער יאָרן, איז דער הויפּט־שטאָף פֿון יעלענאַ אַקסעלראָדס בוך. די פּערזענלעכע זכרונות ווערן דאָ איבערגעמישט מיט בריוו און לידער, און אַזאַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערס שאַפֿט אַן עפֿעקט פֿון אַ כּסדרדיקן בײַזײַן. פֿון איין זײַט, ווערט דער לייענער אײַנגעטונקען אין די טאָג־טעגלעכע לייד און פֿרייד פֿון די העלדן, און פֿון דער אַנדערער זײַט, באַקומט ער אַ מין פּאָעטישן פּירוש אויף דער דאָזיקער מעשׂה־שהיה.
די מחברין, אַליין אַ פֿײַנע און דעליקאַטע לירישע דיכטערין, האָט אַ ספּעציעלן חוש פֿאַר דעם פּסיכאָלאָגישן צײַטגײַסט. זי איז קאַרג אויף אַלגעמיינע סך־הכּלען, אָבער ווען עס קומט צו אָפּשאַצונגען און אָבסערוואַציעס, איז זי טרעפֿלעך און שאַרפֿזיניק. דאָס בוך איז פֿול מיט פּרטים פֿונעם סאָוועטישן לעבנס־שטייגער, און איז באַזונדערס אינטערעסאַנט פֿאַר אַ לייענער, וועלכער וויל וויסן מער וועגן דעם קיִום פֿון דער מאָסקווער ייִדישער אינטעליגענץ.
מאיר אַקסעלראָד האָט געהערט צו אַ דור, וואָס איז געקומען אין דער קונסט־וועלט אינעם שווערסטן היסטאָרישן מאָמענט. זײַנע פֿאָרגייער, ווי למשל, מאַרק שאַגאַל און נתּן אַלטמאַן, האָבן נאָך געהאַט אַ מעגלעכקייט צו שטודירן אין אויסלאַנד און זיך באַטייליקן דירעקט אין דער מאָדערניסטישער רעוואָלוציע. די וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן שפּעטער, אין די 1930ער יאָרן, האָב געהאַט אַ שאַנס צו דערלעבן בעסערע צײַטן און קריגן אַן אָפּשאַצונג כאָטש אויף דער עלטער. אָבער פֿאַר אַקסעלראָד און זײַנע מיטצײַטלער, געבוירן אויפֿן שוועל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אייראָפּע געווען בלויז אַ חלום. די אָנערקענונג איז צו זיי געקומען צו שפּעט, און ביז הײַנט בלײַבן זייערע ווערק ניט דערשאַצט און ניט פֿאַרשטאַנען ווי עס קומט זיי.
עס איז אינטערעסאַנט, וואָס אַקסעלראָד האָט אויסגעקליבן אַ וועג ווי אַ קינסטלער, וועלכער האָט אים געפֿירט אין דער קעגנזײַטיקער ריכטונג פֿונעם הויפּטשטראָם פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "ייִדישער קונסט“. להיפּוך צו שאַגאַל און זײַנע חסידים, איז אַקסעלראָד ניט "דערציילעריש“. ווי עס באַמערקט יעלענאַ אַקסעלראָד, "אין מײַן פֿאָטערס קונסט איז ניטאָ קיין ליטעראַרישער קאָמפּאָנענט — די באַציִונגען צווישן דער קאָנסטרוקציע און די פֿאַרבן שטײַגן אַריבער דעם לעבנס־שטייגער און דעם סיפּור־המעשׂה.“ אַקסעלראָד האָט געשטאַמט פֿון דער זעלביקער ליטוויש־ווײַסרוסישער קליינשטעטלדיקע סבֿיבֿה ווי שאַגאַל, אָבער זײַן קונסט שפּיגלט אָפּ גאָר אַן אַנדער ווינקל פֿון דער וועלט.
אַזוי ווי איר מאַן, מאיר אַקסעלראָד, וואַרט רבֿקה רובין אויף אַן אויסטײַטשער, וועלכער זאָל דערקלערן דעם איידעלן און קאָמפּליצירטן מהות פֿון איר שרײַבערישן סטיל. זי האָט אויסגעמיטן דעקלאַראַציעס און מליצה, און געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿון פּסיכאָלאָגישע רמזים און האַלב־טענער פֿון שטימונגען. רובין איז געקומען צו פּראָזע שפּעט, ערשט אין די 1960ער יאָרן. אירע ווערק זײַנען דערשינען אין ייִדיש אין "סאָוועטיש היימלאַנד“ און אין בוך־פֿאָרעם, ווי אויך אין רוסישע איבערזעצונגען. יעדע פּובליקאַציע איז געווען אַ געראַנגל צווישן דער מחברין און דעם וואַכזאַמען סאָוועטישן רעדאַקטאָר, און דערפֿאַר דאַרף מען זיי לייענען פּאַמעלעך און מיט קאָפּ. אַ דאַנק איר טיפֿער ערודיציע אין ייִדישער און וועלט־ליטעראַטור און איר אינטימען פֿאַרשטאַנד פֿון דער ליטעראַרישער מלאָכה, איז רובין געוואָרן איינע פֿון די סאַמע אָריגינעלע מאָדערנע ייִדישע שרײַבער. לאַנגע יאָרן פֿון דער שווערער איבערזעצערישער עבֿודה האָבן אויסגעשליפֿן איר אייגענע שרײַבערישע פּען. זי איז געווען בכּוח סײַ אויסצודריקן סובטילע באַוועגונגען פֿון דער נשמה און סײַ ווײַזן די טיפֿקייט פֿונעם אינטעלעקט.
יעלענאַ אַקסעלראָד איז אויסן ממשיך צו זײַן די טראַדיציע פֿון אירע עלטערן. איר שרײַבן איז תּמיד אויסגעהאַלטן, עקאָנאָמיש און פּסיכאָלאָגיש חריפֿותדיק. זי שרײַבט פֿון דעם נאָענט, פֿאַרלאָזנדיק זיך אויף איר זכּרון און דאָקומענטאַלע עדותן. די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אינעם בוך, אָבער דערבײַ לאָזט זי דעם לייענער ניט אַרײַן אין איר נשמה. קאַפּיטלען פֿונעם בוך ווערן איבערגעמישט מיט אירע אייגענע לידער, וועלכע זײַנען טעמאַטיש פֿאַרבונדן מיטן אינהאַלט פֿון די זכרונות, הגם ווײַט ניט אַלע לידער, בפֿרט אויף "נאַציאָנאַלע“ טעמעס, ווערן דאָ פֿאַרעפֿנטלעכט.
מאיר אַקסלעראָד און רבֿקה רובין האָבן איבערגעלאָזט אַ ירושה, וועלכע געהערט צו די בעסטע מוסטערן פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור. איצט האָבן מיר אַ בוך, וואָס אַנטפּלעקט דעם פּערזענלעכן אַספּעקט פֿון זייער שאַפֿונג. קאָן זײַן, אַז יעלענאַ אַקסעלראָדס בוך וועט אויפֿוועקן מער אינטערעס אין יענע פֿאַרבאָרגענע זײַטן פֿונעם ייִדישן עבֿר, וואָס עד־היום בלײַבן זיי ווייניק באַקאַנט דעם ברייטערן עולם.