‫פֿון רעדאַקציע

די דראַמע האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט מיט פֿיר יאָר צוריק, ווען די ישׂראל־רעגירונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די שטחים אין עזה און צעשטערן דאָרט אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע געבײַדעס. ס‘וואָלט זיך אַוודאי געוואָלט פֿאַרגעסן אָט די נאַציאָנאַלע בושה, ווען טויזנטער נפֿשות — קליין און גרויס — שוין אײַנגעוואָרצלט אין זייער ערד, מיט אַן אײַנגעפֿונדעוועטן פֿאַרשטאַנד און געפֿיל, אַז דאָ איז זייער היים אויף דור־דורות, האָט זיי די אייגענע רעגירונג אַ הייב געטאָן פֿון די בליִענדיקע ערטער, אויפֿגעשטעלט אויף זאַמד און שטיין, און בגוואַלד פֿון דאָרט אַרויסגעטריבן.

פֿונדעסטוועגן, האָט מען דעמאָלט גע­מיינט — מע טוט עס צוליב אַ גרויסן מאָראַ­לישן און פּאָליטישן צוועק, לטובֿת שלום צווישן שכנים און זייער ווײַטערדיקער קאָ־עקזיסטענץ. די אײַנוווינער האָט מען טאַקע אַרויסגעטריבן, אָבער נעמען און צעשטערן דאָס אויפֿגעבויטע האָב־און־גוטס, בפֿרט די הייליקע ערטער, האָט זיך נישט אויפֿגעהויבן די האַנט. צוליב דעם — לאָזן אָדער נישט־לאָזן — איז אין יענע אָנגעשטרענגטע טעג אָנגעגאַנגען אַ גאַנצער וויכּוח.

אַ געוויסע צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן, צווישן זיי שאול מופֿז, בנימין בן־עליזר, מתּן ווילנאַי האָבן זיך געשטעלט קעגן. וואָס האָט אין זיי מער פּראָטעסטירט דער מאָראַלישער כּוח אָפּצוהיטן די גײַסטיקע אוצרות פֿון ייִדישן פֿאָלק, צי באַזאָרגן די פּאַלעסטינער מיט הומאַניטאַרע אָביעקטן, איז הײַנט שווער צו זאָגן. יעדנפֿאַלס, אין סעפּטעמבער 2005 איז די רעגירונג סוף־כּל־סוף געקומען צו דער מיינונג, אַז מע וועט די געזעלשאַפֿטלעכע בנינים, ביבליאָטעקן, שולן און אַנדערע סטרוקטורן נישט אָנרירן. זאָל די פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג געניסן פֿון דער ברייטהאַרציקייט פֿון זייערע ייִדישע שכנים, און זאָל עס זײַן דער ערשטער שפּאַן אויף אַ בשותּפֿותדיקן פֿרידלעכן וועג.

דעמאָלט זײַנען אין גוש־קטיף געבליבן גאַנץ אויך די שילן. ווי עס פֿירט זיך אָבער שוין טויזנטער יאָרן, פֿון בית־ראשון אָן, האָבן די באַרבאַרן זעלטן געלאָזט פֿון די ייִדישע הייליקע ערטער אַ שטיין אויף אַ שטיין.

מיר לעבן דאָך אין 21סטן יאָרהונדערט?! האָט די דעמאָלטיקע מיניסטאָרין פֿאַר בילדונג, לימור ליבֿנת זייער געהאָפֿט, אַז מיט דער שטיצע פֿון "אונעסקאָ" וועלן די שילן אין גוש־קטיף דערקלערט ווערן ווי אָביעקטן וואָס געהערן צו דער וועלט־ירושה. זי האָט זיך אַוודאי טועה געווען; צו אײַנגעוואָרצלט זײַנען די באַרבאַרישע טראַדיציעס אינעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿון דער וועלט.

לעצטנס, דערוויסן מיר זיך, אַז די פּאַלעסטינער טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס, קודם־כּל, דער "כאַמאַס", ניצן אויס די איבערגעלאָזטע בנינים, בתוכם שילן, ווי טרעניר־אָביעקטן פֿאַר זייערע מיליטאַנטישע מחנות. זיי מאַכן פֿון דעם נישט קיין סוד און שטעלן אַרויס אויף זייערע עלעקטראָנישע "סײַטן" פֿילמען, וווּ מע זעט קלאָר זייערע געניטונגען, וואָס קומען פֿאָר אויף די פֿאַרלאָזטע גאַסן און אין די הייליקע ערטער. פֿאַר זיי איז עס נישט מער ווי דעקאָראַציעס, "אײַנצוגעניטן" זיך אין דער טאָג־טעגלעכער אַרבעט פֿון הרגענען מענטשן, קינדנעפּן ישׂראל־סאָלדאַטן, אויפֿרײַסן אויטאָס וכּדומה. ווי עס ווערט איבערגעגעבן, צוזאַמען מיט די כאַמאַסניקעס, מאַכן דורך די צוגרייטונגען אויך די יונגע יאַטן פֿונעם "איסלאַמישן דזשיהאַד".

די ביטערע איראָניע באַשטייט נאָך אין דעם, אַז דווקא די געוועזענע אײַנוווינער פֿון גוש־קטיף, די געטרײַסטע בירגער פֿון ישׂראל, די פֿאַרברענטע ציוניסטן האָבן "אונטערגעטראָגן" די שיינע מתּנה צו זייערע פֿאַרביסענע שׂונאים. אַנדערש וואָלטן די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן געדאַרפֿט אַליין אויפֿבויען אַזעלכע "דעקאָראַציעס", ווי עס טוען דאָס די סאָלדאַטן פֿון צה"ל, כּדי אָפּצושלײַפֿן זייער אייגענע מײַסטערשאַפֿט אינעם קאַמף קעגן טעראָריסטן.

איז עס דען נישט קיין אַבסורד־טעאַטער, אויפֿגעפֿירט און רעזשיסירט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג?