פּאָליטיק

דעם 14טן מײַ 1948, מיטן פּראָקלאַמירן מדינת־ישׂראל, איז די עגיפּטישע אַרמיי אַרײַנגעדרונגען אין דרום־ישׂראל, ווי אַ טייל פֿון אַ קאָאָרדינירטן אַטאַק פֿון די שכנותדיקע אַראַבישע מדינות. אָבער די קרעפֿטן פֿון צה"ל האָבן מצליח געווען צו אָקופּירן דעם סיני־האַלבאינדזל ביז על־אַריש און די מלחמה האָט זיך געענדיקט דעם 24סטן פֿעברואַר 1949 מיט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן אויף דעם ראָדאָס־אינדזל. דאַן איז באַשטימט געוואָרן, אַז די גרענעץ צווישן ישׂראל און עגיפּטן וועט בלײַבן די זעלבע ווי פֿריִער, צווישן עגיפּטן און דער אַמאָליקער פּאַלעסטינע בעת דעם ענגלישן מאַנדאַט; חוץ דעם עזה־פּאַס, וואָס איז אַריבער צו עגיפּטן. אין סיני־קאַמפּיין אין יאָר 1956 האָט ישׂראל פֿאַרכאַפּט דעם עזה־פּאַס און דעם סיני־האַלבאינדזל. אָבער אונטערן דרוק פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ישׂראל זיך צוריקגעצויגן.

אין מײַ 1967 האָט זיך די געשפּאַנטקייט צווישן ישׂראל און עגיפּטן געשטאַרקט נאָך דעם, ווי עגיפּטן האָט צעשטערט דעם אָפּמאַך וואָס זי האָט אונטערגעשריבן מיט ישׂראל וועגן דער אָפּטיילונג פֿון קרעפֿטן; אַרויסגעטריבן די "יו־ען"־אָבסערוואַטאָרן פֿון סיני און עזה און צוגעמאַכט דעם טיראַן־לאַנדפּאַס פֿאַר דער ישׂראלדיקער נאַוויגאַציע. גלײַכצײַטיק האָט עגיפּטן אָנגעהויבן קאָאָרדינירן מיט די אַנדערע אַראַבישע לענדער דעם אַטאַק קעגן ישׂראל. אַבדול נאַסער האָט געדראָט צו פֿאַרניכטן ישׂראל און פֿאַרלאַנגט דעם צוריקקער פֿון די אַראַבישע פּליטים קיין ישׂראל, דערקלערנדיק, אַז "אויב די פּליטים וועלן זיך צוריקקערן צו זייערע הײַזער אין ישׂראל, וועט ישׂראל אויפֿהערן צו עקזיסטירן".

אויף דעם האָט ישׂראלס פֿאָרשטייער אין דער "יו־ען", אַבא אבֿן, געענטפֿערט: "נאַציאָנאַלער זעלבסטמאָרד איז נישט קיין אינטערנאַציאָנאַלע אָדער מאָראַלישע פֿליכט", און ישׂראל האָט געענטפֿערט מיט אַ פּרעווענטיוון אַטאַק, וואָס איז באַקאַנט א"נ "זעקס־טאָגיקע מלחמה". אין דער מלחמה האָט ישׂראל ווידער אָקופּירט דעם עזה־פּאַס און דעם סיני־האַלבאינדזל. נאָך דער "זעקס־טאָגיקער מלחמה" האָבן זיך אָנגעהויבן צו אַנטוויקלען אין דער געגנט פֿון סועץ־קאַנאַל גרענעץ־אינצידענטן צווישן ביידע מדינות. די דאָזיקע אינצידענטן האָבן זיך געשטאַרקט און אַנטוויקלט אין אַ מלחמה (מלחמת־התּשה). נאַסער האָט דערקלערט די אַנולירונג פֿון וואָפֿנשטילשטאַנד צווישן ביידע צדדים און געמאָלדן, אַז די מלחמה וועט ענדלעך איבערמעכטיקן ישׂראל.

די דערשעפּונג־מלחמה האָט געדויערט ביזן יאָר 1970 און דאַן איז אונטערגעשריבן געוואָרן אַ וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך, נאָך דעם ווי ביידע צדדים האָבן אָנגענומען דעם פּלאַן פֿון אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער ראָדזשערס. דעם זעלבן יאָר איז געשטאָרבן נאַסער און אויף זײַן פּלאַץ איז געקומען אַנוואַר סאַדאַט. אין ישׂראל האָט מען געהאָפֿט, אַז מיט אים וועט קומען אַ רויִקערע תּקופֿה אין די באַציִונגען פֿון ביידע מדינות. אָבער סאַדאַטס ערשטע דעקלאַראַציע איז געווען: "עגיפּטן איז פֿאַרפֿליכטעט צו באַפֿרײַען גאַנץ פּאַלעסטינע און פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה — פּאָליטיש, מיליטעריש, געזעלשאַפֿטלעך און גײַסטיק".

די אַנטוישונג פֿון ישׂראל איז געווען אַ טיפֿע און אין אָקטאָבער 1973 האָבן עגיפּטן און סיריע אומדערוואַרט אַטאַקירט ישׂראל. די מלחמה איז באַקאַנט געוואָרן ווי די "יום־כּיפּור־מלחמה". בײַם אָנהייב האָט די עגיפּטישע אַרמיי מצליח געווען צו אָקופּירן גרויסע טיילן פֿון סיני־האַלבאינדזל. אָבער צום סוף פֿון דער מלחמה האָבן ישׂראלס קרעפֿטן מצליח געווען אײַנצונעמען די שטחים מערבֿדיק פֿון סועץ־קאַנאַל און אַרומרינגלען די עגיפּטישע קרעפֿטן אין סיני.

אין עגיפּטן איז די "יום־כּיפּור־מלחמה" פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי אַן עגיפּטישער קאָלאָסאַלער נצחון. אַ סך אַנאַליטיקער זענען בײַ דער מיינונג, אַז דאָס פֿאָרשטעלן די מלחמה ווי אַן עגיפּטישן נצחון, האָט געמאַכט מעגלעך די ישׂראל־עגיפּטישע שלום־אונטערהאַנדלונגען נאָך דעם ווי עגיפּטן האָט צוריקגעקערט פֿאַר זיך דעם נאַציאָנאַלן כּבֿוד. אַ דראַמאַטישע ענדערונג אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און עגיפּטן איז פֿאָרגעקומען דעם 19טן נאָוועמבער 1977 מיט סאַדאַטס באַזוך אין ירושלים און זײַן רעדע — אַ טאָג שפּעטער — אין דער כּנסת.

סאַדאַטס איניציאַטיוו צו קומען קיין ירושלים האָט אויפֿגעטרייסלט די לאַגע אין מיטעלן מיזרח, גורם געווען דאָס אַרויסטרײַבן עגיפּטן פֿון דער "אַראַבישער ליגע" און צום שאַפֿן אין ישׂראל אַ שטימונג פֿון משיחס צײַטן.

דער געוועזענער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, הענרי קיסינדזשער, איז בײַ דער מיינונג, אַז דער דעצידירנדיקער פֿאַקטאָר אין סאַדאַטס פֿילאָסאָפֿיע איז געווען דער סטראַטעגישער געדאַנק, וואָס האָט אים דערמעגלעכט צו אידענטיפֿיצירן די לעבנס־וויכטיקע אַספּעקטן פֿונעם מצבֿ און זיך אויפֿהייבן איבער נישט וויכטיקע איינצלהייטן, כּדי צו דערגיין צו דער מדרגה פֿון אַ וויזיאָנער, אַ פֿאָרזעער, וועמענס הויפּט־ציל איז געווען צו באַקומען צוריק דעם סיני־האַלבאינדזל.

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון דער עגיפּטישער צײַטונג "אַל־אַהראַם", מוכאַמעד כייקאַל, געזען אין סאַדאַטס אויפֿפֿירונג אַ טאַט פֿון אַ מענטשן, וואָס האָט נישט ריכטיק אָפּגעשאַצט די היסטאָריע פֿון עגיפּטן און איר געאָגראַפֿיע; און האָט כראָניש געליטן פֿון אַ מינדערווערטיקייט־קאָמפּלעקס. נאָך אַן עלעמענט אין סאַדאַטס אויפֿפֿירונג, איז געווען זײַן אַנטי־סאָוועטישקייט. ער איז געווען זייער אין כּעס אויף דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט צוליב זײַן אַנטוישונג ווי אַזוי מאָסקווע האָט פֿאַרזאָרגט עגיפּטן מיט געווער ערבֿ דער "יום־כּיפּור־מלחמה". סאַדאַט איז געווען איבערצײַגט, אַז די סאָוועטן נעמען אָן, אַז אין מאָמענט וואָס דער ישׂראל־אַראַבישער קאָנפֿליקט וועט זיך ענדיקן, וועלן די אַראַבער זיך מער נישט נייטיקן אין זיי. סאַדאַט איז אויך חושד געווען, אַז די סאָוועטן גלייבן מער זײַן קעגנער, עלי צאַבאַרי, ווי דעם יורש פֿון נאַסערן.

דעריבער האָט ער גלײַך מסכּים געווען, אַז הענרי קיסינדזשער זאָל אויסשליסן די סאָוועטן פֿון די מיטל־מיזרחדיקע רעגולירונגען, אויסדריקנדיק פֿאַר אים זײַן שאַרפֿע קעגנערשאַפֿט צום קאָמוניזם, אין קעגנזאַץ צום איסלאַם. לויט דעם עגיפּטישן וויצע־פּרעמיער, כאַסאַן אַל־טאַהאַמי, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין די צוגרייטונגען פֿון סאַדאַטס באַזוך, איז דער ציל פֿון באַזוך אין ירושלים געווען אַרויסצוטרײַבן די סאָוועטן פֿון עגיפּטן נאָך דעם ווי סאַדאַטן איז קלאָר געוואָרן, אַז מאָסקווע איז פֿאַרמישט אינעם אָרגאַניזירן די אומרויִקייטן אין עגיפּטן אין יאַנואַר 1977, מיטן ציל צו באַזײַטיקן סאַדאַטן. דער שלום צווישן ישׂראל און עגיפּטן איז אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 26סטן מאַרץ 1979. נאָך דעם ווי ישׂראל האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון סיני, האָט זיך אָנגעהויבן דער פּראָצעס פֿון נאָרמאַליזאַציע צווישן ביידע מדינות: עס האָבן זיך געעפֿנט די אַמבאַסאַדעס און זיך אָנגעהויבן די לופֿט־פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און עגיפּטן.

עס איז גוט באַקאַנט די שטאַרקע קעגנערשאַפֿט בײַ דער עגיפּטישער אינטעליגענץ צום שלום, בפֿרט פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, וועלכע האָבן אויסגעשלאָסן זייערע חבֿרים פֿאַר האָבן אָנגעהויבן קאָנטאַקטן מיט ישׂראל. ביז הײַנט איז דער שלום מיט עגיפּטן געבליבן אַ קאַלטער. אָבער דער דאָזיקער קאַלטער שלום האָט איבערגעלעבט 31 יאָר. ער האָט אויסגעהאַלטן אַלע עקזאַמענס, כאָטש נישט איין מאָל האָט אויסגעזען, אַז אָט צעפֿאַלט ער זיך.

דער ערשטער עקזאַמען איז געווען 2 יאָר נאָך זײַן אונטערשרײַבן, דעם 7טן יוני 1981, ווען ישׂראל האָט פֿאַרניכטעט דעם איראַקישן אַטאָם־רעאַקטאָר. סאַדאַט האָט זיך באַנוגנט מיט אויסדריקן זײַן טיפֿע זאָרג פֿאַר דער ישׂראלדיקער אַגרעסיע. דער צווייטער עקזאַמען איז געווען דעם 6טן אָקטאָבער 1981, ווען סאַדאַט איז דערמאָרדעט געוואָרן.

אין דעם טאָג האָב איך זיך געהאַט געטראָפֿן מיטן פּרעזידענט פֿון רומעניע, ניקאָלאַ טשאַושעסקו. איך בין געקומען אים אינפֿאָרמירן וועגן אַ צוזאַמענטרעף פֿון יצחק שמיר און אַנדריי גראָמיקאָ (סאָוועטישער אויסערן־מיניסטער) אין ניו־יאָרק. ווען איך בין געזעסן בײַ אים, איז אַרײַן זײַן סעקרעטאַר און געמאָלדן, אַז סאַדאַט איז דערמאָרדעט געוואָרן אין קאַיִר.

מיטן מאָרד פֿון סאַדאַטן איז מען געווען איבערצײַגט, אַז מיט דעם וועט קומען אַ סוף צום ישׂראל־עגיפּטישן שלום. אָבער דאָס האָט נישט פּאַסירט. כאָסני מובאַראַק האָט צוגעזאָגט, אַז דער שלום וועט ממשיך זײַן און עגיפּטן וועט ווײַטער זיך האַלטן בײַ אירע אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרפֿליכטונגען, באזונדערס בײַ די קעמפּ־דייוויד־אָפּמאַכן מיט ישׂראל. דער דריטער עקזאַמען פֿאַרן ישׂראל־עגיפּטישן שלום איז געווען די ערשטע לבֿנון־מלחמה אין יוני 1982. עגיפּטן האָט צוריקגערופֿן איר אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל, אָבער ער האָט זיך צוריקגעקערט אין יאָר 1986, ווען ביידע צדדים האָבן מסכּים געווען צו אַן אינטערנאַציאָנאַלן אַרביטראַזש וועגן סטאַטוס פֿון טאַבאַ.

אין יאַנואַר 1989, לויטן באַשלוס פֿון דעם אַרביטראַזש, איז דער ברעג ים אין טאַבאַ, צוזאַמען מיטן האָטעל און אָפּרו־דאָרף, אַריבער אין די עגיפּטישע הענט. די באַציִונגען צווישן ביידע מדינות האָבן ממשיך געווען צו זײַן קאַלטע. נישט איין מאָל האָבן די עגיפּטישע וואָרטזאָגער, אײַנגעשלאָסן מובאַראַקן, אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט פֿון ישראלס נישט נאַטורעלע דימענסיעס, וועלכע קומען צום אויסדרוק סײַ אין איר קאָנווענציאָנעלן כּוח און סײַ אין נישט קאָנווענציאָנעלן. אַז ישׂראל איז אַרויס מיט איר וויזיע פֿון אַ "נײַעם מיטעלן מיזרח", איז עגיפּטן געווען זייער באַזאָרגט דערפֿון, ווײַל זי האָט געזען אין דעם אַ סכּנה פֿאַר איר פֿירערשאַפֿט אין דער אַראַבישער וועלט און איר דאָמינירנדיקן סטאַטוס אין מיטעלן מיזרח.

דער לעצטער עקזאַמען פֿון ישׂראל־עגיפּטישן שלום איז פֿאָרגעקומען בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט געבראַכט צו אַ ירידה אין די באַציִונגען, אָבער דער שלום איז ממשיך געווען. זומער 2007, מיטן וווּקס פֿון עגיפּטנס פּאָזיציע ווי אַ פֿאַרמיטלערין אינעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט און ספּעציעל, אַרום דער פּרשה פֿון פֿאַרכאַפּן דעם סאָלדאַט גלעד שליט, האָבן זיך די באַציִונגען אַ ביסל אָנגעוואַרעמט. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט סוף 2007 און אָנהייב 2008 האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ שפּאַנונג, ווען ישׂראל האָט חושד געווען, אַז עגיפּטן גיט אַ פֿרײַע האַנט דעם שמוגל פֿון געווער פֿון סיני אינעם עזה־פּאַס. כאָטש נישט געקוקט אויף די שמוגלערײַען, ווי אויך אַ פֿאַרצווײַגטער קרימינעלער טעטיקייט לענג־אויס דער גרענעץ מיט סיני, איז די גרענעץ צווישן ישׂראל און עגיפּטן מערסטנס געווען אַ שטילע, אײַנגעשלאָסן ישׂראלס לעצטע מיליטערישע אָפּעראַציעס.

גלײַך פֿון אָנהייב אָן פֿון דער אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" איז געווען קלאָר, אַז עגיפּטן קלײַבט זיך נישט איבערצורײַסן אירע באַציִונגען מיט ישׂראל. עגיפּטן האָט אַפֿילו קריטיקירט דעם "כאַמאַס" און אַרויפֿגעלייגט אויף אים די שולד פֿאַר דער אָפּעראַציע. עגיפּטן האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער אַנטי־ישׂראלדיקער קאָנפֿערענץ, וואָס ס׳האָט אָרגאַניזירט קאַטאַר און געהאָלפֿן דערגיין צו אַ וואָפֿנשטילשטאַנד בײַם סוף פֿון דער אָפּעראַציע.

נאָך דעם ווי ישׂראל האָט געמאָלדן, אַז זי נעמט אָן עגיפּטנס רוף פֿאַר אַ וואָפֿנשטילשטאַנד, האָט כאָסני מובאַראַק דעם 18טן יאַנואַר צוזאַמענגערופֿן אין שאַרם־אַ־שייך אַ צוזאַמענטרעף פֿון די פֿירער פֿון אייראָפּע, כּדי צו שטיצן דעם וואָפֿנשטילשטאַנד. נאָכן צוזאַמענטרעף אין שאַרם־אַ־שייך זענען די אייראָפּעיִשע פֿירער געקומען קיין ירושלים און זיך באַטייליקט אין אַן אָוונטברויט בײַם פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וווּ זיי האָבן אויסגעדריקט זייער שטיצע פֿאַרן וואָפֿנשטילשטאַנד. ס'איז געווען נאַטירלעך, אַז אויך כאָסני מובאַראַק זאָל זיך באַטייליקן אין דעם צוזאַמענטרעף אין ירושלים, אָבער ער האָט נישט געוואָלט. מובאַראַק האָט אויסגעמיטן אַ באַזוך אין ירושלים, אַחוץ זײַן באַטייליקונג אין יצחק ראַבינס לוויה דעם 5טן נאָוועמבער 1995.

די ערשטע נוץ וואָס עגיפּטן האָט געהאַט פֿון איר שלום מיט ישׂראל, איז געווען דאָס צוריקקערן פֿון סיני. די צווייטע נוץ איז געווען די סטראַטעגישע דערנענטערונג צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עגיפּטן האָט גלײַך אָנגעהויבן צו באַקומען מיליטערישע הילף, געווער און געלט. די אײַנקונפֿטן פֿון דער דערעפֿענונג פֿון סועץ־קאַנאַל האָבן געוואָקסן פֿון טאָג צו טאָג, דאָס זעלבע — די אײַנקונפֿטן פֿון נאַפֿט אין סיני און פֿון טוריזם. עקאָנאָמיסטן שאַצן אָפּ די יערלעכע נוץ פֿון עגיפּטן־ישׂראלדיקן שלום אין 10 מיליאַרד דאָלאַר.

ישׂראל, פֿון איר זײַט, איז ממשיך צו שטרעבן, אַז דער שלום מיט עגיפּטן זאָל ווערן אַ וואַרעמער און אַן אינטימערער, ווײַל זי זעט אין אים אַ סטראַטעגישן גענוס פֿאַר ביידע לענדער; פֿאַר שלום און סטאַביליטעט אין מיטעלן מיזרח.

מובאַראַק איז, ליידער, ממשיך נישט צו דערציִען זײַן פֿאָלק, אַז עס זאָל זיך באַציִען צו ישׂראל ווי צו אַ שכנה פֿאַר אַן אמתן שלום. עגיפּטן איז ממשיך זיך צו באַציִען צום שלום מיט ישׂראל אַזוי, ווי עס וואָלט אויף איר דער שלום אַרויפֿגעצוווּנגען געוואָרן דורך היסטאָרישע אומשטאַנדן. ישׂראל איז אָבער ממשיך צו באַטראַכטן דעם שלום ווי אַ סטראַטעגישן אָפּמאַך פֿון העכסטער וויכטיקייט. אַזוי ווי מובאַראַק איז שוין 82 יאָר אַלט, איז די פֿראַגע, צי וועט דער ישׂראל־עגיפּטישער שלום ממשיך זײַן אויך נאָך מובאַראַקן. דאָס הענגט געוויס אָפּ פֿון דעם, ווער עס וועט קומען נאָך מובאַראַקן.

מובאַראַק גרייט צו זײַן ייִנגערן זון, גאַמאַל מובאַראַק, איבערצונעמען די מאַכט. אויב עס וועט זײַן אַזוי, וועט דער שלום ממשיך זײַן; אָבער עס איז נישט זיכער, צי די עגיפּטישע אַרמיי וועט אים אָננעמען. עס ווערט באַטראַכט אַ מעגלעכקייט, אַז איינער פֿון די עגיפּטישע אָפֿיצירן וועט קומען אויף מובאַראַקס פּלאַץ. אין דעם פֿאַל וועט דער שלום ממשיך זײַן, ווײַל די אַרמיי זעט אינעם שלום אַן עגיפּטישן אינטערעס. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס עקזיסטירט די מעגלעכקייט, אַז די "מוסולמענישע ברידער" זאָלן איבערנעמען די מאַכט אין עגיפּטן נאָך מובאַראַקן. אויך אין דעם פֿאַל, דענקען די פּאָליטישע אָבסערוואַטאָרן, אַז דער שלום מיט ישׂראל וועט אָנגיין ווײַטער, ווײַל אויך זיי וועלן זען אין שלום מיט ישׂראל אַן עגיפּטישן אינטערעס. וואָס עס זאָלן נישט זײַן די אַנטוויקלונגען אין עגיפּטן נאָך מובאַראַקן, ווײַזט עס, אַז דער שלום הענגט אָפּ פֿון ישׂראלס אָפּהאַלט־קראַפֿט און אירע דיפּלאָמאַטישע פֿעיִקייטן.