- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין נאָוועמבער 2004 איז אַראַפֿאַט געשטאָרבן און אויף זײַן פּלאַץ איז אויסגעוויילט געוואָרן אַבו מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). אַבו מאַזען האָט דערגרייכט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד מיט די פּאַלעסטינער טעראָר־גרופּעס, און די אינטערנאַציאָנאַלע אויפֿמערקזאַמקייט האָט זיך קאָנצענטרירט אַרום ישׂראלס "התנתקות"־פּלאַן, דאָס צוריקציִען זיך פֿון עזה. אין פֿעברואַר 2005 איז פֿאָרגעקומען די שפּיצן־קאָנפֿערענץ צווישן אַריאל שרון און אַבו מאַזען אין שאַרם אַ־שייך. ווי באַקאַנט, האָט דער פּאַלעסטינער טעראָר זיך אָנגעהויבן אויף מאָרגן נאָכן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, און אין די 1950ער יאָרן האָט ער געבראַכט צו דער סיני־מלחמה. דער טעראָר האָט זיך געשטאַרקט נאָך מער נאָך ישׂראלס גרויסן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקע מלחמה. דאַן האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿאַרכאַפּענישן פֿון עראָפּלאַנען און טעראָר־אַקטן קעגן די ישׂראלים אין אויסלאַנד; אַרײַנדרינגונגען אין ישׂראל פֿון די פּליטים־לאַגערן אין יאָרדאַניע און טעראָר־אַקטיוויטעטן פֿון לאָקאַלע פּאַלעסטינער אין די אָקופּירטע שטחים — דעמאָנסטראַציעס, שטרײַקן און ברוטאַלע טומלען. מיט איבער אַ חודש צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט ישׂראל געפֿײַערט 60 יאָר זינט די "יו־ען" האָט באַשלאָסן צו רעקאָמענדירן צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל. איך פּערזענלעך בין אין יענעם טאָג געפֿאָרן מיט מײַן פֿרוי פֿרידע פֿון מינכן, די אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע אין דײַטשלאַנד, קיין בערגען־בעלזען, אין דער ענגלישער זאָנע; ווי אומלעגאַלע עמיגראַנטן זײַנען מיר געווען אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל. נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה, מיט איבער 34 יאָר צוריק, איז געשאַפֿן געוואָרן די אַגראַנאַט־קאָמיסיע, אויסצופֿאָרשן די דורכפֿאַלן פֿון דער מלחמה. אינעם באַריכט, וואָס די קאָמיסיע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, האָט זי אַרויפֿגעלייגט די הויפּט־שולד פֿאַר די דורכפֿאַלן אויפֿן קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און אויפֿן הויפּט פֿון דער אַרמיי אויסשפּירונגס־דינסט, גענעראַל אלי זעיראַ. ווי באַקאַנט, האָט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, דער טאַטע, צוזאַמענגערופֿן די מאַדריד־קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער 1991 צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. פּרעזידענט בוש, דער זון, גייט אין זײַן טאַטנס פֿוסטריט און רופֿט צוזאַמען אַן ענלעכע שלום־קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, לעבן וואַשינגטאָן, סוף נאָוועמבער, און לויט אַבו מאַזען, האָט פּרעזידענט בוש אים צוגעזאָגט צו רעאַליזירן זײַן חלום: צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה. דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, מיט 13 יאָר צוריק, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַישער שלום־אָפּמאַך. דעם ענדגילטיקן שטויס אונטערצושרײַבן דעם שלום האָבן געגעבן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גלײַך אויף מאָרגן, דעם 14טן סעפּטעמבער, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן דער "בשותּפֿותדיקער ישׂראל־יאָרדאַנישער טאָג־אָרדענונג" וועגן אַ שלום צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע. סוף סעפּטעמבער האָבן די ענגלישע אַקאַדעמיקער געמאָלדן, אַז זיי אַנולירן זייער בויקאָט קעגן ישׂראל, צו וועלכן עס האָט זיך אויך געהאַט אָנגעשלאָסן דער ענגלישער פֿאַרבאַנד פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעטער "יוניסאָן". זיי האָבן דערקלערט דעם בויקאָט, וויסנדיק גוט דעם אמת, אַז אין טשעטשניע האָט רוסלאַנד ליקווידירט צענדליקער טויזנטער מוסולמענער; עס זײַנען אַפֿילו דאָ אַזעלכע וואָס רעדן וועגן הונדערטער טויזנטער; פּונקט ווי זיי ווייסן, אַז די ישׂראל־אַרמיי איז העכסט הומאַניש, אין פֿאַרגלײַך צו דער רוסישער. דעם 6סטן אָקטאָבער, מיט 34 יאָר צוריק, איז אויסגעבראָכן די יום־כּיפּור־מלחמה. אין דער זעלבער דאַטע, דעם 6טן אָקטאָבער, מיט 26 יאָר צוריק, איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט, אַנוואַר סאַדאַט, דערמאָרדעט געוואָרן. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָבן זיך — אין אויגוסט 1967 — צוזאַמענגעקליבן די פֿירער פֿון די אַראַבישע לענדער אויף אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין כאַרטום, סודאַן, און באַשלאָסן זייערע דרײַ "ניין": "ניין!" — צו אַ שלום מיט ישׂראל; "ניין!" — צו אָנערקענען ישׂראל, און "ניין!" — צו אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל. דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 14 יאָר צוריק, זענען אונטערגעשריבן געוואָרן די אָסלאָ־אָפּמאַכן. אין מײַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון 20סטן יולי, הײַיאָר, האָב איך באַשריבן די טעג פֿון דערהייבונג, וואָס האָבן עקזיסטירט אין ישׂראל נאָכן אונטערשרײַבן די אָפּמאַכן. די דאָזיקע טעג פֿון דערהייבונג האָבן געדויערט איבער דרײַ חדשים, ביז ראַבין, פּערעס און אַראַפֿאַט האָבן באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז; דאַן האָט זיך די שׂימחה געענדיקט, דעם 28סטן אויגוסט, 1983, בײַם סוף פֿון דער זיצונג פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, האָט פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין געמאָלדן וועגן זײַן באַשלוס צו דעמיסיאָנירן פֿון זײַן אַמט, און פֿאַרענדיקט זײַן מעלדונג מיט די ווערטער: "מער קען איך נישט!" דעם ערשטן אויגוסט 1982, מיט 25 יאָר צוריק, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי, אין פֿאַרלויף פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, אײַנגענומען דעם פֿליפֿעלד פֿון ביירוט. איך בין דאַן געווען אַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און געדענק זייער גוט די דאַטע; און איך באַטראַכט זי ווי איינע פֿון די דעצידירנדיקסטע דאַטע אין דעם וואָס עס פּאַסירט ביזן הײַנטיקן טאָג צווישן אונדז און די פּאַלעסטינער. קען זײַן, אַז וואָס איך שרײַב איצט איז אַ חכמה אחר־המעשׂה, אָבער איך האָב גוטע סיבות אַזוי צו טראַכטן. זינט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל זענען פֿאָרגעקומען צוויי פּאָליטישע איבערקערענישן. די ערשטע — דעם 17טן מײַ 1977, ווען מנחם בעגין האָט באַזיגט יצחק ראַבינען און דער "ליכּוד" איז דאָס ערשטע מאָל געקומען צו דער מאַכט אָנשטאָט דער הערשנדיקער מפּא״י־פּאַרטיי. די צווייטע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יולי 1992, ווען ראַבין איז געוואָרן ווידער פּרעמיער־מיניסטער אויפֿן אָרט פֿון יצחק שמירן און האָט געבראַכט צו די אָסלאָ־אָפּמאַכן. |