אין נאָוועמבער 2004 איז אַראַפֿאַט געשטאָרבן און אויף זײַן פּלאַץ איז אויסגעוויילט געוואָרן אַבו מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). אַבו מאַזען האָט דערגרייכט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד מיט די פּאַלעסטינער טעראָר־גרופּעס, און די אינטערנאַציאָנאַלע אויפֿמערקזאַמקייט האָט זיך קאָנצענטרירט אַרום ישׂראלס "התנתקות"־פּלאַן, דאָס צוריקציִען זיך פֿון עזה. אין פֿעברואַר 2005 איז פֿאָרגעקומען די שפּיצן־קאָנפֿערענץ צווישן אַריאל שרון און אַבו מאַזען אין שאַרם אַ־שייך. אויף דער קאָנפֿערענץ האָט ישׂראל מסכּים געווען אָפּצושטעלן איר פּאָליטיק פֿון "לאָקאַלע ליקווידירונגען", אויב די פּאַלעסטינער וועלן אויפֿהערן זייערע טעראָר־אַקטן. דעם 17טן מערץ 2005 האָט זיך אָנגעהויבן די "תּהדיאה" (באַרויִקונג) צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. דאָס האָט נישט אָפּגעשטעלט די טעראָר־אַקטן אינגאַנצן, אָבער זייער צאָל איז געפֿאַלן אויף אַ ממשותדיקן אופֿן, ספּעציעל — די זעלבסטמאָרד־פֿאַלן. עס האָבן זיך גענומען הערן דיבורים וועגן ענדיקן די "אינטיפֿאַדע". אָבער אין סעפּטעמבער 2005, נאָך דער "התנתקות", האָבן די אָרגאַניזאַציעס "מוסולמענישער דשיהאַד" און "כאַמאַס" אָנגעהויבן אַ מאַסיווע ראַקעטן־שיסערײַ אויף שׂדרות און דעם מערבֿדיקן נגבֿ. אין נאָוועמבער האָבן די קאַסאַם־ראַקעטן דערגרייכט אַשקלון, און אין יאַנואַר 2006 האָט דער "כאַמאַס" געזיגט אין די וואַלן צום פּאַלעסטינער פּאַרלאַמענט.
פּאָליטישע אָבסערוואַטאָרן באַטראַכטן דעם זיג פֿון "כאַמאַס" ווי אַ באַווײַז, אַז די פּאַלעסטינער שטיצן גיכער די עקסטרעמע מיליטאַנטישע ליניע פֿון "כאַמאַס", ווי די מעסיקערע ליניע פֿונעם "פֿאַטאַך", ממשיך צו זײַן די "אָסלאָ־אָפּמאַכן". די קאַסאַם־ראַקעטן האַלטן דעריבער אָן ווײַטער צו באַשיסן שׂדרות און אַשקלון. ביזן יאָר 2006 זענען אין דער "אַל־אַקסאַ אינטיפֿאַדע" דערהרגעט געוואָרן 1,115 ישׂראלים, צווישן זיי — 123 קינדער און יוגנטלעכע, אין עלטער פֿון איין יאָר ביז 17 — און 8,000 מענטשן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. פֿון די פּאַלעסטינער זענען דערהרגעט געוואָרן 4,269 און איבער 30,000 זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
דעם 25סטן יוני 2006, אַ יאָר נאָכדעם ווי עס איז געפֿאַלן אין עזה דער לעצטער ישׂראל־סאָלדאַט און 10 חדשים נאָך דער "התנתקות", האָבן די "כאַמאַס"־טעראָריסטן אַטאַקירט אַ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי נעבן עזה. זיי האָבן דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט אין געפֿאַנגענשאַפֿט דעם סאָלדאַט גלעד שליט.
אין דער ערשטער לבֿנון־מלחמה זענען דערגרייכט געוואָרן געוויסע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, ווי צום בײַשפּיל, דאָס אַרויסטרײַבן די פֿירער פֿון "פּל״אָ" קיין טוניס. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן די מעסיקע שיִיִטישע אָרגאַניזאַציע "אַמאַל" און עס איז אַנטשטאַנען די שיִיִטישע אָרגאַניזאַציע "כעזבאָלאַ", וואָס איר ציל איז געווען צו קעמפֿן קעגן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע, מיט דער הילף פֿון סיריע און איראַן. די "כעזבאָלאַ" האָט אויסגענוצט די "אַל־אַקסאַ אינטיפֿאַדע", כּדי צו אַטאַקירן ישׂראל און דעם 12טן יולי האָט זי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן פּאַטראָל אויף דער גרענעץ מיט לבֿנון, דערהרגעט 8 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט צוויי — אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו; עס האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה.
ווי אַ חכמה אחר־המעשׂה האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס אַרויסטרײַבן די "פּל״אָ"־פֿירער קיין טוניס האָט נישט געבראַכט קיין פּאָזיטיוון רעזולטאַט. זיי האָבן זיך איבערגעפּעקלט קיין ראַמאַלאַ און די צרות פֿון דעם פֿילן מיר ביזן הײַנטיקן טאָג. דער אַלגעמיינער רעזולטאַט פֿון דער צווייטער לבֿנון־מלחמה איז געוואָרן אַ הויפּט־פֿאַקטאָר פֿאַר די צוגרייטונגען מצד "כעזבאָלאַ" צו דער קומענדיקער קריג־רונדע, און פֿאַר סיריע — צו אַ מלחמה מיט אונדז, אויסנוצנדיק אַפֿילו נוקלעאַר געווער, באַקומען מיט דער הילף פֿון איראַן און צפון-קאָרעע.
לויט די צײַטונגען אין אויסלאַנד, העלפֿט צפֿון־קאָרעע די סיריער צו אַנטוויקלען נוקלעאַר געווער און האָט אַהין געשיקט נוקלעאַרע וויסנשאַפֿטלער, אינזשענירן און עקספּערטן. ווי עס שרײַבט די "וואַשינגטאָן פּאָסט", העלפֿט צפֿון־קאָרעע אויפֿבויען אין סיריע אַ נוקלעאַרן רעאַקטאָר. די "ניו־יאָרק טײַמס" באַמערקט, אַז קיין סיריע זענען אָנגעקומען טראַנספּאָרטן פֿון נוקלעאַרן מאַטעריאַל אויף צפֿון־קאָרעיִשע שיפֿן. אַזוי ווי צפון-קאָרעע האָט זיך פאַרפליכטעט פֿאַר די אַמעריקאַנער צו ליקווידירן זייער נוקלעאַרע פּראָגראַם, פֿאַרקויפֿן זיי זייער נוקלעאַרע סחורה צו די איראַנער און סיריער.
לויטן "אָבסערווער", האָבן דעם 6טן סעפּטעמבער 2007 אַכט עף־15 און עף־16 קריגס־עראָפּלאַנען אַרײַנגעדרונגען אין סיריע און פֿאַרניכטעט אַ טראַנספּאָרט פֿון צפֿון־קאָרעיִשן נוקלעאַרן מאַטעריאַל און אַפֿילו דערהרגעט 5 צפֿון־קאָרעיִשע טעכניקער. "סי־ען־ען" באַטאָנט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג איז געווען "זייער צופֿרידן מיט דער געלונגענער אָפּעראַציע". "סי־ען־ען" האָט צוגעגעבן, אַז "נישט בלויז די לופֿט־כּוחות, נאָר אויך יבשה־כּוחות האָבן אָנטייל גענומען אין דער אַקציע אין סיריע, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ גרויסן לאָך אין מידבר".
די "סאָנדיי טײַמס" האָט געשריבן, אַז די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, פֿאַרמאַסקירט ווי סירישע, האָבן געלאַנדעט צו זאַמלען אינפֿאָרמאַציע און גענומען פּרוּוון, איידער מ׳האָט אויפֿגעריסן די אײַנריכטונג. אָבער מיט דעם איז נישט געקומען דער סוף צו דער סירישער—צפֿון־קאָרעיִשער נוקלעאַרער קאָלאַבאָראַציע. זי גייט ווײַטער אָן. ישׂראל ווייסט שוין אַ לאַנגע צײַט, אַז סיריע האָט "סקאַד"־ראַקעטן, באַוואָפֿנט מיט כעמישע שלאַכט־שפּיצן, אָבער אײַנשטימען צו נוקלעאַרע שלאַכט־שפּיצן — דאָס קאָן שוין ישׂראל בשום־אופֿן נישט. ישׂראל שווײַגט וועגן דער אַקציע, וואָס זי האָט דורכגעפֿירט. די סיריער טענהן, אַז אַ ישׂראלדיקער עראָפּלאַן איז אַרײַנגעדרונגען אין סיריע, אָבער זיי האָבן אים אַרויסגעטריבן. פּרעזידענט בוש האָט נישט געענטפֿערט ווען אַ זשורנאַליסט האָט אים געפֿרעגט וועגן דעם עפּיזאָד, אָבער נישט אָפּלייקענענדיק דאָס, האָט ער געלאָזט דעם אײַנדרוק, אַז עפּעס וויכטיקס איז פֿונדעסטוועגן פֿאָרגעקומען.
דער צוועק פֿון דער ישׂראלדיקער אַקציע איז נישט געווען, חלילה, צו פּראָוואָצירן אַ מלחמה מיט סיריע. דער צוועק איז געווען אויפֿצוּווײַזן סיריע, אַז ישׂראל ווייסט וועגן איר נוקלעאַרער אַקטיוויטעט, אויספּראָבירן איר פּראָגרעסירנדיקע אַנטי־עראָפּלאַן סיסטעם, וואָס זי האָט באַקומען פֿון רוסלאַנד, און איר געבן אָנצוהערן, אַז ישׂראלס עף־15 און עף־16 שלאַכט־ערפּלאַנען קענען דערגיין צו יעדן פּונקט אין סיריע. דער אמת איז, אַז ישׂראל האָט מצליח געווען צו פּאַראַליזירן די רוסישע אַנטי־עראָפּלאַן סיסטעם, און געהעכערט — אין די אויגן פֿון סיריע — ישׂראלס אָפּשרעקונג־כּוח. סיריע שעמט זיך און שווײַגט, אויך רוסלאַנד שווײַגט און איראַן איז אין אַ פּאַניק.
ערבֿ דעם לעצטן יום־כּיפּור איז די געשפּאַנטקייט און נערוועזקייט צווישן ישׂראל און סיריע דערגאַנגען צו אַ הויכפּונקט שטאַפּל. ווען יום־כּיפּור אין דער פֿרי האָט דער ראַדאַר אָנגעוויזן, אַז אַ סירישער עראָפּלאַן דערנענטערט זיך צו דער ישׂראל־גרענעץ, זענען גלײַך אַרויף אין הימל דרײַ ישׂראלדיקע קריגס־עראָפּלאַנען. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דער סירישער עראָפּלאַן האָט נישט געהאַט קיין שום כּוונות קעגן ישׂראל און איז פּשוט זיך פֿונאַנדערגעפֿאַלן.
אויף מאָרגן, אויף אַן אַזכּרה פֿאַר די געפֿאַלענע אין דער יום־כּיפּור־מלחמה, האָט דער זיכערהייט־מיניסטער, אהוד ברק, אין זײַן רעדע זיך פֿאַררופֿן אויפֿן דורכפֿאַל אין יענער מלחמה און אונטערגעשטראָכן, אַז "מיר דאַרפֿן זײַן גרייט אַטקעגנצוקומען אַ סכּנה, אַזוי ווי די קומענדיקע מלחמה וואָלט געדראָט ממש פֿון יענעם זײַט ווינקל".
אַ יאָר נאָך דער צווייטער לבֿנון־מלחמה, אין יוני 2007, האָט דער "כאַמאַס" איבערגענומען די מאַכט אין עזה און געשאַפֿן דאָרט דעם "כאַמאַסטאַן". איצט הערשט אין עזה דער "כאַמאַס", און אין דער גדה מערבֿית — דער "פֿאַטאַך", מיט אַבו מאַזען ווי פּרעזידענט און סאַלאַם פֿאַיאַד ווי פּרעמיער־מיניסטער.
אפֿשר קען די "אינטיפֿאַדע" ווערן באַטראַכט ווי אַ געענדיקטע, אָבער ראַקעטן הערן נישט אויף צו פֿליִען פֿון "כאַמאַסטאַן" און פֿאַלן אויף שׂדרות און אַשקלון...