פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי באַקאַנט, האָט דער פּאַלעסטינער טעראָר זיך אָנגעהויבן אויף מאָרגן נאָכן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", דעם 29סטן נאָ­וועמבער 1947, און אין די 1950ער יאָרן האָט ער געבראַכט צו דער סיני־מלחמה. דער טעראָר האָט זיך געשטאַרקט נאָך מער נאָך ישׂראלס גרויסן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקע מלחמה. דאַן האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿאַרכאַפּענישן פֿון עראָפּלאַנען און טעראָר־אַקטן קעגן די ישׂראלים אין אויסלאַנד; אַרײַנדרינגונגען אין ישׂראל פֿון די פּליטים־לאַגערן אין יאָרדאַניע און טעראָר־אַקטיוויטעטן פֿון לאָקאַלע פּאַ­לעס­טינער אין די אָקופּירטע שטחים — דעמאָנ­סטראַציעס, שטרײַקן און ברוטאַלע טומלען.

דעם 11טן מערץ 1978, האָבן 11 אַראַבישע טעראָריסטן געלאַנדעט אין גומי־שיפֿלעך נעבן קיבוץ מעגן־מיכאל, אויפֿן שאָסיי חיפֿה —תּל־אָבֿיבֿ. אַרויפֿקומענדיק אויפֿן ברעג, האָבן זיי אָנגעטראָפֿן אויף אַ ייִדיש מיידל און זי גלײַך דערמאָרדעט. זיי האָבן אָפּגעשטעלט אַ טאַקסי און דערמאָרדעט אַלעמען, און ערשט דאַן האָבן זיי פֿאַרכאַפּט אַן אויטאָבוס פֿון "אגד" און געצוווּנגען דעם שאָפֿער צו פֿאָרן קיין תּל־אָבֿיבֿ. אויפֿן וועג האָבן זיי אָפּגעהאַלטן נאָך אַן אויטאָבוס, דערמאָרדעט אַ טייל פּאַסאַזשירן און די אַנדערע געצוווּנגען אַריבערצוגיין אינעם ערשטן אויטאָבוס, און ממשיך געווען דעם וועג קיין תּל־אָבֿיבֿ. נעבן הרצליה האָבן זיי זיך אָנגעשטויסן אין ישׂראלדיקער פּאָליציי, ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ קאַמף, 34 ישׂראלים זענען דערהרגעט געוואָרן און 74 — פֿאַרוווּנדעט. דער טעראָר־אַקט האָט באַקומען דעם נאָמען פֿון "בלוט־אויטאָבוס". וואָס שייך די טעראָריסטן: 2 פֿון זיי זענען אַנטרונען געוואָרן, 7 — דערהרגעט און 2 האָט מען אַרעסטירט. דער דאָזיקער טעראָר־אַקט ווערט באַטראַכט ווי אַ וועג־צייכן אינעם פּאַלעסטינער טעראָר און אין די צווישנבאַציִונגען פֿון ישׂראל, פּאַלעסטינער, לבֿנון און סיריע ביזן הײַנטיקן טאָג.

4 טעג נאָכן אַטאַק אויפֿן אויטאָבוס, דעם 15טן מערץ 1978, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי דורכגעפֿירט די ליטאַני־אָפּעראַציע אין דרום־לבֿנון, דערגאַנגען ביזן טײַך ליטאַני און דאָרט געבליבן דרײַ חדשים. דער צוועק פֿון דער אָפּעראַציע איז געווען צו באַשעדיקן די אינפֿראַסטרוקטור פֿון די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס אין דרום־לבֿנון און דערמיט אָפּצושטעלן די אַקטיוויטעט פֿון די טעראָ­ריסטן קעגן ישׂראל.

ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער ליטאַני־אָפּערא­ַציע, האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַע ווירקלעכקייט אין דרום־לבֿנון. דער פּל״אָ איז אָפּגעשטופּט געוואָרן ביז איבערן טײַך ליטאַני און עס זענען געשאַפֿן געוואָרן צוויי באַריערן זיי זאָלן זיך נישט קענען צוריקקערן צו דער ישׂראלדיקער גרענעץ. דער ערשטער באַריער איז געווען דאָס אַרײַנגיין אין דרום־לבֿנון פֿון "יוניפֿיל" (UNIFIL), די צײַטווייליקע קראַפֿט פֿון דער "יו־ען". דער צווייטער — דאָס שאַפֿן אויפֿן שטח, וווּ עס האָט געהערשט דער צד״ל (צבֿא דרום־לבֿנון), די קריסטלעכע אַרמיי פֿון דרום־לבֿנון, בראָש מיטן מאַיאָר סאַאַד כאַדאַר, און נאָך זײַן טויט — גענעראַל אַנטואַן לאַכעד. דער דאָזיקער זיכערהייט פּאַס פֿון צד״ל האָבן טאַקע דערווײַטערט דעם צפֿון־ישׂראל פֿון די קאַטיושאַס, אָבער די קאַטיושאַס האָבן זיך אין גאַנצן נישט אײַנגעשטילט און געבראַכט צו דער ערשטער לבֿנון־מלחמה אין יוני 1982.

ישׂראל האָט זי אָנגערופֿן "די אָפּעראַציע פֿאַרן שלום פֿון גליל" און זי איז פֿאָרגעקומען קעגן די פּאַלעסטינער טעראָריסטן און סיריע, וועלכע איז געשטאַנען הינטער זיי. די מלחמה האָט געדויערט 3 יאָר און אין 1985 האָט ישׂראל געשאַפֿן אַ שמאָלן זיכערהייט־פּאַס און דאָרט געבליבן ביזן יאָר 2000.

אַן אינטענסיווער, אויסגעשפּרייטער און אַרומנעמענדיקער אויסברוך-קראַפט, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "אינטיפֿאַדע" (רע­בעליע), האָט זיך אָנגעהויבן אין דעצעמבער 1987, מיט 20 יאָר צוריק. די "אינטיפֿאַדע" איז געוואָרן אַ נײַער אויסדרוק פֿון דעם פּאַ­לעסטינער עקסטרעמיזם, דורכגעפֿירט דורך יוגנטלעכע, וועלכע האָבן געפֿירט אַ דיאַלאָג מיט ישׂראל דורך שטיין־שלײַדער און אָנצינ­דונגס־פֿלעשער. ס׳רובֿ היסטאָריקער באַ­טראַכטן די הויפּט־סיבות פֿאַרן אויסברוך פֿון דער "אינטיפֿאַדע" ווי אַן אויסדרוק פֿון די אָנ­געזאַמלטע פּאַלעסטינער ליידן און דערנידע­ריקונג אין פֿאַרלויף פֿון 20 יאָר זינט דער ישׂראלדיקער מיליטער־הערשאַפֿט; די ענג­שאַפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג און די וואַקסנ­דיקע אַרבעטסלאָזיקייט. אין דער צײַט ווען די לאַגע פֿון די ישׂראלדיקע אַראַבער האָט זיך טאָג־טעגלעך פֿאַרבעסערט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער לאַגע פֿון די אַראַבער אין די שכנותדיקע לענדער, איז דער מצבֿ פֿון די פּאַלעסטינער געוואָרן טאָג־טעגלעך ערגער. די מוסולמענישע רעוואָלוציע אין איראַן האָט געשטאַרקט דעם רעליגיעזן שטראָם און בײַגעטראָגן צום גײַסט־אויפֿברויז.

בײַם אָנהייב, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי געגלייבט, אַז זי וועט מצליח זײַן, ווי פֿריִער, אונטערצודריקן די אומרוען אין אַ קורצער צײַט. אָבער זייער גיך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס מאָל עקזיסטירט בײַ די פּאַלעסטינער אַ גרעסערע גרייטקייט בײַצושטיין דאָס לײַדן און די קאָנפֿראָנטאַציעס מיט דער אַרמיי. נאָכדעם ווי די אַרמיי האָט רעאַגירט מיט לעבעדיקן פֿײַער און גורם געווען צענדליקער געהרגעטע, איז ישׂראל געטאַדלט געוואָרן דורך דער גאַנצער וועלט. דעמאָלט האָט די אַרמיי גענומען זיך באַנוצן מיט פּלאַסטיק־קוילן, נישט מיט לעבעדיקע קוילן; און נאָכדעם זענען געקומען גומי און פֿאַרבן־קוילן. אָבער עס האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אונטערצודריקן די "אינטיפֿאַדע" און זי האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער שטעט און דערפֿער פֿונעם מערבֿ־ברעג.

אין יאָר 1988 איז די "אינטיפֿאַדע" אָנגע­גאַנגען ווײַטער און צענדליקער פּאַלעסטינער זענען דערהרגעט געוואָרן יעדן חודש. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער "אינטיפֿאַדע" האָבן גוט אויסגענוצט די קראַפֿט פֿון פֿאָטאָגראַפֿירטן בילד, און די אינטערנאַציאָנאַלע טעלעוויזיע־קאַנאַלן האָבן באַקומען "הייסע" מאַטעריאַלן פֿון די שווערע קאָנפֿראָנטאַציעס צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. אין נאָוועמבער 1988 זענען פֿאָרגעקומען אין ישׂראל וואַלן און עס איז געשאַפֿן געוואָרן אַ נײַע רעגירונג פֿון נאַציאָנאַלער אייניקייט. יצחק שמיר איז גע­וואָרן פּרעמיער־מיניסטער, און יצחק ראַבין — זיכערהייט־מיניסטער. די רעגירונג האָט באַשלאָסן אָנצונעמען אַ שטאַרקע האַנט קעגן דער "אינטיפֿאַדע" און יצחק ראַבין האָט דער­קלערט: "מיר וועלן אײַנפֿירן אָרדענונג אויף די טעריטאָריעס, אַפֿילו אויב עס וועט די פּאַלעסטינער ווייטאָן. מיר וועלן זיי צעברעכן די הענט און פֿיס".

אָבער די אומרוען זענען געוואָרן נאָך שטאַרקער. די פּאַלעסטינער האָבן אויפֿגע­שטעלט צוימען, געברענט גומי־רייפֿן, זיך באַ­נוצט מיט מעסערס, העק און האַנט־גראַנאַטן, מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל און ביקסן, אָנגע­הויבן מיט אַקטן קעגן די ישׂראלדיקע קאָלאַ­באָראַטאָרן, אמתע אָדער אויסגעטראַכטע. 90 פּאַלעסטינער זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן. ביז דער קאָנפֿערענץ אין מאַדריד דעם 31סטן אָקטאָבער 1991, האָבן די פּאַלעסטינער דורכ­געפֿירט מאַסן טעראָר־אַקטן; נאָך מאַדריד האָבן זיך אָנגעהויבן די זעלבסטמערדערישע אַקטן.

אין 1995, צום בײַשפּיל, זענען דערמאָרדעט געוואָרן אויפֿן קרייץ־וועג פֿון בית־ליד 18 סאָלדאַטן, 2 סאָלדאַטן־מיידלעך און אַ ציווי­לער. די אויפֿרײַסן האָבן דורכגעפֿירט 2 טעראָ­ריסטן־זעלבסטמערדער, פֿאַרשטעלט ווי ישׂראל­דיקע סאָלדאַטן, מיט אַן אינטערוואַל פֿון מינוטן. עס זענען געוואָרן פֿאַרוווּנדעט 52 סאָלדאַטן און 8 ציווילע. ישׂראל האָט געהאַט אין דער "אינטיפֿאַדע" 278 דערהרגעטע און 1,259 פֿאַרוווּנדעטע; און די פּאַלעסטינער — 1,593 דערהרגעטע. אין ישׂראל האָט זיך גע­שטאַרקט דאָס געפֿיל, אַז די רעגירונג וועט נישט מצליח זײַן צו אונטערדריקן די "אינטיפֿאַדע" מיט כּוח. פֿון דער אַנדער זײַט, האָט בײַ די פּאַלעסטינער געשטאַרקט זיך דער באַגער פֿון אויפֿשטעלן אַ נאַציאָנאַלע אומאָפּהענגיקייט, ווי אויך אַ דערמוטיקונג און אָנערקענונג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער געמיינדע. אויך אין ישׂראל איז טיפֿער געוואָרן די אינערלעכע דיסקוסיע וועגן דער גערעכטיקייט פֿון די פּאַלעסטינער פֿאַרלאַנגען.

דאָס געפֿיל איז געווען, אַז אויב מיר ווילן נישט פֿאַרוואַנדלען מדינת־ישׂראל אין אַ פּאָליציי־מדינה און אונטערדריקן מיליאָנען פּאַלעסטינער — פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, אויב מיר ווילן נישט פֿאַר­וואַנדלען ישׂראל אין אַ בי־נאַציאָנאַלער מדינה, מיט 50% אַראַבער — מוזן מיר זיך פֿון זיי אָפּשיידן. דאָס האָט צום סוף געבראַכט ביידע צדדים קיין אָסלאָ. מיט די אָסלאָ־אָפּמאַכן אין סעפּטעמבער 1993, האָט זיך געענדיקט די ערשטע "אינטיפֿאַדע". אָבער דעם 28סטן סעפּ­טעמבער 2000 איז אויסגעבראָכן די צווייטע "אינטיפֿאַדע", די אַזוי גערופֿענע "אַל־אַקסאַ אינטיפֿאַדע", וועלכע האָט כּמעט צעשטערט די אָסלאָ־אָפּמאַכן.

דער תּירוץ פֿאַרן אויסברוך פֿון דער "אַל־אַקסאַ אינטיפֿאַדע" איז געווען דער באַזוך פֿון אַריאל שרון, דער דעמאָלטיקער פֿירער פֿון דער אָפּאָזיציע אין מדינת־ישׂראל, אויפֿן באַרג פֿונעם בית־המקדש. אָבער די אמתע סיבה איז געווען דער דורכפֿאַל פֿון די אונטערהאַנדלונגען אין קעמפּ־דייוויד אין יולי 2000 צווישן פּרעמיער־מיניסטער אהוד ברק און יאַסיר אַראַפֿאַט. די פּאַלעסטינער האָבן געטענהט, אַז ברקס פֿאָרשלאָגן זײַנען נישט געווען קיין ערנסטע און האָבן נישט געלייזט די וועזנטלעכע פּראָבלעמען פֿונעם קאָנפֿליקט, ווי צום בײַשפּיל, די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים. דער אַמעריקאַ­נער פּרעזידענט, ביל קלינטאָן, האָט געשטיצט ישׂראלס פּאָזיציע, אַז אַראַפֿאַט איז דער שולדי­קער אינעם דורכפֿאַל פֿון די אונטערהאַנדלונגען. לויט אימאַט אַל־פֿאַלודזשי, אַ פּאַלעסטנער מיניסטער, האָט מען אָנגעהויבן צו פּלאַנירן די "אַל־אַקסאַ אינטיפֿאַדע" גלײַך נאָכן דורכ­פֿאַל פֿון די קעמפּ־דייוויד אונטערהאַנדלונגען, צווישן 12טן און 25סטן יולי, אַ סך פֿריִער, איידער אַריאל שרון איז אַרויף אויפֿן באַרג. ישׂראלס צוריקציִען זיך פֿון לבֿנון אין מײַ 2000 האָט דערצו בײַגעטראָגן.

אַן אויסגעשפּראָכענע כאַראַקטעריסטיק פֿון דער "אַל־אַקסאַ אינטיפֿאַדע" איז געווען דאָס ברייטע באַנוצן זיך מיט זעלבסטמערדער. שוין אין די ערשטע טעג פֿון דער "אַל־אַקסאַ אינטיפֿאַדע" זענען פֿאָרגעקומען אומרוען אין ישׂראל גופֿא, וועלכע מען האָט אָנגערופֿן "די געשעענישן פֿון אָקטאָבער 2000". ישׂראל­דיקע אַראַבער האָבן געשאַפֿן צוימען, בלאָ­קירט שאָסייען און אָרגאַניזירט דעמאָנסטראַ­ציעס לעבן די אַראַבישע ייִשובֿים. זיי האָבן אונטערגעצונדן וועלדער און געזעלשאַפֿטלע­כע בנינים; געוואָרפֿן שטיינער און אָנצינדונג־פֿלעשער קעגן דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, וועלכע האָט רעאַגירט מיט גומי־קוילן קעגן די דעמאָנסטראַנטן. אין די דאָזיקע צוזאַמענ­שטויסן זענען דערהרגעט געוואָרן 12 ישׂראלדיקע אַראַבער און איין פּאַלעסטינער.

די אַראַבער האָבן געפֿאָדערט צו שאַפֿן אַ מלוכישע אויספֿאָרשונג־קאָמיסיע, און די רעגירונג האָט מסכּים געווען. בראָש פֿון דער קאָמיסיע איז געשטאַנען דער ריכטער טעאָדאָר אור און אין אירע אויספֿאָרשונג־רעזולטאַטן האָט די קאָמיסיע קריטיקירט מיניסטאָרן און פּאָליציי־אָפֿיצירן. דערווײַל האָט זיך געביטן די רעגירונג און די קריטי­קירטע מיניסטאָרן זענען דאָרט מער נישט געווען.

די טעראָר־אַקטן אין ניו־יאָרק און וואַשינג­טאָן דעם 11טן סעפּטעמבער 2001 האָבן געשטאַרקט די פֿאַרשטענדעניש פֿון דער וועלט, וואָס ישׂראל פֿירט קעגן דעם טעראָר, און דאָס האָט דערמעגלעכט ישׂראל אָנצונעמען אַ מער קאָנסעקווענטע שטעלונג קעגן דער "אינטיפֿאַדע".

אין יאָר 2003 האָט ישׂראל אָנגהויבן בויען דעם "צעשיידונג־צוים" צווישן די שטחים פֿון די פּאַלעסטינער און פֿון ישׂראל, כּדי צו פֿאַרקלענערן די מעגלעכקייטן פֿון די טעראָריסטן, זעלבסטמערדער, אַרײַנצודרינגען קיין ישׂראל. דעם 26סטן יוני 2003 איז דער­גרייכט געוואָרן אַ "הודנה", אַ וואָפֿנשטיל­שטאַנד, אָבער דעם 19טן אויגוסט איז די "הודנה" זיך צעפֿאַלן מיטן אַטאַק פֿון די פּאַלעסטינער אויפֿן אויטאָבוס נומער 2 אין ירושלים, וואָס האָט געבראַכט 23 דערהרגעטע, צווישן זיי — 7 קינדער — און 130 פֿאַרוווּנ­דיקטע. דעם 4טן אָקטאָבער 2003, האָט דער "איסלאַמישער דזשיהאַד" דורכגעפֿירט אַ זעלבסטמאָרד־אַטאַק אין רעסטאָראַן "מאַק­סים" אין חיפֿה און דערמאָרדעט 21.

ישׂראל האָט באַנײַט די פּאָליטיק פֿון "לאָקאַלע ליקווידירונגען" און האָט ליקווי­דירט ס׳רובֿ פֿירער פֿון "כאַמאַס" און דעם "איסלאַמישן דזשיהאַד" אין חבֿרון, פֿון וואַ­נען עס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דער אַטאַק אויפֿן אויטאָבוס אין ירושלים. אין פֿאַרלויף פֿון 2004 איז די צאָל ישׂראלדיקע קרבנות פֿאַרקלענערט געוואָרן מיט 45%.

(סוף אין קומענדיקן נומער)