פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סוף סעפּטעמבער האָבן די ענגלישע אַקאַדעמיקער געמאָלדן, אַז זיי אַנולירן זייער בויקאָט קעגן ישׂראל, צו וועלכן עס האָט זיך אויך געהאַט אָנגעשלאָסן דער ענגלישער פֿאַרבאַנד פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אַר­בעטער "יוניסאָן". זיי האָבן דערקלערט דעם בויקאָט, וויסנדיק גוט דעם אמת, אַז אין טשעטשניע האָט רוסלאַנד ליקווידירט צענדליקער טויזנטער מוסולמענער; עס זײַנען אַפֿילו דאָ אַזעלכע וואָס רעדן וועגן הונדערטער טויזנטער; פּונקט ווי זיי ווייסן, אַז די ישׂראל־אַרמיי איז העכסט הומאַניש, אין פֿאַרגלײַך צו דער רוסישער.

זיי ווייסן, אַז די ענגלישע סאָלדאַטן אין באַסראַ אין איראַק און די אַמעריקאַנער אַרמיי אין באַגדאַד באַציִען זיך צו דער באַ­פֿעלקערונג מיט אַ סך ווייניקער הומאַניזם, ווי די ישׂראל־סאָלדאַטן צו דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג. זיי ווייסן, אַז דער סירישער רעזשים אונטערדריקט אויף אַ ברוטאַלן אופֿן די קורדישע מינדערהייט און אַרעס­טירט יעדן אינטעלעקטואַל וואָס וואַגט צו עפֿענען דאָס מויל קעגן דעם רעזשים. און נישט געקוקט אויף דעם, האָבן זיי באַשלאָסן צו בויקאָטירן דווקא ישׂראל, און נישט רוסלאַנד, ענגלאַנד, אַמעריקע אָדער סיריע. פֿאַרוואָס? ווײַל מיר זענען ווידער עדות ווי עס חזרט זיך איבער די היסטאָרישע פֿאַר­דאָרבענע דערשײַנונג פֿון טאָפּלטן סטאַנ­דאַרט: איינער — פֿאַר דער גאַנצער וועלט, און דער צווייטער — אַ ראַסיסטישער סטאַנ­דאַרט — בלויז פֿאַר די ייִדן.

די היפּאָקריטסווע בושעוועט, און זי האָט גאָרנישט צו טאָן נישט מיט מאָראַל און נישט מיט מענטשנרעכט. אויב מאָראַל וואָלט געווען די סיבה, וואָלטן די ענגלישע לעקטאָרן געווידמעט אַ סך מער ענערגיעס צו דעם, וואָס עס פּאַסירט אין דאַרפֿור, אָדער סודאַן, ווי צו די פּאַלעסטינער. די ענג­לישע לעקטאָרן אינטערעסירט דער נאַפֿט און דעריבער בויקאָטירן זיי נישט סאַודיע, וווּ די אונטערדריקונג פֿון די פֿרויען איז אַ סך אַ גרעסערע ווי פֿון די פּאַלעסטינער. דער­פֿאַר בויקאָטירן זיי נישט סודאַן, וווּ די מוסול­מענישע אַראַבער האָבן דערמאָרדעט צענד­ליקער טויזנטער שוואַרצע מוסולמענער; דורכגעפֿירט ממש אַ גענאָסיד, און געשאַפֿן מיליאָנען פּליטים.

ישׂראל איז נישט געווען באַזאָרגט מיט די פֿאַרלוסטן, וואָס דער בויקאָט וועט איר אָנטאָן; עס זענען שוין געווען ענלעכע פּרוּוון אין דער פֿאַרגאַנגענהייט אויך און זיי האָבן אונדז קיין גרויסע צרות נישט גע­בראַכט. אָבער וואָס עס פֿאַרדריסט באמת, איז די חוצפּה צו באַשולדיקן אין ראַסיסטי­שער אויפֿפֿירונג אונדז, די ייִדן, וועלכע זע­נען געווען די שטענדיקע קרבנות פֿון ראַסיזם.

אַ מוסולמענישער אימאַם אין לאָנדאָן האַט דערקלערט: "איך וויל ענגלאַנד זאָל ווערן מוסולמעניש. איך וויל זען די פֿאָן פֿון איסלאַם פֿלאַטערן אויף דאַונינג סטריט 10". און אפֿשר איז עס אַפֿילו נישט קיין צופֿאַל, אַז דער נײַער בלוט־בילבול פֿון 21סטן יאָר­הונדערט פּאַסירט אין ענגלאַנד, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען דער ערשטער אַנטי־ייִדישער בלוט־בילבול אין מיטל־עלטער, אין יאָר 1149, אין דער שטאָט נאָרוויטש, פֿון וועלכן עס האָבן זיך אַנטוויקלט די בלוט־בילבולים אין פֿאַרשיידענע לענדער.

אָן צווייפֿל, אַז די אויפֿפֿירונג פֿון די ענגלישע לעקטאָרן איז נאָך אַן אויסדרוק פֿון זיך אונטערגעבן דעם מוסולמענישן שאַנטאַזש. לויט דער ענגלישער צײַטונג "גאַרדיאַן", זענען פֿאַראַן שולן אין ענגלאַנד, וואָס שליסן אויס פֿון זייערע לערן־ביכער פֿון היסטאָריע די חורבן־טעמע אין אייראָפּע "כּדי נישט צו באַליידיקן מוסולמענישע שילער, וועלכע הערן וועגן דעם אין זייערע הײַזער, קהילות און מעטשעטן גאָר אַן אַנדער ווערסיע".

עס זענען פֿאַראַן לערער, וואָס ווילן נישט דערמאָנען די אַנטי־ייִדישע גרויזאַמ­קייטן "כּדי נישט אויפֿצורעגן די מוסולמעני­שע שילער, וואָס האַלטן זיך בײַ דער מיינונג, אַז דער חורבן איז בכלל נישט פֿאָר­געקומען". שולן און לערער האָבן מורא זיך קעגנצושטעלן דער מסוכּנדיקער מוסולמעני­שער ליגנערײַ און באַשליסן בעסער צו שווײַגן. דערמיט לאָזן די לערער און שולן די מוסולמענישע סטודענטן לעבן אין זייער פֿאָראורטייל. מיט דער דאָזיקער אויפֿפֿירונג, זענען די שולן און לערערס גורם — אין נאָמען פֿון פּאָליטישער פּינקטלעכקייט — דעם וווּקס פֿון ראַסיזם, אומטאָלעראַנץ און שׂינאה, אָנשטאָט צו באַקעמפֿן די דאָזיקע דערשײַנונגען. וואָס עס איז ספּעציעל אוממעגלעך צו טאָלערירן, איז דער פֿאַקט, אַז די שולן און לערער האָבן באַשלאָסן זיך אונטערצוגעבן דעם מוסולמענישן שאַנטאַזש, אַפֿילו איידער די מוסולמענער האָבן עס פֿאַרלאַנגט. זיי האָבן פֿאַקטיש פֿרײַוויליק זיך אונטערגעגעבן און אַ סך מוסולמענער האַלטן, אַז אייראָפּע איז רײַף איבערצונעמען זייער גלויבן און לאָזן זיך באַהערשן.

ביז נישט לאַנג צוריק, האָבן די מאָדערנע דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿטן אַבסאָרבירט גרויסע צאָלן פֿון אימיגראַנטן דורכן פּראָצעס פֿון אַסימילאַציע אָדער קולטור־צופּאַסונג. די אימיגראַנטן זײַנען געקומען קיין אַמע­ריקע, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך צוליב דער שטאַנדהאַפֿטיקייט פֿון דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט, איר פֿרײַהייט און אַ העכערן מאַטעריעלן ניוואָ, און האָבן זיך צו דעם לעבן צוגעפּאַסט.

הײַנט מוזן פֿרײַע געזעלשאַפֿטן אין מערבֿ זיך צופּאַסן צו דעם, וואָס עס ווערט געפּרעדיקט אין די מעטשעטן. דער לאָנדאָ­נער "טײַמס" האָט באַריכטעט, אַז לויט אַן אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָליציי, שטייען אין שפּיץ פֿון 600 פֿון די 1,350 מעטשעטן אין ענגלאַנד, מיטגלידער פֿון אַן עקסטרעמער מוסולמענישער סעקטע, וואָס איינער פֿון אירע פֿירער, אַ געוויסער ריאַד אַל־כאַק, האָט לעצטנס דערקלערט, אַז די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון אַן ענגלישן מוסולמענער מיט אַ ייִד אָדער מיט אַ קריסט, "מאַכן חוזק פֿון אַללאַ".

וואָס די שולן אין ענגלאַנד טוען, איז פֿאַקטיש אַ דערקלערונג פֿאַר די תּלמידים זיי זאָלן שווײַגן און טאָן בלויז דאָס וואָס די מולאַס פּרעדיקן. די מוסולמענישע פֿרויען, וואָס ווילן נישט טראָגן די טראַדיציאָנעלע אָנטועכץ, קענען נישט דערוואַרטן קיין הילף פֿון דער ענגלישער געזעלשאַפֿט און דאָס פֿאַרמישפּט זיי פֿאַקטיש צו ווערן פֿאַרשלאָסן אין אַן אינטעלעקטועלער און דערציִונג־געטאָ. און וואָס עס איז אפֿשר ערגער פֿון אַלץ איז די פּאַסיווקייט, מיט וועל­כער די אייראָפּעער זענען מוחל און איגנאָ­רירן די גרויזאַמע ענדערונגען קעגן זייערע טײַערסטע און וועזנטלעכע פֿרײַהייטן.

הײַנט לעבן שוין אין אייראָפּע 50 מיליאָן מוסולמענער, און אין 20 יאָר אַרום וועלן זיי ווערן דאָפּלט. מען זאָגט פֿאָרויס, אַז ביזן יאָר 2025 וועלן אַ דריטל אייראָפּעער געבוירן ווערן אין מוסולמענישע פֿאַמיליעס. לויטן לאָנדאָנער "טײַמס", וועט ביזן סוף פֿון יאָר 2007 דער נאָמען "מוכאַמעד" זײַן דער אַממערסטן פֿאַרשפּרייטער אין ענגלאַנד. עס איז שוין הײַנט אַזוי אין אַמסטערדאַם, ראָטערדאַם און בריסל. דאָס באַווײַזט סײַ די וואַקסנדיקע מוסולמענישע אימיגראַציע אין אייראָפּע און סײַ דעם הויכן געבורט־צוּוווּקס צווישן די מוסולמענער. אַ דײַטשער שרײַבער, הענרי בראָדער, האָט פּובליקירט אַן אַרטיקל אין אַ האָלענדישער צײַטונג, אין וועלכן ער רופֿט די יונגע אייראָפּעער, וואָס האָבן ליב פֿרײַהייט, צו עמיגרירן קיין אויסטראַליע און ניו־זילאַנד, ווײַל אין 20 יאָר אַרום וועט אייראָפּע נישט עקזיסטירן.

אייראָפּע רעאַגירט אויפֿן דעמאָנסטרירטן טעראָר, אָבער זי האָט מורא זיך צו פֿאַר­מעסטן מיט די אידעאָלאָגישע און אָרגאַ­ניזאַציאָנעלע וואָרצלען פֿון טעראָר. צווישן די מעסיקע מוסול­מענער, וואָס זענען קעגן טעראָר עקזיסטירט אויך אַ טאָפּלטער סטאַנדאַרט; עס זענען פֿאַראַן צווישן זיי אַזעלכע, וואָס אונטערשיידן צווישן "גוטן" טעראָר, וועל­כער דערלויבט צו מאָרדן ייִדן, און "שלעכטן" טעראָר, וואָס דראָט זייערע אייגע­נע לעבנס.

עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז אייראָפּע איז אַ שוואַכע, אַ פּחדנותדיקע און אַ צע­שפּאָלטענע. פּאָליטישע אַנאַליטיקער זעען אין דער נישט־געלונגענער מלחמה פֿון אַמע­ריקע אין איראַק און אין דעם דורכפֿאַל פֿון ישׂראל אין דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה וויכטיקע סיבות, וואָס שפּילן צו דעם מוסול­מענישן שאַנטאַזש. צווישן אַנ­דערן, ציטירן זיי פֿון ווינאָגראַדס באַריכט וועגן דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה און טענהן, אַז ווינאָגראַד האָט קלאָר באַצייכנט, ווי ווײַט די ישׂראלדיקע פֿירערשאַפֿט האָט נישט פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון געווי­נען די מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ". דער אמת אָבער איז, אַז די גאַנצע מוסולמענישע וועלט, נישט נאָר די אַראַבער, האָט נישט געקאָנט גלייבן, אַז די שטאַרקע ישׂראלדיקע אַרמיי, וואָס האָט צעשלאָגן אַלע אַראַבישע אַרמייען אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און כּמעט אָקופּירט קאַיִר און דמשׂק, איז נישט געווען בכּוח צו באַזיגן די קליינע אַרמיי פֿון "כעז­באָלאַ". דעריבער האַלטן די מוסולמענער, אַז דער איצטיקער דור ישׂראלים קען באַזיגט ווערן.

די מוסולמענער זעען די זאַכן אַזוי ווי זיי ווילן זיי זען; דעריבער, דער דורכפֿאַל פֿון די אַמעריקאַנער אין איראַק און ישׂראל אין לבֿנון, שטאַרקט זייער איבערצײַגונג, אַז נישט נאָר ישׂראל — נאָר דער גאַנצער מערבֿ קען באַזיגט ווערן. און אַזוי ווי מיליאָנען פֿון זיי זענען גרייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר "אַללאַ", זענען זיי זיכער אין זייער זיג און זיי פֿאַרשטאַרקן זייער שאַנטאַזש פֿון טאָג צו טאָג. די אַמעריקאַנער וועלן פֿריִער צי שפּעטער פֿאַרלאָזן איראַק און וועלן עס דערמיט אונטערטראָגן איראַן אויף אַ זילבערנעם טעלער; איראַן וועט דערשײַנען נישט נאָר מיט איר אַטאָמישן כּוח, נאָר אויך מיט אירע טויזנטער זעלבסטמערדער און 5,000 אינטערנעץ־פּונקטן, וווּ עס ווערן מאָ­ביליזירט יונגע מוסולמענער זעלבסטמער­דער. יעדער זעלבסטמערדער איז נישט וויי­ני­קער געפֿערלעך, ווי אַן אַטאָמישע באָמבע, האָט זיך אויסגעדריקט אַן אַמעריקאַנער וואָרטזאָגער. די אַמעריקאַנער און אייראָפּעער האָבן נישט קיין מיטלען זיך צו שיצן קעגן דעם סאָרט סכּנה.

אָבער די פּראָבלעם פֿונעם מוסולמענישן שאַנטאַזש קומט נישט בלויז פֿון איראַן; זי קריכט אַרויס פֿון די באַלקאַנען, קאַווקאַז, צפֿון־אַפֿריקע, מיטעלן מיזרח, צענטראַל־ און דרום־אַזיע, באָסניע, טשעטשניע, אַל­זשיר, עזה, דרום־לבֿנון, אַפֿגאַניסטאַן און קאַשמיר. אין די אַלע פּלעצער ווערט געהערט דער געשריי פֿון די מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן "אלאַהו־אַכבאַר" — גאָט איז גרויס.

יעדער איינער פֿון די דערמאָנטע פּלע­צער האָט זײַן אייגענעם היסטאָרישן, עטנישן און פּאָליטישן קאָנטעקסט, אָבער דעם געמיינזאַמען קנויט פֿון דערקלערן זייער אידענטיטעט און פּאָליטישן ציל קעגן די נישט־מוסולמענישע רעזשימען. מיר האָבן די בײַשפּילן פֿון מו­סול­מענער קעגן נישט־מוסולמענער: קעגן סערבן אין באָסניע, קעגן רוסן אין טשעטש­ניע, קעגן ישׂראלים אין מיטעלן מיזרח און קעגן הינדו אין קאַשמיר. אָבער מיר האָבן אויך די בײַשפּילן פֿון מוסולמענער קעגן מוסולמענער: אין אַלזשיר, עגיפּטן, סאַודיע, איראַק און איראַן.

עקספּערטן פֿון איסלאַם הערן נישט אויף צו טענהן, אַז איסלאַם איז א רעליגיע פֿון שלום און אַז דער גרעסטער טייל פֿון די מוסולמענער וויל לעבן אין שלום. דאָס קען זײַן ריכטיק, אָבער עס איז אויך אַ פֿאַקט, אַז אין דער איצטיקער שעה הערשן אין איסלאַם די פֿאַנאַטיקער. זיי דעמאָנסטרירן, זיי דערמאָרדן קריסטן אין אַפֿריקע און נעמען איבער ביסלעכווײַז די הערשאַפֿט איבער דעם קאָנטינענט. זיי באַהערשן אַ מעטשעט נאָך אַ מעטשעט און אָרגאַניזירן טעראָר־אַקטיוויטעטן אויף דער וועלט, און די "שווײַגנדיקע מערהייט" — שווײַגט.

פֿאַרן אָפּשיקן דעם אַרטיקל אין דער רעדאַקציע דורך אַ בליץ־בריוול האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויפֿן אינטערנעץ אין אַן אַרטיקל פֿון אַ שפּאַנישן זשורנאַליסט און געוויסע אויסצוגן פֿון זײַן אַרטיקל פּאַסן זיך אַרײַן צו פֿאַרענדיקן מײַן אַרטיקל. סע­באַסטיאַן ווילאַר ראָדריגעז שרײַבט, צווישן אַנדערן: "שפּאַצירנדיק אין די גאַסן פֿון באַרצעלאָנאַ, האָב איך פּלוצלינג אַנטדעקט אַ געפֿערלעכן אמת — אייראָפּע איז געשטאָרבן אין אוישוויץ. מיר האָבן דערמאָרדעט 6 מיליאָן ייִדן און זיי אויסגעביטן אויף 20 מיליאָן מוסולמענער.

"אין אוישוויץ האָבן מיר פֿאַרברענט קולטור, געדאַנק, שאַפֿונג, טאַלאַנט. מיר האָבן ליקווידירט דאָס ׳אויסדערוויילטע פֿאָלק׳, וואָס האָט געשאַפֿן גרויסע פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן געענדערט די וועלט. און כּדי צו באַווײַזן, אַז מיר זענען נישט קיין ראַסיסטן, האָבן מיר געעפֿנט אונדזערע טויערן פֿאַר 20 מיליאָן מוסולמענער, וואָס האָבן געבראַכט אויף אונדז טיפּשות, גראָב־יונגערישקייט, רעליגיעזן עקסטרעמיזם און אומטאָלעראַנץ; פֿאַרברעכן און אָרעמקייט, וואָס פֿליסט אַרויס פֿון זייער נישט וועלן אַרבעטן און אויסהאַלטן זייערע פֿאַמיליעס מיט כּבֿוד.

"זיי פֿאַרמאַכן זיך אין זייערע הײַזער, וואָס זיי האָבן באַקומען אומזיסט פֿון אונדזער רעגירונג און פּלאַנירן דאָרט מאָרד און פֿאַרניכטונג פֿון זייערע נאַיִווע גאַסט־געבער. און אַזוי האָבן מיר אויסגעביטן קולטור אויף פֿאַנאַטישן האַס, אינטעליגענץ אויף אָפּגעשטאַנענקייט און פֿאַראורטייל־מיינונגען. וואָס פֿאַר אַ גרויסן פֿעלער עס האָט געמאַכט די אומגליקלעכע אייראָפּע!"