‫פֿון רעדאַקציע

וואָס נענטער עס קומט דער טאָג פֿון דער שלום־קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער 15, אַלץ אומרויִקער ווערט אין ישׂראל און אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע — די צוויי הויפּט־באַטייליקטע, וואָס טאַקע צוליב זיי וויל דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט די דאָזיקע קאָנפֿערענץ צונויפֿרופֿן.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צפּורה שפּײַזמאַן אינעם פֿילם "ייִדיש טעאַטער — אַ ליבע־געשיכטע"

נאָוועמבער דעם 21סטן הײַנטיקס יאָר עפֿנט זיך אַ דאָקומענטאַר־פֿילם אין "טו־בוטס פּײַאָניר טיִייטער" (www.twoboots.com/pioneer/jewish.html) אונטערן טיטל: "ייִדיש טעאַטער — אַ ליבע־געשיכטע" (Yiddish Theater — a Love Story). דער פֿילם איז געווידמעט צפּורה שפּײַזמאַן, דער פֿאָלקסבינעס אַרטיסטישע דירעקטאָרין און אַקטריסע אַ קײַמא־לן פֿון 42 יאָר. דאָס איז אָבער איר לעצטער אויפֿטריט אין "גרינע פֿעלדער", וואָס זי האָט געשטעלט נאָך דעם ווי זי איז באַזײַטיקט געוואָרן פֿון דער "פֿאָלקס­בינע".

ליטעראַטור

דער פּאָעט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט אנדערע ליטעראַרישע זשאַנערן — זכרונות ("דורכן שפּאַקטיוו פֿון אַ זייגער־מאַכער", 2000), קריטיק ("בלאָע ווינקלען — איציק מאַנגער, לעבן, ליד און באַלאַדע", 2003) און פּראָזע (דער ראָמאַן "קרימעווע — אַן אַלטפֿרענקישע מעשׂה, 2005). אין זײַן נײַסטן ווערק — "דורך פֿאַררייכערטע שײַבלעך", 2007, איז ער ממשיך זײַן ביאָגראַפֿיע מיט קאַפּיטלעך פֿון זײַן לעבן נאָכן חורבן,

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סוף סעפּטעמבער האָבן די ענגלישע אַקאַדעמיקער געמאָלדן, אַז זיי אַנולירן זייער בויקאָט קעגן ישׂראל, צו וועלכן עס האָט זיך אויך געהאַט אָנגעשלאָסן דער ענגלישער פֿאַרבאַנד פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אַר­בעטער "יוניסאָן". זיי האָבן דערקלערט דעם בויקאָט, וויסנדיק גוט דעם אמת, אַז אין טשעטשניע האָט רוסלאַנד ליקווידירט צענדליקער טויזנטער מוסולמענער; עס זײַנען אַפֿילו דאָ אַזעלכע וואָס רעדן וועגן הונדערטער טויזנטער; פּונקט ווי זיי ווייסן, אַז די ישׂראל־אַרמיי איז העכסט הומאַניש, אין פֿאַרגלײַך צו דער רוסישער.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין משך פֿון אַ היפּש ביסל יאָרן האָט די וועלט פֿון שאָך איבערגעלעבט אַן ערנסטן קריזיס, ווען עס זײַנען געווען אַ פּאָר וועלט-טשעמפּיאָנען, און איינער האָט ניט אָנערקענט דעם צווייטן. איצט האָט זיך עס, דאַכט זיך, אויסגעסדרט, און דער טורניר אין מעקסיקע האָט, סוף-כּל-סוף, געגעבן אַן אָנערקענטן טשעמפּיאָן. דער נײַער וועלט-טשעמפּיאָן אין שאָך, וויסוואַנאַטאַן אַנאַנד, שטאַמט פֿון אינדיע. דאָס צווייטע אָרט אין דעם טורניר האָט פֿאַרנומען דער ישׂראלי באָריס געלפֿאַנד, און דאָס דריטע אָרט — וולאַדימיר קראַמניק, פֿון רוסלאַנד.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דער­ציילט, ווי די וועלט איז באַשטראָפֿט גע­וואָרן מיטן מבול, צוליב אוממאָראַלישקייט פֿון די מענטשן. ווי עס שטייט אין די מדרשים, פֿלעגן די בייזע פֿירער פֿון יענעם דור כּסדר באַרויבן די פּשוטע מענטשן און פֿאַרגוואַלדיקן זייערע ווײַבער. דער דור-המבול האָט זיך אויך באַצויגן מיט גוואַלד צו דער אַרומיקער נאַטור, און געצוווּנגען אַפֿילו חיות צו פֿירן זיך אויף אַן אומנאַ­טירלעכן שטייגער. אין דער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט איז געווען אָנגענומען, אַז די, וואָס האָבן מער כּוח, האָבן כּלומרשט רעכט צו דאָמינירן און טאָן כּל-מיני אַכזריות צו די שוואַכע.

מוזיק
פֿון מילאַ הויזמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ד״ר וולאַדימיר זאַק

דעם 13טן אויגוסט איז אין ניו־יאָרק ניפֿטר געוואָרן ד"ר וולאַדימיר זאַק, אַ פּראָ­מינענטער מוזיקאָלאָג און קאָמפּאָזיטאָר, אַ מחבר פֿון עטלעכע מאָנאָגראַפֿיעס; צווישן זיי פֿאַרנעמען אַ באַזונדער אָרט "שאָס­טאַקאָוויטש און ייִדן?" (ניו־יאָרק, 1997) און "וועגן די געזעץ־מעסיקייטן פֿון דער לידער־מעלאָדיק" (מאָסקווע, 1990).

ד"ר זאַקס לעבן און שאַפֿן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט אַ קאָמפּליצירטער און סתּירותדיקער געשיכטע פֿון דער סאָווע­טישער מוזיק נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.

ליטעראַטור
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אימרע קערטעש

"בײַ אָ-דעם אָפֿיציר איז פֿאַראַן אַ מין ליבע צום מיטמענטשן. אין די תּפֿיסות, אין די לאַגערן, אין אַנדערע אַזעלכע ערטער וועט זיך תּמיד געפֿינען אָט אַזאַ אָפֿיציר אָדער סערזשאַנט, וואָס וועט דיר אומקערן דאָס גלייבן אין לעבן, און אַפֿילו ווען ער פֿירט דיך שוין אויף צעשיסן, ווייסטו, אַז ער טוט עס נישט ווײַל סע פֿאַרשאַפֿט אים אַ גרויסע הנאה, נאָר ווײַל ער האָט נישט קיין ברירה".

ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'איז באַוווּסט, אַז שלום־יעקבֿ אַבראַ­מאָוויטשעס פּסעוודאָנים — מענדעלע מוכר־ספֿרים, איז אַ געביטענער. ווען ער האָט אין 1864 אַרײַנגעשיקט אין דער ערשטער ייִדישער צײַטונג "קול מבֿשר" (אָדעס, 1862—1873) זײַן ערשטלינג אויף ייִדיש: "דאָס קליינע מענטשעלע" (גע­דרוקט זיך, נומ' 45, נאָוועמבער 1864; נומ' 6, פֿעברואַר 1865), איז אויף דעם ווערק געווען אָנגעגעבן דער פּסעוודאָנים סענדערל מוכר־ספֿרים. דער רעדאַקטאָר פֿונעם וואָכנבלאַט, אַלכּסנדר צעדערבוים ( 1816—1893), האָבנדיק מורא, אַז מע וועט אים אָננעמען פֿאַרן מחבר פֿון דער שאַרפֿער סאַטירע אויפֿן קהל (סענדערל קלינגט דאָך ענלעך צו אַלכּסנדר),

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 55סטן יאָרצײַט

אין די 1970ער יאָרן האָט דער סאָוועטי­שער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר, עמיל גאָראָוועץ, געשאַפֿן מוזיק צום ליד פֿון לייב קוויטקאָ "אַן אַלטער ניגון". דאָס ליד פֿלעגט זײַן פֿרוי מאַרגאַריטאַ (מוסיע) פּאָלאַנסקאַיאַ אויך רעציטירן. עס איז געבויט אויף אַן אַלטער פֿאָלקס־מעשׂה, ווי אַ ייִד, אָנשטאָט צו קויפֿן זאַכן, קויפֿט ער אָפּ צוויי ניגונים, וואָס ער הערט אויפֿן וועג צום מאַרק. גאָראָוועצעס ליד איז רעקאָרדירט אויף דער פּלאַטע "איך בין אַ ייִד" צוזאַמען מיט אַנדערע לידער פֿון סאָוועטישע דיכטער. די ווערטער זײַנען:

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אַזוי געזעגנט מען זיך?

טײַערע חזנטע,

ס‘איז מיר אַלע מאָל שווער צו שליסן אַ באַציִונג מיט אַ ייִנגל. איך האָב איצט אַ חבֿר, ראָב, וואָס איז אַזוי שיין, אַזוי זיס, אַזוי גוט און אַזוי — נישט צוגעפּאַסט צו מיר! מיר זענען צוזאַמען שוין אַ חודש לאַנג. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אים דערציילט, אַז איך בין נישט זיכער, צי אונדזער באַציִונג וועט זיך אויסאַרבעטן. ער האָט מיר געענטפֿערט, אַז מע קען קיין מאָל נישט וויסן, אַז "אַלץ וואָס מיר קענען טאָן איז בעסער צו זיך באַקענען און אויסצוגעפֿינען".

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

מע קען דערקענען ווי באַליבט אַ ייִדיש מאכל איז, לויט דער צאָל נעמען. געוויקלט קרויט מיט פֿלייש איז איינס פֿון די מאכלים. מע רופֿט עס אויך האָלובצעס, האָלעשקעס, פּראַקעס און מסתּמא אויך מיט אַנדערע ווערטער. געוויינטלעך, קאָכט מען זיי אויס אין אַ זיס־און־זויערן פּאָמידאָרן־סאָוס.

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך באַשלאָסן אויסצופּרוּוון אַ נײַעם רע­צעפּט פֿאַר האָלעשקעס, אָן פֿלייש, און אָן צוקער.