ליטעראַטור

דער פּאָעט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט אנדערע ליטעראַרישע זשאַנערן — זכרונות ("דורכן שפּאַקטיוו פֿון אַ זייגער־מאַכער", 2000), קריטיק ("בלאָע ווינקלען — איציק מאַנגער, לעבן, ליד און באַלאַדע", 2003) און פּראָזע (דער ראָמאַן "קרימעווע — אַן אַלטפֿרענקישע מעשׂה, 2005). אין זײַן נײַסטן ווערק — "דורך פֿאַררייכערטע שײַבלעך", 2007, איז ער ממשיך זײַן ביאָגראַפֿיע מיט קאַפּיטלעך פֿון זײַן לעבן נאָכן חורבן, פֿון זײַן צוריקקער אַהיים קיין קימפּעלינג, בוקעווינע, מיט זײַנע טאַטע־מאַמע, ביז זײַן עליה קיין ישׂראל אין 1964, און זײַן מיטאַרבעט אין דער "גאָלדענער קייט".

שפּיגלבלאַטס פּראָזע איז אַן אויס­געטאָקטע, אַ פּרעציזע, און מע דערקענט אין דעם סטיל דעם פּאָעט וואָס איז געוואָרן אַ פּראָזע־שרײַבער — יעדעס וואָרט איז דורכגעטראַכט, מיט זײַן אָרט און צײַט. ער אַליין באַשרײַבט זײַן שרײַבן אין טערמינען פֿון זייגערמאַכערײַ, די מלאכה פֿון זײַן טאַטן —

"פּונקט ווי די ציינרעדלעך אין זייגער האַמעווען דעם אימפּעט פֿון דער ספּרוזשינע, האָב איך באַוויזן צו פֿאַרהאַלטן מײַן ׳דיכטערישן אימ­פּעט׳, און לײַטיש איבערזיפּן דעם שטראָם פֿון ווערטער, ביז ס‘איז אין דער זיפּ אַלץ ווייניקער געבליבן; אַ וואָרט אַ רענדל, און דאָס רענדל גופֿא צולייגן צום אויער, הערן דעם קלאַנג, און רײַבן אויפֿן פּרוּוושטיין, זען צי ס׳איז, חלילה, ניט פֿאַלש געמינצט" (זײַט 67).

אין זײַן אויסמאָלן די רעשיקע טעג נאָך דער מלחמה, ווען דער מחבר איז נאָך נישט געווען אַלט קיין צוואַנציק יאָר, הייבט ער אַרויס די פֿרייד און טרויער פֿון זײַן אין דער "היים". שפּיגלבלאַטס זוכעניש פֿאַר אַ היים, אָדער זײַן בענקעניש פֿאַר אַ היים איז אַ מאָטיוו, וואָס חזרט זיך איבער אינעם בוך. זײַן אַמביוואַלענץ צו די כּסדר בײַטנדיקע לאַנדשאַפֿטן אין זײַן לעבן פֿילט דער לייענער פֿון אָנהייב אָן.

אין די יאָרן, באַלד נאָך דער מלחמה זעט מען ווי דער שרײַבערישער עגאָ האָט זיך אויסגעפּיקט פֿון זײַן שאָלעכל, צו ערשט אויף רומעניש, און ערשט שפּעטער אויף ייִדיש. ווי באַקאַנט איז דער שפּראַכלעכער פּייסאַזש אין דער בוקעווינע געווען אַ קאָמפּליצירטער און עטלעכע שפּראַכן האָבן זיך פֿרײַ אויסגעמישט אויף דער גאַס און אין דער היים. אַ דאַנק אַן עקזעמפּלאַר פֿון שלום אַשס "אַ שטעטל", וואָס האָט אים אינספּירירט צו שרײַבן אויף ייִדיש, איז ער געגאַנגען אויף דעם וועג. נאָך אַשן האָט שפּיגלבלאַט זיך פֿאַרטיפֿט אין דער פּאָעזיע פֿון איציק מאַנגערן, און מאַנגער איז געבליבן זײַן מוזע אין דער פּאָעזיע.

אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט (לינקס) מיטן פֿאָרשער און פּאָעט עזרא פֿלײַשער
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט (לינקס) מיטן פֿאָרשער און פּאָעט עזרא פֿלײַשער

דאָס בילד פֿון דער נאָך־מלחמדיקער יוגנט אין זײַן שטעטל און דער וועג וואָס האָט געפֿירט אַרויס פֿון רו­מעניע, איז גע­וואַלדיק אינטערעסאַנט, און ווייניק באַקאַנט. אַ ביסל פֿרײַהייט האָט מען נאָך דעמאָלט געהאַט, און וויי­ניקער מורא פֿאַר די נאַציאָנאַליסטישע אַנ­טיסע­מיטן ווי אין פּוילן און אוקראַיִנער. האָבן זיך געיאַוועט ציוניסטישע שליחים און אַנדערע פּאָליטישע טוערס, טעאַטראַלן און קולטור־טוערס. אַרײַנגעפֿלאָכטן אין זײַן באַשרײַבונג פֿון דער סבֿיבֿה און במשך פֿונעם גאַנצן ווערק, באַקענט אונדז שפּיגל­בלאַט מיט זײַן אייגענער שאַפֿערי­שער בילדונג: וואָס ער האָט געלייענט, און וואָס האָט אים מאָטיווירט — רילקע, הײַנע, שטיינ­באַרג, ביאַליק, צווישן אַנ­דערע. שפּיגל­בלאַטס דורשט נאָך אַן אינ­טע­לעק­טועל און קינסטלעריש לעבן קען מען פֿאַר­שטיין, צוליב זײַנע "פֿאַרלוירענע יאָרן" בעת דער מלחמה — "נאָך אַלעמען זע­נען דאָך יענע יאָרן געבליבן אין מיר ווי נאַקעטע ווענט נאָך אַ שׂריפֿה" (ז׳ 60).

דעם שרײַבערס זכרונות פֿונעם ייִדישן קולטור־לעבן אין בוקאַרעשט פֿון די 1940ער ביז 1960ער יאָרן, די קאָמוניסטישע תּקופֿה, וואָס פֿאַרנעמט מער ווי אַ העלפֿט פֿונעם בוך, איז אַ צײַט וואָס ווערט גע­וויינטלעך באַהאַלטן אין אַ כמאַרע פֿון סודות. אַפֿילו שפּיגלבלאַט, אין זײַנע באַשרײַבונגען פֿון מענטשן, מיט וועלכע ער האָט זיך נאָענטער באַקענט, איז ער זיך מודה, אַז דאָס גאַנצע בילד פֿונעם מענטשן האָט ער אָפֿט נישט געקענט אויפֿכאַפּן. אין אזאַ צײַט און סבֿיבֿה פֿון פּחד האָבן די ייִדן אין דער רומענישער קרוינשטאָט דעמאָלט געלעבט. די פּאָליטישע דרוקן האָבן גורם געווען אַזאַ אומזיכערקייט, אַז זעלטן ווען האָט מען געקענט דערשפּירן אין עמעצן זײַנע אינעווייניקסטע געדאַנקען און כאַראַקטער. די אַרומנעמיקע מורא פֿילט זיך ביז שפּיגלבלאַט, סוף־כּל־סוף, נאָך פֿיל מאַטערניש, קומט אָן קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער אַרבעט עטלעכע יאָר פֿאַר אַ רומענישער צײַטונג, און דערנאָך — ווי דער רעדאַקציע־סעקרעטאַר פֿון דער "גאָלדענער קייט".

בפֿרט פֿאַר די לייענער, וואָס אינטערע­סירן זיך מיט דער ייִדישער קולטור־געשיכ­טע פֿון רומעניע נאָכן חורבן, איז דאָס בוך אַן אוצר. אַפֿילו ווען מע טרעפֿט זיך הײַנט מיט רומענישע ייִדן און שרײַבער, רעדן זיי נאָך אַלץ מיט רמזים און האַלב־ווערטער — אזוי אײַנגעוואָרצלט איז געבליבן דער ביטערער טעם פֿון יענער צײַט, ווען קיין צוטרוי איינער צום אַנדערן האָט מען נישט געהאַט.

שפּיגלבלאַטס וועג אין לעבן איז גע­ווען אַן עלנטער און אַ טענטאַטיווער; זײַן באַשלוס עולה צו זײַן, אַ געוואַלדיקער בראַווער אַקט אין יענער צײַט איז כּמעט דער איינציקער וויכטיקער באַשלוס, מיט וועלכן ער האָט אַליין באַשטימט זײַן גורל. עס האָט אים אָבער באַגלייט דורכן לעבן זײַן לײַדנשאַפֿט צו פּאָעזיע בפֿרט, און צו ליטעראַטור בכלל — דאָס האָט זײַן דאָליע אַ ביסל זיסער געמאַכט. אַזוי רירנדיק ווערן ציטירט די לידער פֿונעם מחבר, ווי אויך די לידער פֿון אַנדערע פּאָעטן, אַז דער לייענער ווערט ממש אָנגעשטעקט מיט זײַן התפּעלות פֿאַר ליטעראַטור אויף ייִדיש, רומעניש, דײַטש, העברעיִש. נישט ווייניקער וויכטיק איז דער פֿאַקט, וואָס שפּיגלבלאַט ניצט די לידער אויף אַ שאַפֿערישן אופֿן צו באַלײַכטן זײַן אינער­לעכן מצבֿ פֿאַרן לייענער, וווּ פּראָזע וואָלט נישט געטויגט.

סײַ מיט זײַן פּראָזע, סײַ מיט זײַן פּאָעזיע, ברענגט אונדז אַלכּסנדר שפּיגל­בלאַט אין זײַן ווערק זכרונות אַ בוך וואָס די גאַנצע הײַנטיקע לייענערשאַפֿט וואָלט זיך געדאַרפֿט מיט אים באַקענען.