- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָוועמבער דעם 21סטן הײַנטיקס יאָר עפֿנט זיך אַ דאָקומענטאַר־פֿילם אין "טו־בוטס פּײַאָניר טיִייטער" (www.twoboots.com/pioneer/jewish.html) אונטערן טיטל: "ייִדיש טעאַטער — אַ ליבע־געשיכטע" (Yiddish Theater — a Love Story). דער פֿילם איז געווידמעט צפּורה שפּײַזמאַן, דער פֿאָלקסבינעס אַרטיסטישע דירעקטאָרין און אַקטריסע אַ קײַמא־לן פֿון 42 יאָר. דאָס איז אָבער איר לעצטער אויפֿטריט אין "גרינע פֿעלדער", וואָס זי האָט געשטעלט נאָך דעם ווי זי איז באַזײַטיקט געוואָרן פֿון דער "פֿאָלקסבינע". דאָס מאָל האָט זי געשפּילט איר גרעסטע ראָלע — אין דער ראָלע פֿון צפּורה שפּײַזמאַן, פֿאַר וועלכער זי האָט זיך פֿאַרדינט אַן אויסצייכענונג. דער פֿילם־אונטערנעמער און רעזשיסאָר הייסט דן קציר (קאַציר) און דאָס איז זײַן צענטער פֿילם. אַלע זײַנע פֿילמען האָבן מצליח געווען, נאָר דער דאָזיקער פֿילם איז געבליבן שטעקן צווישן האַמער און קאָוואַדלע. דן שטאַמט אָפּ פֿון א פּראָמינענטער משפּחה אין ישׂראל. זײַן עלטער־פֿעטער איז געווען אפֿרים קציר, דער פֿערטער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל. פֿאַראַן אויך אַ קרובֿהשאַפֿט צווישן אים און ישׂראלס צווייטן פּרעמיער־מיניסטער, משה שרת — דאַכט זיך אַ נשקשהדיקער ייִחוס. איז דאָך גוט! ווײַזט זיך אויך אַרויס, אַז דן שטאַמט אָפּ פֿון אַ משפּחה, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט די ייִדישע שפּראַך מיט אַלע פֿעדעמלעך פֿון ציוניסטישן אידעאַל. און ער אַליין האָט זיך ערשט אָנגעשטויסן אין ייִדישן טעאַטער בײַ זײַן באַזוך אין ניו־יאָרק אין יאָר 2000. ער האָט זיך באַקענט מיט צפּורהן, אין אַ צײַט ווען זי האָט זיך געפּלאָגט און געמוטשעט אָנצוהאַלטן די רעשטלעך פֿון איר לעבן, איר קאַריערע און דאָס קאַפּיטל ייִדישע קולטור, וואָס האָט זיך געהאַלטן בײַם שליסן פֿאַר אַלעמען אין די אויגן. און אַז מען האַלט שוין דערבײַ, מוז איך זיך מודה זײַן, אַז בײַם סוף פֿונעם פֿילם האָב איך זיך באַגאָסן מיט הייסע טרערן. איך האָב געוויינט אויפֿן פֿאַרלוסט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, אויפֿן פֿאַרלוסט פֿון אַ גוטן ייִדישן קונסט־טעאַטער און אויפֿן פֿאַרלוסט פֿון אַ מענטש, וואָס האָט אײַנגעריסן וועלטן אָנצוהאַלטן זיך אין איר וועלט, וואָס איז צעוויקלט געוואָרן ווי דער פֿאָדעם פֿון איר לעבן. דן קציר דערציילט מיר, אַז ער האָט אַרויסגעשיקט צענדליקער קאָפּיעס פֿון זײַן פֿילם צו אַ מענגע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און קיין איינע פֿון זיי האָט נישט געוואָלט צולייגן קיין האַנט. ווי עס וואָלט געווען אַ קאָנספּיראַציע קעגן ייִדיש. ער האָט אויפֿגעקלערט, אַז ער האָט זיך קיין מאָל נישט געריכט אויף אַזאַ שׂינאה און זעלבסטהאַס און אומדרך־ארץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור מצד די ייִדישע רעדל־פֿירער. ווער עס האָט געהערט "ייִדיש", אַזוי האָט מען פֿאַר אים צוגעמאַכט די טיר און טויער. וואָס קומט דאָ פֿאָר?, האָט ער געוואָלט וויסן. און איך האָב נישט געוואָלט אויסשיטן די גרײַפּלעך פֿאַרן יונגן פֿאַכמאַן. דן האָט זיך צופֿעליק באַקענט מיט צפּורהן, וועלכע האָט אים באַקענט מיט זײַן ערשטער ייִדישער פּיעסע. ער דערציילט: "איך האָב אין לעבן נישט געזען קיין ייִדישע פּיעסע און גיי ריכט זיך, אַז איך וועל זיך אָנשטויסן אין אַ ייִדיש טעאַטער, וואָס קלאַמערט זיך נישט אונטערצוגיין. צפּורה האָט געשאַפֿן דאָס נײַע ייִדישע קונסט־טעאַטער אין עלטער פֿון 84 יאָר". צפּורה אַליין איז געווען אַ שווערלעכע פּאַרשוינטע — אײַנגעשפּאַרט, קעמפֿעריש און קלוג. זי האָט געקאָנט זײַן צוגעלאָזן, ליבלעך און פֿאַרשטענדלעך, און מיט אַ מינוט שפּעטער — זײַן פֿול מיט חשד. זי האָט אָבער געוווּסט, וווּ זי צילט און ווי אַזוי צוצוקומען דערצו. איך האָב מיט איר מיטגעאַרבעט צוויי יאָר צײַט אין דער "פֿאָלקסבינע", ווען זי האָט געשטעלט מײַן מוזיקאַלישע פּיעסע "שווער צו זײַן אַ ייִד", געבויט אויף שלום־עליכמס ווערק, מיט וווּנדערלעכער מוזיק וואָס ס׳האָט פֿאַרפֿאַסט בנימין שעכטער. פֿאַר מײַן צווייטער פּיעסע "די לודמירער מויד", האָט צפּורה נישט געזשאַלעוועט קיין געלט. זי האָט אָנגעשטעלט דעם דעקאָראַציע־מײַסטער פֿון קיראָוו־באַלעט, אַלעקסאַנדער סאָלאָדוכאָ, וועלכער האָט מסתּמא צוגעגרייט די שענסטע דעקאָראַציעס, וועלכע האָבן זיך געקאָנט פֿאַרגלײַכן מיט שלמה מיכאָעלסעס ייִדישן נאַציאָנאַלן קונסט־טעאַטער אין מאָסקווע. און די רעצענזיעס האָבן עס געלויבט. צפּורה איז געווען אין זיבעטן הימל. און ווען זי האָט אָנגעוווירן איר פּאָזיציע אין דער "פֿאָלקסבינע", האָט זי זיך נישט אונטערגעגעבן. זי האָט געדונגען דעם "מייזאָר־טעאַטער" אויף דער איסט־סײַד און דאָרט געשטעלט פּרץ הירשבײַנס "גרינע פֿעלדער". דער דאָקומענטאַר־פֿילם באַגלייט זי אין אַלע אירע שעפֿערישע און לעבנס־מאָמענטן, וווּ זי טענהט: "זיי קענען מיך נישט הרגענען! זיי וועלן נישט אַוועקנעמען פֿון מיר מײַן לעבן, מײַן וואַסער צום טרינקען, מײַן חלום. איך בין נישט אַלט. איך בין נאָך יונג און איך האָב נאָך עפּעס בײַצושטײַערן. און איר זאָלט וויסן, אַז היטלער האָט מיך נישט געקאָנט אָפּשטעלן, סטאַלינען איז נישט געלונגען מיך צו פֿאַרטיליקן, וועל איך קעמפֿן פֿאַר מײַן אָרט אין ייִדישן טעאַטער, און קיינער קען מיך נישט אָפּשטעלן. זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז איך מוז אָפּטרעטן, זיי ווילן יונגע מענטשן". דער אמת איז, אַז בײַ איר האָבן געשפּילט אַ סך יונגע מענטשן. זי האָט זיי באַהאַנדלט מיט רעספּעקט און אַ סך מאָל, מיט ליבשאַפֿט. מיט פֿערציק יאָר צוריק האָט צפּורה געשפּילט אין "בראָנקס עקספּרעס" מיט מײַן אַבֿרהמלען (אַבֿי), ווען ער איז אַלט געווען אַכט יאָר. און זי האָט זיך באַצויגן צו אים מיט גרויס ליבשאַפֿט און מאַמעשאַפֿט. דער פּראָדוצענט־מענעדזשער פֿון "די גרינע פֿעלדער", דוד ראָמעאָ, דערציילט, אַז ער איז געוואָרן פֿאַרכּישופֿט פֿון צפּורהן. דן קציר האָט צוגעגעבן אַ שטיקעלע געשיכטע פֿונעם ייִדישן גורל. ער האָט פֿילמירט דעם ייִדישן לינגוויסט און שפּראַך־וויסנשאַפֿטלער, וועלכער איז מסתּמא הײַנט צו טאָג דער איינציקער פֿון זײַן קאַליבער, פּראָפֿעסאָר דוד קאַץ: "דער ערשטער דור אימיגראַנטן איז געגאַנגען אין לעבן זייערע קינדער זאָלן מצליח זײַן אין אַמעריקע: נישט רעדן קיין ענגליש מיט אַ שמץ פֿון אַ ייִדישן אַקצענט, ווערן דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן. און די ווײַטערדיקע דורות האָבן גענומען קוקן אויף צוריק און זיך געשעמט. און ווי עס פֿירט זיך, אַ קולטור וואָס שליסט אונטער זיך די טיר טוט עס מיט הומאָר צוליב די ווערטער, דעם קלאַנג, די פֿראַזן. זיי אַלע האָבן אַ שײַכות מיטן קאָמישן אַלטן דור, וועלכער וועט בקרובֿ נישט זײַן. און ווי לאַנג וועט עס נעמען ביז עס וועט זײַן אַ פֿאַרגעסענע זאַך". דערווײַל זענען אַרויס וווּנדערלעכע רעצענזיעס אין דער "ניו־יאָרק טײַמס". מען האָט געלויבט צפּורהס "גרינע פֿעלדער" אין דער גאַנצער ענגלישער פּרעסע. אָבער קיין עולם האָט זיך נישט באַוויזן. איך האָב די פּיעסע געזען און ס׳איז געווען אויסגעהאַלטן און גוט געשפּילט. קיין עולם איז נישט געקומען ערשטנס, ווײַל דאָס טעאַטער איז געווען ווײַט פֿונעם צענטער שטאָט, ערגעץ אין הרי־חושך; קיינער האָט נישט געוווּסט ווי אַזוי צוצוקומען אַהין. צווייטנס, ס׳איז אויסגעבראָכן אַ שרעקלעכער שניי־שטורעם און מענטשן האָבן נישט געקאָנט קומען. דאָס אַלץ האָט צוגעגעבן צו דער שווערער מערכה פֿון דער פּיעסע. פֿעליקס פֿיביך, דער מאַן פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער באַלעט־קינסטלערין יהודית בערג, וועלכע האָט געטאַנצט אינעם פֿילם "דער דיבוק", און בײַ זײַן עלטער פֿון 85 שוין געהאַט אונטער זיך אַ גאַנצע פּלעיאַדע אויפֿטריטן, האָט זיך אונטערגענומען צו שפּילן מיט צפּורהן אין איר לעצטן אויפֿטריט. ער טענהט, אַז נישט איין מאָל האָט ער מיט איר געהאַט קאָנפֿליקטן, אַפֿילו געווען מיט איר ברוגז אַ געוויסע צײַט. אָבער ער האָט פֿאַר איר געהאַט דעם גרעסטן דרך־ארץ. ווײַל אויב עס וואָלט נישט געווען קיין צפּורה, וואָלט נישט געווען קיין ייִדיש טעאַטער אין ניו־יאָרק. ער איז איר אַלץ מוחל געווען צוליב איר אויסדויער און קראַפֿט אין אויפֿהאַלטן די "פֿאָלקסבינע" 42 יאָר. עס טרעטן אַרויס אינעם פֿילם יונגע חבֿרה, יונגע כּוחות זינגען און רעדן ייִדיש און יעדער פֿון זיי באַדויערט וואָס עס שליסט זיך דאָס ייִדישע טעאַטער מיט זיי צוזאַמען. נעמה סאַנדראָוו, די באַגאַבטע טעאַטער־עקספּערטין, איז אונטערן אײַנדרוק, אַז דער קלאַנג אין גאַס איז, אַז די ייִדישע שפּראַך געזעגנט זיך אָפּ, ווײַל עס איז די שפּראַך פֿון די מתים, פֿון די אומגעקומענע, בעת העברעיִש איז געוואָרן די שפּראַך פֿון מאַכט און געזונט. און ד״ר דוד קאַץ האַלט, אַז דער חורבן האָט אָפּגעווישט דעם נאַטירלעכן ייִדיש־רעדנדיקן עולם. נאָך דעם איז געקומען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט סטאַלינען בראָש, וועלכער האָט אָפּגעווישט די ייִדישע קולטור צוזאַמען מיט אירע שרײַבער און פּאָעטן. צום סוף האָט מדינת־ישׂראל געפֿירט אַ ברוטאַלע קאַמפּאַניע קעגן ייִדיש, בעת אין מערבֿ לעבן מיר איבער אַ מאַסיווע אַסימילאַציע, אַדאָפּטירנדיק ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. און אַזוי איז צוגעגאַנגען די אויסראָטונג פֿון מאַמע־לשון אויף אַ ריזיקן מאַשטאַב. זעענדיק דעם פֿילם האָט זיך אָפּגעשפּילט די אמתע טראַגעדיע פֿאַר מײַנע אויגן נישט נאָר פֿון אַ צפּורה שפּײַזמאַן נאָר פֿון איר גאַנצער וועלט, פֿון אונדזער גאַנצער וועלט. פֿון אונדזער זוכן אַ ווינקל וווּ צו טיילן זיך מיט דער שפּראַך און קולטור וואָס האָט זיך באַזעצט אין אונדזערע אינגעוויידן און לאָזט נישט צורו. דער פֿילם איז אַ פֿאָרהאַנג וואָס דעקט אויף די פּאַרמעטענע בלעטער פֿון אונדזער גורל, פֿון אונדזער שווײַגן און פֿאַרשווײַגן. פֿון אונדזער ביליקער פֿרייד אין קראָקע וווּ אַלדאָס ייִדישע איז טויט; און אין וואַרשע, וווּ מען שטעלט אַ חורבן־מוזיי פֿאַר די קדושים וואָס זײַנען געפֿאַלן אויף די וואַרשעווער גאַסן, אין טרעבלינקע און אוישוויץ. ייִדן פֿרייען זיך און פּליעסקען מיט די הענט בײַם הערן צום טויזנטסטן מאָל דאָס קלאַפּערגעצײַג פֿון די זעלבע כּלי־זמר־קאַפּעליעס וואָס זײַנען אַטראָפֿירט געוואָרן אין זייער מאַטעריאַל. מיר פֿרייען זיך מיט די ענגלישע דרשות פֿון די ראַבײַס און באַלעקן זיך מיט אַ פֿרעמדער קולטור. דער פֿילם פֿירט מיך אַרויס אויפֿן וועג, וווּ דער משולח איז געגאַנגען אינעם פֿילם "דער דיבוק". דער משולח האָט געוווּסט, אַז דאָ גייט פֿאָרקומען אַן אומרעכט און עמעצער וועט דאַרפֿן באַצאָלן. און באַצאָלט האָבן די יונגע חתן־כּלה, לאה און חנן — דער יונגער דור פֿאַר די זינד פֿון זייערע טאַטעס. צפּורה שפּײַזמאַן שפּילט אָפּ איר לעצטע און גלענצנדיקסטע ראָלע, איידער זי גייט אַוועק פֿון דער וועלט. זי האָט די ראָלע רעפּעטירט צענדליקער יאָרן בעת זי האָט אויף אירע פּלייצעס געשלעפּט די "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק. זי האָט דורכגעמאַכט דעם זעלבן גורל וואָס די ייִדישע שפּראַך האָט דורכגעמאַכט אין איר שלעפּן דעם ייִדישן גלות, די תּורה, די הייליקע ספֿרים, לשון־קודש, דעם ציוניזם און אַלע "איזמען" אונטער דער זון; ביז זי האָט זיי אַליין דערשלעפּט קיין ארץ־ישׂראל, וווּ מען האָט זי משלח געווען. ווי זאָגט דער נײַער איידעם אין איציק מאַנגערס פּאָעמע "חנהלע די יתומה"? "שווײַגער! איר קענט שוין גיין. מיר דאַרפֿן אײַך מער נישט האָבן". איך רעקאָמענדיר מיטן גאַנצן האַרצן די אַלע וואָס לייענען מײַן אַרטיקל — כאַפּט זיך אַריבער אינעם קינאָ וווּ עס וועט געוויזן ווערן דער פֿילם. די בילעטן זײַנען צו צען דאָלאַר און פֿאַר אַ גרופּע — זעקס און אַ האַלבן דאָלאַר. פֿאַראַן אַ טעלעפֿאָן: 3261־939־323־1 אָדער newlovefilms@gmail.com און למען השם, לאָזט נישט אַדורך די געלעגנהייט. |