וואָס נענטער עס קומט דער טאָג פֿון דער שלום־קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער 15, אַלץ אומרויִקער ווערט אין ישׂראל און אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע — די צוויי הויפּט־באַטייליקטע, וואָס טאַקע צוליב זיי וויל דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט די דאָזיקע קאָנפֿערענץ צונויפֿרופֿן.
זעט אויס, אַז עס איז שוין געוואָרן אַ מין מינהג, אַז בײַם סוף פֿון דער פּרעזידענטישער קאַריערע, האַלט דער באַלעבאָס פֿונעם "ווײַסן הויז" פֿאַר נייטיק מאַכן זײַן אייגענעם פּרוּוו אײַנצושטעלן שלום אינעם מיטעלן מיזרח, און דערמיט אַרײַנצושרײַבן זײַן אייגענעם נאָמען אינעם בוך פֿון וויכטיקע אויפֿטוענישן אינעם יאָרהונדערט.
אַזוי — "פֿאָרהאַנג־אָפּ" — איז געווען בײַם סוף פֿון קלינטאָנס ממשלה, און אַזוי קומט פֿאָר אויך איצט. קאָנדאָליזאַ רײַס, די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, דריקט אויף ביידע צדדים, אײַלט צו די פֿאַרהאַנדלונגען, קריכט פֿון די כּלים, אויסצופֿירן די "באַשטעלונגען" פֿון איר "באָס".
ווי באַוווּסט, טרעפֿן זיך אָלמערט און אַבאַס כּמעט יעדע וואָך. ס׳איז אָבער ווייניק באַוווּסט, וועגן וואָס עס גייען אָן די פֿאַרהאַנדלונגען. דאָס נישט וויסן רופֿט נאָך מער אַרויס פֿאַרשידענע קלאַנגען און רייד. אָט, למשל, האָט לעצטנס חיים רמון, נישט אַבי ווער, נאָר אַן אָנפֿאַרטרויטער מענטש בײַם פּרעמיער־מיניסטער, אַרויסגעזאָגט אַ געדאַנק, אַז ישׂראל דאַרף איבערגעבן דעם אַראַבישן טייל פֿון ירושלים אונטערן קאָנטראָל פֿון די פּאַלעסטינער.
נאָך נישט לאַנג צוריק פֿלעגט אהוד אָלמערט, אין דער צײַט ווען ער אַליין איז געווען אַן אָנפֿאַרטרויטער מענטש בײַם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער, אַריאל שרון, אַרויסגעברענגט קאָנטראָווערסאַלע געדאַנקען, וואָס, ווי די צײַט האָט געוויזן, פֿלעגן זיי זייער גיך פֿאַרשפּרייט ווערן אין דער געזעלשאַפֿט און שפּעטער זיך פֿאַרוואַנדלען אין מעשׂים.
איצט זעען מיר, אַז רמונס "געדאַנק" ווערט ברייט אַרומגערעדט אין דער ישׂראל־פּרעסע; עס געפֿינען זיך סײַ שטיצער און סײַ קעגנער פֿון צעטיילן ירושלים. און אויב מע רעדט שוין אומעטום, פֿאַר וואָס זאָל מען וועגן דעם נישט רעדן בײַ די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן אָלמערטן און אַבאַסן. נאָך מער, מ׳איז כּמעט זיכער, אַז מ׳האָט שוין דאָרט אַלץ אַרומגערעדט און באַשלאָסן; אַזוי אַז דער פּראָצענט פֿון "כּמעט" איז זייער אַ קליינער.
וואָס זשע בלײַבט, אויב מיט ירושלים האָט מען שוין "כּמעט" דערליידיקט? די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם פֿון די "פּאַלעסטינער פּליטים". די וואָס ווייסן אַ טאָלק אין דער הינטערקוליסן־שפּילערײַ טענהן אָבער, אַז אָלמערט און אַבאַס האָבן צווישן זיך אָפּגערעדט נישט אָנצורירן אין זייערע באַגעגענישן די דאָזיקע טעמע. געמיינט מסתּמא דערמיט, אַז די קרענקלעכע טעמע איז בעסער דערווײַל אָפּצושטופּן אויף להבא. בײַ אונדז, ייִדן, ווייסט מען אָבער גוט, אַז אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק איז אַ זיכערער טויט. צווישן זיך האָבן זיי טאַקע אָפּגערעדט נישט צו פֿאַרשאַפֿן איינער דעם אַנדערן עגמת־נפֿש, צי וועלן עס וועלן די אַראַבישע לענדער, וואָס באַטייליקן זיך אין בושס קאָנפֿערענץ דעם 15טן נאָוועמבער?
פֿאָר וואָס זשע איז מען אַזוי באַזאָרגט אין ישׂראל? טאַקע ווײַל מע ווייסט גוט, אַז פֿון אָסלאָ אָן ביז הײַנט זײַנען שוין געווען צוויי אינטיפֿאַדעס, וואָס האָבן אַוועקגעטראָגן אָנדערטהאַלבן טויזנט (!) ייִדן. די ישׂראלים האָבן אַ פֿאַרשאַרפֿטן חוש פֿאַר סכּנה, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן אינטערנאַציאָנאַלע שלום־איניציאַטיוון.
מע דאַרף געדענקען, אַז די מענטשן פֿונעם פּאַלעסטינער צד, וואָס פֿירן הײַנט די פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל, געהערן צו דער "אַלטער גוואַרדיע"; זיי זײַנען געווען די נאָענטע קאַמף־חבֿרים פֿון זייער פֿאַרשטאָרבענעם "ראַיִס", יאַסיר אַראַפֿאַט. זיי זײַנען אַוודאי ווײַטער אַוועק פֿון זייער פֿירער און לערער אויפֿן וועג פֿון פּראָגרעס מיט ישׂראל; ווי ווײַט קאָן אָבער פֿאַרשלעפּט ווערן די איצטיקע ישׂראל־רעגירונג בעת דער פֿאָרשטייענדיקער קאָנפֿערענץ? זי וועט אָדער מוזן אָנגיין מיט נײַע הנחות און ברייטע זשעסטן, אָדער... וועגן דעם וויל זיך אַפֿילו נישט טראַכטן.