פּובליציסטיק

אין משך פֿון אַ היפּש ביסל יאָרן האָט די וועלט פֿון שאָך איבערגעלעבט אַן ערנסטן קריזיס, ווען עס זײַנען געווען אַ פּאָר וועלט-טשעמפּיאָנען, און איינער האָט ניט אָנערקענט דעם צווייטן. איצט האָט זיך עס, דאַכט זיך, אויסגעסדרט, און דער טורניר אין מעקסיקע האָט, סוף-כּל-סוף, געגעבן אַן אָנערקענטן טשעמפּיאָן. דער נײַער וועלט-טשעמפּיאָן אין שאָך, וויסוואַנאַטאַן אַנאַנד, שטאַמט פֿון אינדיע. דאָס צווייטע אָרט אין דעם טורניר האָט פֿאַרנומען דער ישׂראלי באָריס געלפֿאַנד, און דאָס דריטע אָרט — וולאַדימיר קראַמניק, פֿון רוסלאַנד.

וויסוואַנאַטאַן אַנאַנד איז דער ערשטער אַזיאַטישער שאָך-שפּילער, וואָס טראָגט אַזאַ הויכן טיטל, און ער איז נאָר דער צווייטער ניט קיין מיזרח-אייראָפּעער, וואָס באַקומען עס אין די לעצטע זעכציק יאָר. דער ערשטער ניט קיין מיזרח-אייראָפּעער איז געווען דער עקסצענטרישער באָבי פֿישער. און נאָך איין אינטערעסאַנטן פּרט קען מען דאָ באַמערקן — דער אינדישער טשעמפּיאָן האָט פֿאַרנומען דאָס ערשטע אָרט אין דער ספּאָרטיווער וועלט, וווּ עס דאָמינירן טראַדיציאָנעל ייִדישע גראָסמײַסטערס.

די לעצטע יאָרן רעדט מען, בכלל, אַ סך וועגן אינדיש-ייִדישע פּאַראַלעלן, בפֿרט אין שײַכות מיט דעם אײַנדריקלעכן דערפֿאָלג פֿון דער אינדישער דיאַספּאָרע, אַ שטייגער, אין בריטאַ­ניע. אינדישע דאָקטוירים, אַדוואָ­קאַטן, ליטעראַטן און געשעפֿטס­לײַט שפּילן פֿירנדיקע ראָלעס אין פֿאַרשיידענע ספֿערעס פֿון בריטישן לעבן. זייער הצלחה דער­מאָנט דעם וועג, דורכגעמאַכט דורך מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן. אין ביידע פֿאַלן האָבן די קינדער פֿונעם ערשטן דור אָרעמע אימי­גראַנטן זיך אַרויפֿגעאַרבעט און פֿאַרנומען אָנזעעוודיקע ערטער אין דער געזעלשאַפֿט.

באַזונדערס מוסטערדיק איז דער גורל פֿון די טויזנטער אינדיער, וועלכע זײַנען מיט 35 יאָר צוריק געקומען קיין ענג­לאַנד פֿון אוגאַנדע. אין אוגאַנדע האָבן זיי מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם קאַפּיטאַליסטישן עלעמענט (אויך אַ "ייִדישע פֿונקציע" אין אַ סך ביז-קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿטן), און דאָס איז געווען ניט צום האַרצן אידי אַמינען, דעם "לעצטן שאָטישן קעניג" — לויטן נאָמען פֿון דעם פֿאַראַיאָריקן פֿילם וועגן דעם בלוטיקן דיקטאַטאָר. ער האָט געגעבן דער אַזיאַטישער (דער עיקר אינדישער) באַפֿעלקערונג 90 טעג אויף צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. די געשעפֿטן זייערע, די הײַזער, ווי אויך דאָס האָב-און-גוטס האָבן זיי געמוזט איבערלאָזן און אָנהייבן זייער לעבן פֿון גאָרנישט. קיין מזל-ברכה האָט עס די אוגאַנדער ניט געבראַכט, אָבער די פּלטים, הגם זיי זײַנען בדרך-כּלל געקומען אָן אַ פּרוטה, האָבן מיט זיך געבראַכט אַ סך בריהשקייט. עס האָט זיי שטאַרק געהאָלפֿן די ענגליש-שפּראַכיקע בילדונג, וועלכע זיי האָבן געהאַט. אין דעם זין איז זיי געווען גרינגער פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן.

די שפּראַך — ענגליש — שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דעם דערפֿאָלג פֿון דער אינדישער דיאַספּאָרע. עס גיט זיי אַ מעגלעכקייט אָן גרויסע לינגוויסטישע שוועריקייטן צו מיגרירן אין דער ריזיקער ענגליש-רעדנדיקער ציוויליזאַציע: בריטאַניע, אויסטראַליע, קאַנאַדע, און, פֿאַרשטייט זיך, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ עס וווינען הײַנט 2.4 אינדיער.

די "ניו-יאָרק טײַמס" האָט אָנהייב אָקטאָבער דערציילט, אַז די לעצטע צײַט נעמען די אַמעריקאַנער אינדיער איבער די ייִדישע דערפֿאַרונג בײַם אָרגאַניזירן דאָס קהילה-לעבן. סענדזשײַ פּורי, אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקייט צווישן די אַמעריקאַנער אינדיער, האָט געזאָגט: "ס׳איז זייער ממשותדיק דאָס, וואָס די ייִדישע קהילה האָט דערגרייכט אין פּאָליטיק. ס׳איז קלאָר, אַז מיטגלידער פֿונעם קאָנגרעס שענקען אַ סך אויפֿמערק די ענינים, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו ייִדן. מיר וועלן ניצן אונדזער אייגענעם מאָדעל צו דערגרייכן דעם ציל וואָס מיר שטעלן פֿאַר זיך, אָבער מיר וועלן האָבן אין זינען די ייִדישע דערפֿאַרונג."

אין אייניקע פֿאַלן ווערט די פֿאַרבינדונג צווישן אינדי­שע און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס רעאַליזירט דורך די אינדישע ייִדן, וועלכע פֿילן זיך באַקוועם אין ביידע סבֿיבֿות. לויט אַ ייִדישן מאָדעל פֿון פֿאַרבינדן אינטערעסן פֿון היימלאַנד (אַמעריקע) און פֿאָטערלאַנד (ישׂראל), לאָ­בירן די אַמעריקאַנער אינדיער געוויסע פּראָיעקטן לטובֿת אינדיע. למשל, פֿאַראַ­יאָרן האָבן אַ צאָל אַמעריקאַנער-אינדישע אָרגאַניזאַציעס זיך פֿאַראייניקט מיט פּאָליטישע אַקטיוויסטן אין אַ קאַמפּאַניע פֿון אויספּועלן בײַ דער אַמעריקאַנער רעגירונג אַ דערלוי­בעניש פֿאַר אינדיע צו קויפֿן קאָמפּאָנענטן און טעכנאָלאָגיעס פֿאַר דער אַנטוויק­לונג פֿון ציווילע נוקלעאַלע פּראָגראַמען.

הגם די רעליגיעזע סעקטערישקייט איז ניט זייער פּאָ­פּולער אין די באַציִונגען, וואָס עקזיסטירן צווישן די אינ­דישע און ייִדישע כּלל-טוער, פֿאַראייניקן זיי, פֿונדעסטוועגן, אויך די נאָענטקייט אין זייערע השקפֿות לגבי טעראָריזם און איסלאַם. פֿון אייניקע אינדישע אַקטיוויסטן, אָבער, קען מען הערן, אַז זיי און ייִדן האָבן דעם זעלבן שׂונא, דהײַנו: דעם מוסולמענישן טעראָריזם. די וואַקסנדיקע פֿרײַנדשאַפֿט צווישן ישׂראל און אינדיע — אַ פֿענאָמען פֿון דעם לעצטן יאָרצענדליק — איז אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר אין דער מיטאַרבעט פֿון ייִדישע און אינדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע.

גלײַכצײַטיק, זײַנען דאָ ניט ווייניק אינדיער, וועלכע זײַנען ניט צופֿרידן מיט אַזאַ פּאָזיציע. זיי איז מער צום האַרצן אַ צוגאַנג, וואָס צעטיילט ניט די אינדיער אויף הינדויִסטן און מוסולמענער. אייניקע אַזעלכע אַקטיוויסטן קאָאָרדינירן זייער אַרבעט מיט די ייִדישע סעקולערע קולטור-אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט אין קאַליפֿאָרניע.