ליטעראַטור
אימרע קערטעש
אימרע קערטעש

"בײַ אָ-דעם אָפֿיציר איז פֿאַראַן אַ מין ליבע צום מיטמענטשן. אין די תּפֿיסות, אין די לאַגערן, אין אַנדערע אַזעלכע ערטער וועט זיך תּמיד געפֿינען אָט אַזאַ אָפֿיציר אָדער סערזשאַנט, וואָס וועט דיר אומקערן דאָס גלייבן אין לעבן, און אַפֿילו ווען ער פֿירט דיך שוין אויף צעשיסן, ווייסטו, אַז ער טוט עס נישט ווײַל סע פֿאַרשאַפֿט אים אַ גרויסע הנאה, נאָר ווײַל ער האָט נישט קיין ברירה".

אימרע קערטעש



דער איינציקער נאָבעל-לאַורעאַט אין דער אונגאַרישער ליטעראַטור, אימרע קער­טעש, איז געבוירן געוואָרן אין 1929, אין אַ בודאַפּעשטער אַסימילירטער ייִדי­שער פֿאַמיליע. ווען די עלטערן האָבן זיך שפּע­טער געגט, האָט מען אים אַרײַנ­געגעבן אין אַ קינדער-אינטערנאַט, און די דאָרטיקע לעבנס-אַטמאָספֿער האָט איבער­געלאָזט אינעם בחורס באַוווּסטזײַן אַ טיפֿן טראַוומאַטישן שפּור. אין 1944 איז ער געוואָרן דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ, דערנאָך איבערגעפֿירט קיין בוכענוואַלד, און באַפֿרײַט דעם 13טן אַפּריל 1945, ווען אין לאַגער זײַנען אַרײַן די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. (דעם אינטערנאַציאָנאַלן באַ­פֿרײַונגס-טאָג פֿײַערט מען אָבער דעם 11טן אַפּריל, ווען די קאַצעטניקעס האָבן אָר­גאַ­ניזירט אַן אויפֿשטאַנד און פֿאַרכאַפּט מער ווי 800 עס־עס-לײַט און וואַכט-זעלנער).

דער היסטאָרישער עפּיזאָד מיט אויס­ראָטן די אונגאַרישע ייִדן זעט אויס גרויזאַם אַפֿילו אויפֿן אַלגעמיינעם שרעקלעכן הינ­טערגרונט פֿון דער חורבן-געשיכטע. מער ווי 600,000 מענטשן זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן אין משך פֿונעם חודש מײַ 1944 ביז אַפּריל 1945, ווען ס'איז שוין אַזוי אויך קלאָר געווען, אַז דער קריג איז פֿאַרלוירן און ער פֿאַרענדיקט זיך. אין די לעצטע פּאָר וואָכן האָט די נאַצי-מאַכט אַָפּגעגעבן אַ באַפֿעל נאָך אַ באַפֿעל בנוגע דער פֿיזישער פֿאַרניכטונג פֿון די געפֿאַנגענע. ניט אומזיסט שרײַבט דער באַקאַנטער נידערלענדישער פּראָזאַיִקער, האַרי מוליש, אין זײַן ראָמאַן "זיגפֿריד", אַז דער עיקרדיקער ציל פֿון היטלערן איז גע­ווען אויסצוראָטן די ייִדן — און אַלע אַנ­דערע זײַנע פֿאַרברעכנס, אײַנשליסנדיק די גאַנצע וועלט-מלחמה — זײַנען געווען בלויז מיטלען דעם דאָזיקן ציל צו דערגרייכן.

אימרע קערטעש האַלט זיך נישט בײַ די רעליגיעזע מיצוות, רעדט נישט העברעיִש, ער זעט אָבער אין זײַן ייִדישקייט דעם באַשטימענדיקן פֿאַקטאָר אין זײַן גורל. ער האָט אַ סך מאָל באַזוכט דאָס ייִדישע לאַנד און האָט זיך תּמיד אַרויסגעזאָגט לטובֿת ישׂראל.

זײַנע באַציִונגען מיט די אונגאַרישע קאָמוניסטישע מאַכטן זײַנען געווען ניט קיין גינסטיקע — נישט ווען ער האָט געפּרוּווט נאָך דער מלחמה מאַכן אַ זשורנאַליסטישע קאַריערע, און נישט שפּעטער, ווען ער איז שוין געווען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שרײַ­בער. און אַזוי לאַנג ווי דער רעזשים איז גע­שטאַנען, האָט קערטעש געדינט ווי איינער פֿון די אַזוי גערופֿענע "שאָטן-שריפֿט­שטעלער".

די הויפּט-טעמע, מען קען זאָגן — די איינציקע טעמע פֿון זײַן שאַפֿן איז דער חורבן. דער טיף-פּעסימיסטישער לעבנס-נסיון אין אוישוויץ האָט אויף שטענדיק באַשטימט זײַן וועלט-אָנשויונג, דעם קוק אויף דער מענטשהײַט-געשיכטע און אויפֿן מענטש גופֿא. אַליין האָט ער דעפֿינירט זײַנע שאַפֿונגען ווי "טעקסטן וואָס העלפֿן שטאַרבן". צו זײַנע סאַמע באַקאַנטע ווערק געהערן די ראָמאַנען "אָן קיין גורל" (1975) און "קדיש נאָך דעם ניט-געבוירענעם קינד" (1990), ווי אויך די דערציילונג-זאַמלונג "די ענגלישע פֿאָן" (1991).

נאָך אַ גאַנצער ריי פּרעסטיזשפֿולע אינ­טער­נאַציאָנאַלע ליטעראַטור-פּרעמיעס, האָט אימרע קערטעש באַקומען, אין יאָר 2002, דעם נאָבעל-פּרײַז "פֿאַר דער שריפֿט­שטעלערישער מי, וואָס איז אימ­שטאַנד אונטערצוהאַלטן אַן איידעלע פּער­זענ­לעכ­קייט אין די צײַטן פֿון אַ באַרבאַרישן דעספּאָטיזם".

אַן אוישוויץ-אַסיר איז געוואָרן אַ נאָבעל-לאַורעאַט.

אָבער אויך אין אָט די אפֿשר סאַמע גליקלעכע טעג זײַנע האָט קערטעש אין זײַן אינטערוויו פֿאַר "Le Figaro" נאָכאַ­מאָל גערעדט וועגן אונדזער וועלט ווי אַ "ניט סטאַביל־באַשטימטע און זייער אַ געפֿערלעכע".

און אין דער ניט-סטאַבילער וועלט אינטערעסירט דעם שרײַבער, דער עיקר, איין אַלץ-אַרומנעמענדיקע פּראָבלעם: ווי ווערט פֿון אַ מענטשן — פֿון אַן אויטאָנאָמער פּערזענלעכקייט, פֿון אַ סוביעקט — אַן אָביעקט, מיט וועלכן סע מאַניפּולירן אויסער­לעכע אומפּערזענלעכע כּוחות? די פּראָבלעם איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין נײַע, און לייענעדיק, למשל, בײַ קערטעשן זײַן גרעסערע דערציילונג "פּראָטאָקאָל", איז אוממעגלעך זיך נישט צו דערמאָנען אין קאַפֿקאַ. דער גוואַלדיקער אונטערשיד באַשטייט אָבער אין דעם, אַז דאָס וואָס קאַפֿקאַ האָט געזען אין זײַנע נאַכט-קאָש­מאַרן (אַ גאַנצער קאָמפּלעט חלומות און וויזיעס וועגן געהיימנישפֿולע כּוחות, וואָס אונטערדריקן דעם מענטש, ווי למשל, די געריכט-סיסטעם אין קאַפֿקאַס ראָמאַן "פּראָצעס" אָדער אין זײַן "שלאָס"), האָט קערטעש איבערגעלעבט אויף דער וואָר. "אוישוויץ, — זאָגט ער אין 'פּראָטאָקאָל', — איז אַוודאי אַן עטאַלאָן, אַן אידעאַלע מאַשין צו פֿאַרניכטן די פּערזענלעכקייט... דו ווערסט אַ טייל פֿון עפּעס אַ מעכאַנישן אומזין, און דו האָסט נישט קיין כּוח אָפּצושטעלן דעם מעכאַניזם וואָס דרייט זיך שוין פֿון זיך אַליין". דעריבער איז אוישוויץ ניט עפּעס קיין אויסנאַם, נאָר — אַ וועלט-מאָדעל, אַ מאָדעל פֿון דער וועלט-געשיכטע.

אין דעם ראָמאַן "קדיש נאָך דעם ניט-געבוירענעם קינד" ווערט דערקלערט פֿאַר וואָס אַ מאַן וויל ניט קיין קינדער — אין אַזאַ אומזיכערער וועלט, וווּ ס'איז מעגלעך אַן אוישוויץ. די איינציקע סטאַבילע זאַך איז בײַ קערטעשן דער טויט. דאָס ניט-געבוירענע און דאָס טויטע גיסן זיך בײַ אים צונויף, און דאָס לעבן ווערט באַטראַכט נאָר ווי אַ צווישן-צושטאַנד צווישן די צוויי סטאַבילע אייביקע צושטאַנדן. "וואָס איז אונדזער לעבן אין אָנבליק פֿונעם טויט? — דאָס גראָבן זיך אַ קבֿר". און דאָס הענטל-פּען איז — דאָס גראָבאײַזן. אַגבֿ, די געשעענישן אין דעם ראָמאַן קומען פֿאָר נישט אין דעם לאַגער, נאָר אַ סך יאָרן שפּע­טער, און דערציילט ווערט דאָ וועגן די טראַגישע פֿאָלגן און טיפֿע שפּורן, וואָס דער חורבן האָט איבערגעלאָזט אויף די גור­לות פון די וואָס זײַנען געבליבן לעבן.

* * *

אָנהייב יאָר 2007, אין אַן אינטערוויו דער דײַטשער פּעריאָדישער אויסגאַבע "Blickpunkt Bundestag", ענטפֿערט אימרע קערטעש אויף דער פֿראַגע פֿון דעם זשורנאַליסט זענקע פּעטערסאָן, וואָס וועט בלײַבן פֿון די באַגריפֿן "אוישוויץ", "בוכענוואַלד" און אַנדערע שרעקלעכע ערטער, ווען קיין לעבעדיקע עדות וועלן שוין ניט בלײַבן — בלויז אַ היסטאָריש-געאָגראַפֿישער נאָמען?

— צום באַדויערן, — זאָגט דער שרײַ­בער, — איז הײַנט פֿאַראַן אַ מין חורבן-קאָנ­פֿאָרמיזם, אַ סך פּוסטע געדענק-רע­דעס וואָס ווירקן ווי אָפּגעשטאָרבענע דרוקזאַכן.

— מאַרסעל פּרוסט באַהויפּט, אַז די ווירקלעכקייט פֿאָרמירט זיך ערשט שפּע­טער, אין זכּרון, זײַט איר מיט דעם מסכּים? — פֿרעגט דער זשורנאַליסט.

— אַבסאָלוט.

— בײַ אײַך הייסט עס Fiktion? דאָס צוטראַכטן — דאָס איז די אמתע ווירק­לעכקייט? אפֿשר דערפֿאַר וואָס אוישוויץ קען מען איבערטראָגן נאָר ווי עפּעס אַ צוגעטראַכטע זאַך?

— אוישוויץ איז, ליידער, ניט קיין "פֿיקשן". אוישוויץ קען מען ניט צוטראַכטן, ווײַל עפּעס אַזוינס קען מען זיך פּשוט ניט פֿאָרשטעלן. אַזאַ דערנידערנדיקע, אוממענטשלעכע לעבנספֿאָרם... נאַטירלעך, האָט די קונסט אירע געזעצן, און אַז מיר וועלן זיי איגנאָרירן, וועלן מיר ניט קענען אָפּשפּיגלען די ווירקלעכקייט.

— אין אײַער ראָמאַן "פֿיאַסקאָ" שרײַבט איר: "איך בין אַ מעדיום פֿונעם אוישוויץ-גײַסט". וואָס הייסט עס בײַ אײַך?

— דאָס הייסט, אַז נאָך אוישוויץ איז די ראיה, דאָס רעדן און טראַכטן — אַנדערש ווי פֿאַרן אוישוויץ. אַז אַ מענטש זאָגט "ליבע", ווייסט יעדער וואָס ער מיינט, פּונקט אַזוי מיט "שלעכטס" און "גוטס". אָט דעם יסוד, אָט די אַלגעמיינע קולטור ווערט מען אָן. אוישוויץ צעשטערט זיי.

— איז גערעכט געווען טעאָדאָר אַדאָר­נאָ, ווען ער האָט געזאָגט, אַז "נאָך אויש­וויץ אָנצושרײַבן אַ געדיכט — איז אַ באַר­באַרישע זאַך"?

— ניין, ווײַל דער זאַץ איז אַ מאָראַלישע שטינקבאָמבע. ווײַל דאָס וואָלט באַטײַט, אַז אַדאָרנאָ איז גרייט געווען מקריבֿ צו זײַן די גאַנצע אייראָפּעיִשע קונסט.

— אין דעם ראָמאַן "דאָסיע ק." ציטירט איר זשאַן אַמערי: "ווער ס'האָט אָנגעוווירן דעם צוטרוי צו דער וועלט, איז פֿאַראורטיילט אויף שטענדיקער איינזאַמקייט צווישן די מענטשן". הער קערטעש, איר זײַט אַן איינזאַמער מענטש?

— אין דעם זין יאָ, אין דעם זין בין איך אַן איינזאַמער מענטש, אָבער דעם צוטרוי צו זיך אַליין האָב איך נישט אָנגעוווירן. איך שרײַב און שרײַב ווײִַטער.

אַזוי, ווי סיזיפֿוס בײַ אַלבערט קאַמיו?

— יאָ, קאַטשען כּסדר דעם פֿעלדז באַרג אַרויף.