ליטעראַטור

ס'איז באַוווּסט, אַז שלום־יעקבֿ אַבראַ­מאָוויטשעס פּסעוודאָנים — מענדעלע מוכר־ספֿרים, איז אַ געביטענער. ווען ער האָט אין 1864 אַרײַנגעשיקט אין דער ערשטער ייִדישער צײַטונג "קול מבֿשר" (אָדעס, 1862—1873) זײַן ערשטלינג אויף ייִדיש: "דאָס קליינע מענטשעלע" (גע­דרוקט זיך, נומ' 45, נאָוועמבער 1864; נומ' 6, פֿעברואַר 1865), איז אויף דעם ווערק געווען אָנגעגעבן דער פּסעוודאָנים סענדערל מוכר־ספֿרים. דער רעדאַקטאָר פֿונעם וואָכנבלאַט, אַלכּסנדר צעדערבוים ( 1816—1893), האָבנדיק מורא, אַז מע וועט אים אָננעמען פֿאַרן מחבר פֿון דער שאַרפֿער סאַטירע אויפֿן קהל (סענדערל קלינגט דאָך ענלעך צו אַלכּסנדר), האָט אויסגעמעקט "סענדערל" און אָן אַ דערלויבעניש פֿונעם שרײַבער, געגעבן אים דעם נאָמען "מענ­דעלע" — דעם נאָמען, וועלכער איז איצט פֿאַר אונדז אַזוי היימיש און עס דאַכט זיך, אַז אַן אַנדערער קאָן גאָר ניט זײַן.

נאָר ניט דאָס בין איך אויסן.

די רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימ­לאַנד" (מאָסקווע, 1961—1991), איז גע­ווען באַפֿרײַנדעט מיט די סאָוועטישע קאָס­מאָ­נאַווטן. די מיטגלידער פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע האָבן באַזוכט דעם "זוויאָזדני גאָראָדאָק"* (שטערן־שטעטל), און די קאָס­מאָנאַווטן פֿלעגן קומען צו גאַסט אין דער רעדאַקציע אויף קיראָוואַ־גאַס, נומ' 17. צוליב דעם האָט דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס (1918—1999), באַשטימט אַז דער אַפּריל־נומער פֿאַר 1984, זאָל זײַן געווידמעט דער טעמע פֿון קאָסמאָס. אַזוי אַרום 120 יאָר נאָך דעם, וואָס ס'האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן אין "קול מבֿשר" מענדעלעס "דאָס קליינע מענטשעלע", דערשײַנט אין מאָסקווע אַ קאָסמאָס־נומער פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט האָט אַ. ווערגעליס געשריבן: "...אַליין דער אָנזאָג פֿון אַ נײַעם זשאַנער, איבערהויפּט פֿון אַזאַ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן קאָסמאָס, איז אַ פֿריידפֿולע נײַעס פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור, אין וועלכער די סאַמע געוואַגטע וועלט־רײַזנדער אין פֿאַנטאַסטישן פּלאַן זײַנען אַ מאָל געווען בנימין און סענדערל..."

איך, ווי אויך אַנדערע, וואָס פֿלעגן זיך דעמאָלט דרוקן אין "סאָוועטיש היימלאַנד", האָב באַקומען פֿון דער רעדאַקציע אַ בריוו, אין וועלכן מע האָט מיך געבעטן אַרײַצושיקן לידער, געווידמעט דער קאָס­מישער טעמע. כ'האָב זיך אָפּגערופֿן אויף דער ביטע מיט דרײַ לידער; איין ליד איז געווען הומאָריסטיש — "צי איז דאָ אַ לעבן אויף מאַרס?" אָט איז דאָס ליד, ווי איך האָב עס געשיקט אין רעדאַקציע:

ווען געלערנטע פֿלעגן זיך שפּאַרן:
פֿאַראַן אַ לעבן אויף מאַרס, צי ניטאָ?
דאַן געזאָגט האָט בײַ אונדז
אַ ייִד רב אַהרן
וואָסי, ס'איז דען דאָ?

למשל, ס'זאָלן זײַן דאָרט שטעטלעך
און מענטשן זאָלן האָבן זייער שטענדיק אָרט, —
דאַן עטלעכע "ייִדעלעך", קאָן איך זיך וועטן,
וואָלטן געווען שוין דאָרט.

זיי וואָלטן געשיקט אונדז אומעטיקע בריוו,
געקלאָגט זיך אויף די שוועריקייטן זייערע,
געבעטן פֿאַר זיך אַ קאָסמישע שיף,
מע זאָל ברענגען אַהער זיי.

דערפֿאַר, כאָטש איך האָב ניט געענדיקט קיין קלאַסן
און בין ניט קיין געלערנטער מאַן,
איך זאָג: "קיין לעבן ניטאָ אויף די מאַרסן,
ניין, ניט פֿאַראַן..."

פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב אָן שום קיין פּניה, בלויז צוליב דעם גראַם, גענוצט אין דעם ליד דעם נאָמען אַהרן. דאָס האָב איך אַזוי געמיינט — נאָר ניט דער הויפּט־רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס. אַזוינס האָט ער ניט געקאָנט דורכלאָזן. וואָס וואָלט געטאָן אין אַזאַ פֿאַל אַ געוויינלעכער רעדאַקטאָר? — פֿאַרביטן דעם נאָמען אַהרן אויף אַן אַנדערן און פֿאַרענדיקט. אַן אַנדערער רעדאַקטאָר יאָ, אָבער נישט אַ. ווערגעליס! מע דאַרף דאָך אָנלערנען דעם מחבר, אַז אַ צווייט מאָל זאָל אים ניט קומען דער געדאַנק צו גראַמען אין אַ ליד דעם הויפּט־רעדאַקטאָרס נאָמען! און אָט ווי די ערשטע פֿיר שורות פֿון דעם ליד (די אַנדערע ניט געביטן) זײַנען דערשינען אינעם זשורנאַל, נומ' 4, 1984:

ווען געלערנטע פֿלעגן זשומען און רוישן:
פֿאַראַן אַ לעבן אויף מאַרס, צי ניטאָ?
דאַן געזאָגט האָט בײַ אונדז
אַ ייִד רב משה
וואָסי, ס'איז דען דאָ?...

אַזוי־אָ, האָט זיך צום ערשטן מאָל אין "מײַן" ליד באַוויזן דער אייגענער נאָמען משה. פֿון דעמאָלט אָן האָב איך טאַקע אַליין ניט איין מאָל געגראַמט אים אין די לידער.

נאָר ניט דאָס בין איך אויסן.

געוויינלעך, נוץ איך ניט אין מײַן שפּראַך דאָס וואָרט — גוי. בלויז אין איין פֿיר־שורותדיק ליד האָב איך דאָס וואָרט אַרײַנגעשטעלט, ווײַל קיין איין אַנדער וואָרט האָט ניט געקאָנט בעסער אויסדריקן מײַן געדאַנק:

איך בין תּמיד פֿון עפּעס ניט צופֿרידן.
פֿאַר וואָס זשע טאַקע, קומט עס אויס אַזוי:
אַז צווישן גויים ציט מיך צו די ייִדן,
און צווישן ייִדן ציט מיך צו אַ גוי?

די דאָזיקע פֿיר שורות האָב איך, צווישן אַנדערע לידער אַרײַנגעשיקט אין זשורנאַל "די ייִדישע גאַס" (מאָסקווע, 1993—1997), וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויפֿן אָרט פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". דער הויפּט־רעדאַקטאָר איז געבליבן אַהרן ווערגעליס, און איך בין דעמאָלט געווען שוין אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. אין יענע צײַטן האָט מען געקאָנט דרוקן, דאַכט זיך, אַלץ וואָס מע וויל, ווײַל די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אָפּגעשטאָרבן. דאָך, האָט דער הויפּט־רעדאַקטאָר דאָס מאָל אויך צוגעלייגט זײַן האַנט צו דעם ליד, וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין יאָר 1997:

איך בין תּמיד פֿון עפּעס ניט צופֿרידן.
גלאַט אַזוי געשעט עס ניט אומזיסט:
אַז צווישן קריסטן ציט מיך צו די ייִדן,
צווישן ייִדן ציט מיך צו אַ קריסט.

לאָזט זיך אויס, אַז דאָס וואָרט — גוי, איז פֿאַר אַ. ווערגעליסן אויך ניט געווען צום האַרצן.

נאָר ניט דאָס בין איך אויסן.

וואָס זשע בין איך יאָ אויסן?

עד־היום בין איך זיכער, פֿעסט איבער­צײַגט, אַז אי אַלכּסנדר צעדערבוים, אי אַהרן ווערגעליס זענען געווען הויך־פּראָ­פֿע­סיאָנעלע, געניטע און געראָטענע רע­דאַקטאָרן. פֿאַרשטייט זיך — יעדערער אויף זײַן אייגענעם אופֿן און פֿאַר זײַן צײַט.