אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי די וועלט איז באַשטראָפֿט געוואָרן מיטן מבול, צוליב אוממאָראַלישקייט פֿון די מענטשן. ווי עס שטייט אין די מדרשים, פֿלעגן די בייזע פֿירער פֿון יענעם דור כּסדר באַרויבן די פּשוטע מענטשן און פֿאַרגוואַלדיקן זייערע ווײַבער. דער דור-המבול האָט זיך אויך באַצויגן מיט גוואַלד צו דער אַרומיקער נאַטור, און געצוווּנגען אַפֿילו חיות צו פֿירן זיך אויף אַן אומנאַטירלעכן שטייגער. אין דער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט איז געווען אָנגענומען, אַז די, וואָס האָבן מער כּוח, האָבן כּלומרשט רעכט צו דאָמינירן און טאָן כּל-מיני אַכזריות צו די שוואַכע.
די רשעים פֿונעם דור-המבול זענען געווען ווײַט נישט קיין פּרימיטיווע מענטשן, און האָבן געקענט פֿאַרשיידענע חכמות; אין די חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז זיי האָבן אַליין גורם געווען דעם מבול מיט זייערע בייזע מעשׂים. צוליב זייער אַכזריותדיקער און הפֿקרדיקער באַציִונג צו דער נאַטור, האָבן זיי "אָפּגעריסן" די וועלט פֿונעם גײַסטיקן שורש, און צעשאָקלט די סאַמע יסודות פֿונעם אוניווערס. דער מבול איז נישט געווען בלויז אַ ריזיקע פֿאַרפֿלייצונג: דער גאַנצער נאַטירלעכער גאַנג פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דעם רוים און צײַט גופֿא, איז אַרײַנגעבראַכט געוואָרן אין כאַאָס.
דער אייבערשטער האָט רחמנות געהאַט אויף נוח, דעם איינציקן צדיק פֿון יענעם דור, און געזאָגט אים אויפֿצובויען די תּיבֿה, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿונעם מבול, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה און בעלי-חיים. נוח ווערט אָפֿט פֿאַרגליכן מיט דעם הויפּט-העלד פֿון דער קומענדיקער פּרשה, אַבֿרהם אָבינו. עס טרעפֿן זיך צוויי מיני צדיקים: די, וואָס דינען דעם אייבערשטן אויף אַ זייער הויכער מדרגה, אָבער זענען אָפּגעטיילט פֿון דער וועלט, און די, וואָס שטרעבן צו דערנענטערן די אַנדערע צו עבֿודת-השם. נוח האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם ערשטן מין צדיקים, וואָס ווערן אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק "צדיקים אין פּעלץ". נוח איז "געגאַנגען מיט ג-ט" — דווקא מיטן אייבערשטן, אָבער נישט מיט די אַנדערע מענטשן; הגם ער האָט געוואָרנט זײַן דור וועגן דעם קומענדיקן מבול, האָט ער אָנגעווענדט צו ווייניק כּוחות צו ברענגען זיי צו תּשובֿה. אין אונטערשייד מיט אים, האָט אַבֿרהם אָבינו מגייר געווען גרים אין חרן און זיך פֿאַרנומען מיטן פֿאַרשפּרייטן עבֿודת-השם אין דער גאַנצער וועלט. הגם נוח איז אויך געווען אַ גרויסער צדיק, איז אַבֿרהם אָבינוס אָפֿענער דרך אין עבֿודת-השם געווען גרעסער.
אין דער פּרשה שטייט, אַז נוח איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּיבֿה, ווען דאָס וואַסער פֿונעם מבול איז שוין צוגעקומען צו אים. רש״י דערקלערט, אַז נוח איז געווען "מקטני אמנה" — זײַן אמונה אין געווען שוואַך, ווײַל ער האָט נישט אינגאַנצן געגלייבט, אַז דער מבול וועט טאַקע קומען. ווי אַזוי קען מען, אָבער, האַלטן, אַז נוחס אמונה איז געווען "שוואַך", ווען די תּורה זאָגט קלאָר, אַז ער איז געווען אַ צדיק, און געגאַנגען מיטן אייבערשטן?
די עכטע צדיקים האָבן אַ גרויסן גײַסטיקן כּוח, און זענען בכּוח אָפּשאַצן אַ גזירה. אַפֿילו אַ תּפֿילה פֿונעם סאַמע-פּשוטן מענטשן האָט אַ סך ווערט. דאָס גלייבן אין אייגענעם כּוח און וויכטיקייט קומט נישט אין סתּירה מיט דער מידה פֿון ענווה. אַדרבה, ווען אַ צדיק דערגרייכט דעם גרעסטן ביטול פֿאַרן אייבערשטן און ווערט "צעלאָזט" אין ג-טלעכקייט, באַקומט ער דעם גרעסטן גײַסטיקן כּוח.
נוחס שוואַכקייט איז געווען פֿאַּבונדן מיט זײַן צוגאַנג צו די אַנדערע מענטשן. זײַענדיק אַן ענוו, האָט נוח געגלייבט, אַז ער איז נאָר אַ ביסל בעסער פֿון די רשעים, און, אַז זײַנע תּפֿילות וועלן נישט העלפֿן — דערפֿאַר האָט ער נישט מתפּלל געווען פֿאַר זײַן דור, די גזירה זאָל אָפּגעשאַפֿט ווערן.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַבֿרהם אָבינו, וועלכער האָט זיך "געשפּאַרט" מיטן באַשעפֿער, פּרוּוונדיק אָפּצושאַפֿן די צעשטערונג פֿון בלויז איין קליינע שטאָט, סדום, האָט נוח אָנגענומען, אַז זײַן דור האָט פֿאַרדינט דעם מבול, און האָט זיך נישט גענוג באַמיט אָפּצושטעלן די קאַטאַסטראָפֿע; זײַן "שוואַכקייט פֿון אמונה" איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט נישט גענוג געגלייבט אין זײַן אייגענער וויכטיקייט.
צוליב דעם זעלבן נישט-ריכטיקן פֿאַרשטאַנד פֿון מידת-הענווה, האָט נוח טאַקע נישט אינגאַנצן געגלייבט, אַז דער מבול וועט קומען, ביז דאָס וואַסער איז נישט צוגעקומען צו דער טיר פֿון דער תּיבֿה. ער האָט געטראַכט, אַז וויבאַלד ער איז נישט בעסער פֿון די רשעים, זענען זיי נישט אַזוי ווײַט פֿון זײַן מדרגה, און וועלן נאָך באַווײַזן תּשובֿה צו טאָן און אויך געראַטעוועט ווערן פֿונעם מבול, דערפֿאַר האָט ער זיך ווייניק באַמיט, כּדי זיי צו ברענגען צו תּשובֿה; אָבֿרהם אָבינו האָט אָבער געבעטן דעם אייבערשטן צו האָבן רחמנות אויף אַנשי-סדום, און האָט אַרומגעוואַנדערט אין דער וועלט, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן אמונת-השם.