צו זײַן 55סטן יאָרצײַט
אין די 1970ער יאָרן האָט דער סאָוועטישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר, עמיל גאָראָוועץ, געשאַפֿן מוזיק צום ליד פֿון לייב קוויטקאָ "אַן אַלטער ניגון". דאָס ליד פֿלעגט זײַן פֿרוי מאַרגאַריטאַ (מוסיע) פּאָלאַנסקאַיאַ אויך רעציטירן. עס איז געבויט אויף אַן אַלטער פֿאָלקס־מעשׂה, ווי אַ ייִד, אָנשטאָט צו קויפֿן זאַכן, קויפֿט ער אָפּ צוויי ניגונים, וואָס ער הערט אויפֿן וועג צום מאַרק. גאָראָוועצעס ליד איז רעקאָרדירט אויף דער פּלאַטע "איך בין אַ ייִד" צוזאַמען מיט אַנדערע לידער פֿון סאָוועטישע דיכטער. די ווערטער זײַנען:
אַן אַלטער ניגון
— אײַ, נחמניו! — שרײַט אויס דער פּאַן צום משרת —
נאַ יאַרמאַרקו מאַרש און קויף אָקסן דעם פּרינץ! —
האָט נחמן גענומען דעם בײַטל מיט געלט,
דעם שטאָק אין דער האַנט און געגאַן אין דער וועלט.
האָט נחמן פֿאַרגעסן אין פּריצלס רינדער,
אין פּריצלס רינדער און אין ווײַב און קינדער,
און סוחריש ער טוט זיי אַ פֿרעג:
— אײַ, פֿעטערלעך, חשובֿה לײַט,
וואָס קאָסט אַזאַ ניגון בײַ הײַנטיקער צײַט?
זאָגן די פּאַסטעכער: — זיבן פּריאַלן,
זיבן פּריאַלן טוט נחמן באַצאָלן
און גייט מיטן ניגון זײַן וועג.
גייט ער און גייט
און אַ בויד ער דערזעט,
און כּלי־זמר דאָרט ליגן
און זינגען אַ ניגון:
האָט נחמן פֿאַרגעסן אין פּריצלס רינדער,
אין פּריצלס רינדער און אין ווײַב און קינדער
און סוחריש ער טוט זיי אַ פֿרעג:
— אײַ, קלעזמערלעך, פֿריילעכע לײַט,
וואָס קאָסט אַזאַ ניגון בײַ הײַנטיקער צײַט?
זאָגן די קלעזמערלעך: — דרײַצן פּריאַלן. —
דרײַצן פּריאַלן טוט נחמן באַצאָלן
און גייט מיטן ניגון זײַן וועג.
איז ער אַזוי אין מאַרק געקומען,
הערט ער די שיינע אָקסן ברומען,
נעמט ער זיך דינגען,
און ווידער זיך דינגען,
און פּאַטשן מיט הענט,
און אונטערצושפּרינגען,
און אָפּגעמאַכט. שלעפּט ער דעם בײַטל אַרויס
און טרייסלט פֿון דאָרטן — אַ גאָרנישט ניט אַרויס...
— צאָל, — שרײַט דער סוחר, — צאָל אָפּ דאָס געלט!
— צאָל, — שרײַען סוחרים, — קלעפּ וועסטו קריגן!
גייט ער פֿון מאַרק צוריק אָן די רינדער,
קומט אים אַנטקעגן ס׳ווײַב און די קינדער:
— וואָס האָסטו, נחמן, געבראַכט אונדז פֿון וועג,
וווּ זײַנען, מאַן, די מתּנות, איך פֿרעג?
בייגט ער אײַן פֿאַרן ווײַבל דעם קאָפּ,
עפֿנט דאָס מויל און זינגט איר אָפּ:
נעמט דאָס ווײַב די האָר אויף זיך רײַסן,
מיט דער פֿאַטשיילע דעם מאַן נעמט זי שמײַסן.
דאָ קומט דער פּריץ און שטעלט זיך אַוועק,
און אויף די אָקסן ער טוט אים אַ פֿרעג.
הייבט ער אויף צום פּריץ דעם קאָפּ,
עפֿנט דאָס מויל און ער זינגט אים אָפּ:
דאָ האָט דער פּריץ באַפֿוילן אים בינדן,
בינדן צום סלופּ, מיט ריטער אים שינדן.
שטייט ער געבונדן, די רוט אויף אים שפּרינגט,
אָבער געהויבן זײַן ניגון ער זינגט:
ווער עס האָט געזען, און געהערט, ווי גאָראָוועץ זינגט דאָס ליד, וועט ניט פֿאַרגעסן ווי ער איז געשטאַנען מיט די הענט געבונדן הינטער זיך און האָט מיט שטאָלץ און מיט סטירדעס אויסגעזונגען דעם ניגון. עס איז געווען ווי אַ מעטאַפֿאָר צו דעם דערדריקטן ייִד וואָס הייבט זײַן קאָפּ צום קאַמף. עס איז געווען אַ רירנדיקער מאָמענט אין דער צײַט ווען די ייִדן האָבן געשטרעבט צו פֿאַרלאָזן רוסלאַנד.
אַ צווייט ליד פֿון קוויטקאָ, צו וועלכן גאָראָוועץ האָט געשאַפֿן מוזיק איז זײַן פֿריילעך־אומעטיק ליד "אַ חתן אָן אַ כּלה", וווּ סטראָפֿנווײַז דערוויסן מיר זיך די טרויעריקע געשיכטע, ווי דער חתן איז געבליבן אָן אַ כּלה:
אַ חתן אָן אַ כּלה
זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן
אויפֿן ערשטן שליטן,
אַלע מחותּנתטעס,
די כּלה אין דער מיטן.
אוי, אוי, זינגען אַלע,
נאָר עס שווײַגט אַליין די כּלה
אוי, אוי, אוי.
זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן
אויפֿן צווייטן שליטן,
אַלע מחותּנימלעך
דער חתן אין דער מיטן.
אוי, אוי, זינגען אַלע,
נאָר עס שווײַגט אַליין די כּלה
אוי, אוי, אוי.
זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן
אויפֿן דריטן שליטן,
כּלהס צד און חתנס צד,
די קלעזמער אין דער מיטן.
אוי, אוי, זינגען אַלע,
וואָס־זשע שווײַגט אַליין די כּלה?
אוי, אוי, אוי.
ווי מיר זײַנען אַרויסגעפֿאָרן,
פֿליט פֿאַרבײַ אַ רײַטער.
האָט די כּלה אויפֿגעפֿלאַמט,
ווי אַ פֿײַער־שײַטער...
אוי, אוי, שרײַען אַלע,
נאָר עס זינגט אַליין די כּלה,
אוי, אוי, אוי.
שליטעלעך, איר שליטעלעך,
איר מעגט צוריק שוין פֿאָרן.
חתן־לעבן, אוי חתן־לעבן,
אַז וויי צו דײַנע יאָרן!
אוי, אוי, אויקען אַלע:
זעט — אַ חתן אָן אַ כּלה...
אוי, אוי, אוי.
לייב קוויטקאָ איז געבוירן געוואָרן אין 1890 אין אָלעסקאָוו, פּאָדאָליע. ער איז פֿרי פֿאַריתומט געוואָרן און איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ פֿעטער אַ רבֿ. צו צען יאָר איז ער אַוועק אַרבעטן בײַ פֿאַרשיידענע מלאָכות. ער איז אַוועק אין אויסלאַנד — צו ערשט אין קאָוונע, דערנאָך — אין בערלין און האַמבורג. ער האָט דעביוטירט אין 1917, און נאָך עטלעכע דורכגעפֿאַלענע פּרוּוון, האָט ער באַקומען גרויס אָנזען.
אין 1925 איז ער צוריקגעקומען קיין רוסלאַנד און האָט ממשיך געווען זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט אין קיִעוו, כאַרקאָוו און מאָסקווע. ער האָט פֿאַרנומען אָנפֿיר־אַמטן אין רעדאַקציעס פֿון ליטעראַרישע זשורנאַלן, אָבער אין דער זעלבער צײַט אויסגעשטאַנען קריטיק און אָנגריפֿן פֿון די פּראָלעטאַרישע שרײַבער פֿאַר זײַן אַרויסטרעטן, ספּעציעל מיט שאַרזשן, קעגן קריטיקער און סאָוועטישע ייִדישע טאָן־געבער, ביז עס איז אַרום אים געשאַפֿן געוואָרן אַ סקאַנדאַל, וואָס האָט געקראָגן דעם נאָמען "מעשׂה קוויטקאָ". ער אַליין איז אויסגעשלאָסן געוואָרן (1931) פֿון רעדאַקציעס און שרײַבער־גרופּעס און אַנדערע האָבן צוליב אים זיך געדאַרפֿט שלאָגן על־חטא.
שפּעטער איז ער צוריק ארײַנגענומען געוואָרן אין די סאָוועטישע ליטעראַרישע קרײַזן, אַפֿילו געוואָרן אַ מיטגליד אין וויכטיקע רעדאַקציעס פֿון זשורנאַלן; פֿאַרלאַגן האָבן אַרויסגעגעבן אין בוכפֿאָרעם זײַנע געזאַמלטע שריפֿטן. זײַנע קינדער־לידער האָט מען איבערגעזעצט אין פֿיל שפּראַכן. ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און אין דער רעדאַקציע "אייניקייט".
אָנהייב 1949 איז ער געוואָרן אַרעסטירט און איז דעם 12טן אויגוסט 1952 געוואָרן אומגעבראַכט. אין 1954 איז ער רעהאַביליטירט געוואָרן פֿון די נײַע סאָוועטישע הערשער.
ער דערמאָנט זײַן לעצטן טאָג אין אַ ליד:
ווען אַן אומגליקלעך פֿאַרבליבענער
וועט איבערציילן די הרוגים.
ער וועט מײַן טויטן נאָמען
גלײַך מיט אַלעמענס פֿאַרשרײַבן מיט קליינע אותיותלעך
אין לאַנגן צעטל.
אוי, זאָל ער כאָטש ניט פֿאַרגעסן דאָרט
פֿאַרצייכענען אין לאַנגן צעטל,
וויפֿל איך בין אַלט געווען!
זאָל ער כאָטש דערמאָנען דאָרט,
אַז בלוטיק־יונג מײַן האַרץ געווען,
אַז שטאַרק, ווי שרעק, געווען מײַן ווילן לעבן,
שטאַרק און משוגע,
ווי מײַן לעצטער טאָג.
לייב קוויטקאָ האָט נישט אויסגעמיטן די בלוטיקע טראַגעדיע, וואָס האָט אָנגעטראָפֿן די פֿיל שרײַבער און קולטור־טרעגער פֿון זײַן און אונדזער דור. מיר ווילן כאָטשבי דערמאָנען זײַן נאָמען צו זײַן 55סטן יאָרצײַט מיט כּבֿוד.