משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אַזוי געזעגנט מען זיך?

טײַערע חזנטע,

ס‘איז מיר אַלע מאָל שווער צו שליסן אַ באַציִונג מיט אַ ייִנגל. איך האָב איצט אַ חבֿר, ראָב, וואָס איז אַזוי שיין, אַזוי זיס, אַזוי גוט און אַזוי — נישט צוגעפּאַסט צו מיר! מיר זענען צוזאַמען שוין אַ חודש לאַנג. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אים דערציילט, אַז איך בין נישט זיכער, צי אונדזער באַציִונג וועט זיך אויסאַרבעטן. ער האָט מיר געענטפֿערט, אַז מע קען קיין מאָל נישט וויסן, אַז "אַלץ וואָס מיר קענען טאָן איז בעסער צו זיך באַקענען און אויסצוגעפֿינען". נעכטן בײַ נאַכט האָב איך נאָך אַ מאָל געפּרוּווט אים אָפּזאָגן. איך האָב אים געזאָגט, אַז מיר זענען זייער אַנדערש, און אפֿשר וואָלט געווען גוט, ווען מיר גייען אויף אונדזערע אייגענע וועגן. האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז פֿאַרשיידנאַרטיקייט מאַכט דאָס לעבן אינטערעסאַנט און ער וואָלט געווען צופֿרידן צו גיין אויף מײַן וועג.

איך קען נישט אָנגיין אַזוי, אָבער איך ווייס נישט ווי אַזוי אים צו געבן צו פֿאַר­שטיין, אַז איך וויל מער נישט זײַן זײַן מיידל?

מיט גרוס, פֿאַרהאַקט


טײַערע "פֿאַרהאַקט",

איר זעט מיר אויס צו זײַן אַן איידל און זיס מיידל, און דאָס איז די סיבה, פֿאַר וואָס איר האָט אַזוי פֿיל צרות צו געפֿינען די ווערטער בײַם שליסן די באַציִונג, איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. איך וועל אײַך געבן דעם שליסל דאָס צו דערגרייכן: ס׳איז נישטאָ קיין איידעלער אופֿן דאָס צו טאָן מע זאָל נישט וויי טאָן דעם צווייטן.

איר דאַרפֿט רעדן קלאָרע דיבורים. זאָגט ראַב, אַז איר צעשיידט זיך מיט אים. ווען ער פּרוּווט אײַך איבערצורעדן, זאָגט אים, ער זאָל זײַן געזונט, שטעלט זיך אויף און גייט אַוועק. בלײַבט נישט אין גוטע באַציִונגען מיט אים, ווײַל ער וועט דאָס אויסטײַטשן ווי אַ סימן, אַז איר ווילט נאָך עפּעס. זײַט נישט קיין לעמעשקע!

אַ ייִדיש מיידל דאַרף אַ ייִדישן "בוי"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ נײַנצן־יעריקע סטודענטקע, און שטודיר דאָס צווייטע יאָר אין אוני­ווערסיטעט. איך האָב נאָך אין מײַן לעבן נישט געהאַט קיין חבֿר און איך האָב אַפֿילו קיינעם נאָך נישט געקושט, חוץ אויף דער בינע אין אַ פּיעסע. איך קוק זיך אַרום און קען עס נישט פֿאַרשטיין. איך בין סימפּאַטיש, כאָטש אַפֿשר אַ ביסל שטיל, אינטעליגענט, דאַר, און זיכער נישט מיאוס! איך בין זייער אַקטיוו אינעם "הילל" און דאָס שטודירן מוזיק איז דער פֿאָקוס פֿון מײַן לעבן. וואָס עלטער איך ווער, אַלץ אומגעלומפּערטער פֿיל איך זיך, וואָס איך האָב נאָך נישט געהאַט קיין חבֿר. האַלטסטו, אַז מײַן באַשערטער געפֿינט זיך ערגעץ אויף דער וועלט?

"מיט פֿראַגעס"


טײַערע "מיט פֿראַגעס",

יאָ! עס איז זיכער דאָ עמעצער ספּעציעל פֿאַר אײַך אין דער וועלט.

אײַער פֿאָקוס אויף אײַערע שטודיעס האָט פֿאָרמירט אײַער כאַראַקטער. גייט ווײַטער אָן מיט וואָס איר טוט, אָבער מיט אָפֿענע אויגן צו דעם וואָס קומט פֿאָר אַרום אײַך. מע דאַרף גיין אויף געזעלשאַפֿטלעכע סיטואַציעס, וווּ מע קען זיך באַקענען מיט נײַע מענטשן. שרײַבט מיר אָן נאָך אַ בריוו, ווען אײַער באַשערטער קומט אַרײַן אין מוזיק־זאַל און פֿאַרשטייט ווי מזלדיק ער איז, וואָס ער האָט אײַך געפֿונען.

ווי לאַנג איז צו לאַנג?

טײַערע חזנטע,

ווי לאַנג איז צו לאַנג, ווען אַ גאַסט שטייט אײַן בײַ מיר?

פֿול־געפּאַקט און אויסגעמוטשעט


טײַערע "פֿולגעפּאַקט און אויסגע­מוטשעט", עס איז אַוודאי שוין "צו לאַנג", אויב איר האָט געפֿונען פֿאַר נייטיק מיר אָנצושרײַבן אַזאַ בריוו!

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024