מע קען דערקענען ווי באַליבט אַ ייִדיש מאכל איז, לויט דער צאָל נעמען. געוויקלט קרויט מיט פֿלייש איז איינס פֿון די מאכלים. מע רופֿט עס אויך האָלובצעס, האָלעשקעס, פּראַקעס און מסתּמא אויך מיט אַנדערע ווערטער. געוויינטלעך, קאָכט מען זיי אויס אין אַ זיס־און־זויערן פּאָמידאָרן־סאָוס.
מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך באַשלאָסן אויסצופּרוּוון אַ נײַעם רעצעפּט פֿאַר האָלעשקעס, אָן פֿלייש, און אָן צוקער. כ׳האָב גענומען זוכן אַזאַ רעצעפּט, נאָר אַלע זענען געווען זייער לאַנג און קאָמפּליצירט, מיט אַ סך עקזאָטישע בשׂמים.
איך האָב אָבער נישט געהאַט קיין צײַט אָנהייבן זיך פֿאַרפֿירן מיט 20 באַשטאַנדטיילן, האָב איך באַשלאָסן אויסצוטראַכטן מײַן אייגענעם רעצעפּט פֿאַר וועגעטאַרישע האָלעשקעס אָן צוקער. שטעלט זיך פֿאָר אַ חידוש: ווען איך האָב דערלאַנגט צום טיש סײַ די פֿליישיקע האָלעשקעס, סײַ די וועגעטאַרישע, האָבן מער אויסגענומען די וועגעטאַרישע!
2 טעפּלעך וואַסער
1 טעפּל רײַז
1 לעפֿעלע זאַלץ
1 גרויס הייפּטל קרויט
1 גרויסע ציבעלע
2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל
2 אייער
זאַלץ און פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
2 טעפּלעך פּאָמידאָרן־סאָוס מיט שוועמלעך
כּל־זמן עס זידט דאָס וואַסער אין אַ קליינעם טאָפּ, שיט אַרײַן דעם רײַז און זאַלץ, און מאַכט אַ קליינעם פֿײַער. דעקט צו דעם טאָפּ און קאָכט ביז דער רײַז איז גרייט.
בשעת עס קאָכט זיך דער רײַז, צעשנײַדט די ציבעלע. הייצט אָן די פּאַטעלניע מיטן איילבערט־בוימל, און פּרעגלט די ציבעלע אויף אַ קליינעם פֿײַער בערך 5 מינוט, ביז עס ווערט דורכזיכטיק. ווען דער רײַז איז גרייט, מישט אַרײַן די געפּרעגלטע ציבעלע.
הייצט אָן אַ טאָפּ מיט וואַסער. ווען דאָס וואַסער זידט, לייגט אַרײַן 10 גרויסע בלעטער קרויט און קאָכט זיי בערך 5 מינוט. זיפּט אָפּ די קרויט־בלעטער און לאָזט זיי זיך אָפּקילן.
לייגט אַרײַן אַ פֿול לעפֿל פֿונעם רײַז־געמיש, נעענטער צום עק פֿון אַ קרויטבלעטל, און וויקלט דאָס בלעטל צונויף. טוט דאָס זעלבע מיט די אַנדערע בלעטער.
גיסט אַרײַן אַ ביסל פּאָמידאָרן־סאָוס אין אַ טאָפּ, און לייגט איבער די געוויקלטע האָלעשקעס. באַגיסט די האָלעשקעס מיטן איבעריקן סאָוס, און דעקט צו דעם טאָפּ. קאָכט די האָלעשקעס איבער אַ מיטעלן פֿלאַם, בערך 45 מינוט.