‫פֿון רעדאַקציע

דער אַנטי־העלד פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז בלי־ספֿק געווען דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד. זײַן נאָמען און צורה האָט אַרויסגעקוקט פֿון אַלע מעדיאַ־פּובליקאַציעס; וועגן אים האָבן גערעדט אַלע טעלע־ און ראַדיאָ־סטאַנציעס — אַ קלייניקייט, דער "טײַוול" פֿון 21סטן יאָרהונדערט איז געקומען האַלטן אַ דרשה אין דער "יו־ען". מיר האָבן דאָ נישט בדעה צו קאָמענטירן זײַנע רייד; צו דעם וואָס ער האָט געטענהט ביז אַהער, האָט דער איראַנישער פּרעזידענט קיין נײַע געדאַנקען נישט צוגעגעבן. אייגנטלעך,

ליטעראַטור, קונסט

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אין מאָסקווע אַרויס אַ נײַע רוסישע אויסגאַבע פֿונעם ערשטן טייל פֿון שלום-עליכמס בוך "מאָטל פּייסי דעם חזנס", באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קינסטלער הערש אינגער.

"מאָטל פּייסי דעם חזנס", די טראַגיש־קאָמישע מעשׂה וועגן אַ צען-יעריקן ייִנגל-יתום פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל, איז איינס פֿון שלום־עליכמס בעסטע ווערק; דער ערשטער טייל פֿונעם בוך, וווּ מאָטלס משפּחה קלײַבט זיך צו עמיגרירן קיין אַמעריקע,

קונסט
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאַמיל פּיסאַראָ מיט זײַן פּאָרטאַטיוו בילדגעשטעל אין זײַן סאָד אין עראַגני, פֿראַנקרײַך

איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אימפּרעסיאָניסטישער באַוועגונג אין דער מאָלערײַ איז געווען דער ייִד, קאַמיל פּיסאַראָ (1830—1903). ער איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען יעקבֿ אויפֿן קאַריבישן אינדזל, סאַנקט־טאָמאַס, וואָס האָט דעמאָלט געהערט צו דענמאַרק. זײַן טאַטע, פֿרעדעריק, אַ ספֿרדישער ייִד פֿון פֿראַנקרײַך, איז געקומען אויפֿן אינדזל צו העלפֿן זײַן מומע, אַן אַלמנה. זיי האָבן זיך פֿאַרליבט און געהאַט דרײַ קינדער צוזאַמען. די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט ערשט אָפֿיציעל אָנערקענט דעם זיווג מיט יאָרן שפּעטער.

געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך

פּוילן האָט אַלטע חשבונות מיט רוסלאַנד. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ביידע פֿעלקער זיך געשלאָגן. כאַראַקטעריסטיש, אַז אין דעם איצטיקן, נאָך-סאָוועטישן רוסלאַנד איז די באַפֿרײַונג פֿון מאָסקווע פֿון דער פּוילישער אָקופּאַציע און דער אָנהייב פֿון דער צאַרישער ראָמאַנאָוו-דינאַסטיע געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. און דווקא אַ וויכטיקער יום-טובֿ — פֿריִער האָט מען אַרום דער זעלבער צײַט געפֿײַערט די יאָרטעג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אין דער אמתן,

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 6סטן אָקטאָבער, מיט 34 יאָר צוריק, איז אויסגעבראָכן די יום־כּיפּור־מלחמה. אין דער זעלבער דאַטע, דעם 6טן אָקטאָבער, מיט 26 יאָר צוריק, איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט, אַנוואַר סאַדאַט, דערמאָרדעט געוואָרן. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָבן זיך — אין אויגוסט 1967 — צוזאַמענגעקליבן די פֿירער פֿון די אַראַבישע לענדער אויף אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין כאַרטום, סודאַן, און באַשלאָסן זייערע דרײַ "ניין": "ניין!" — צו אַ שלום מיט ישׂראל; "ניין!" — צו אָנערקענען ישׂראל, און "ניין!" — צו אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי עס שטייט אין די תּפֿילות פֿון ימים-נוראים, ווערט דער אייבערשטער "באַקרוינט" ראָש-השנה און יום-כּיפּור דורך די ייִדן; די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז דווקא צוליב אונדזער עבֿודה, כּבֿיכול, ווערט דער באַשעפֿער דער מלך איבער דער גאַנצער וועלט. ווי אַזוי קענען תּפֿילות פֿון בשׂר-ודם, אָבער, "באַקרוינען" ג-ט אַליין?

יעדע זאַך אין דער וועלט פֿירט זיך לויט דער ג-טלעכער השגחה-פּרטית; ווי דער בעל-שם-טובֿ האָט געזאָגט, איז אַפֿילו דער אופֿן,

פּאָליטיק

דעם 30סטן סעפּטעמבער וועט מען שטימען אין אוקראַיִנע, וווּ אַ נײַער פּאַרלאַמענט (ראַדע) וועט אפֿשר אַרויספֿירן דאָס לאַנד פֿון אַ פּאָליטישן טעמפּן ווינקל. עס קעמפֿן איצט פֿאַרשיידענע פּאַרטייען פֿאַר אַ באטײַטיקער ראָלע אין דעם ווײַטערדיקן פּאָליטישן לעבן פֿונעם לאַנד. די הויפּט-פּאַרטייען זײַנען דרײַ: די גרעסטע שטיצע (אַזוי ווײַזן, לכל-הפּחות, די אויספֿרעגן) האָט די "פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען", בראָש מיטן איצטיקן פּרעמיער-מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, אַ ביסל ווייניקער חסידים האָט דער בלאָק פֿון יוליאַ טימאָשענקאָ, און נאָך ווייניקער — די פּאַרטיי "אונדזער אוקראַיִנע" פֿון דעם פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טויזנטער סטודענטן וואַרטן צו הערן די רעדע פֿון אַכמאַדינעדזשאַד, געוויזן אויפֿן עקראַן, קאָלומביע־אוניווערסיטעט

איך האָב הײַנט באַשלאָסן נישט צו האַלטן דעם דריטן קורס מײַנעם און כ׳בין אַרויס אויפֿן קאַמפּוס צו זען און הערן, לייענען די פּלאַקאַטן און צונויפֿמישן זיך מיט די טויזנטער סטודענטן, וועלכע האָבן זיך געזאַמלט דורך די טויערן פֿון בראָדוויי און אַמסטערדאַם עוועניו. יעדער אַרײַנגאַנג איז געווען אַרומגערינגלט מיט פּאָליציי, זיכערהייט־אַגענטן און הויך אין הימל האָבן אַרומגעקרײַזט העליקאָפּטערס און אָנגעמאַכט אַ רעש. די פּראָטעסטן און פּלאַקאַטן האָבן פֿאַרשווענקט דעם קאַמפּוס; צווישן זיי: פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אויפֿן קאַמפּוס, די איראַנער סטודענטן און אַנטי־בוש פּאַמפֿלעטן.

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Hannah Arendt.
The Jewish Writings.
Edited by Jerome Kohn
and Ron H. Feldman.
New York: Schocken Books, 2007.

דער פֿאַראַיאָריקער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער דענקערין חנה אַרענדט (1906—1975) איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ באַשיידענער סעריע פֿון אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן, ס׳רובֿ אין אייראָפּע. אַ סבֿרה, אַז די השפּעה פֿון איר גענדאַנקענגאַנג ווערט שוואַכער מיט דער צײַט, כאָטש אירע ביכער און אַרטיקלען וועלן נאָך לאַנג בלײַבן אויף די לייען־רשימות פֿון לערנקורסן פֿון געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און פּאָליטיק. דער פֿאַל פֿונעם ברייטן עפֿנטלעכן אינטערעס אין דער אינטעלעקטועלער ירושה פֿון חנה אַרענדט און אירע מיטצײַטלער אין דער ענגליש־שפּראַכיקער וועלט איז,

פּובליציסטיק

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז חבֿר קאַץ באַערט געוואָרן דורך דעם עפֿנטלעכן קונסט-פּריאָעקט "Place Matters", געגרינדעט דורך דער ניו־יאָרקער קולטור-אָרגאַניזאַציע "City Lore" און דער "מוניציפּאַלער קונסט-געזעלשאַפֿט", וואָס שטרעבט צו פֿאַראייביקן די קולטורל־ירושה פֿון דער שטאָט. וועגן דער וויכטיקער געשעעניש דערציילט אין "ניו-יאָרק טײַמס" איר קאָרעספּאָנדענט גרעגאָרי בײַער.

אלעזר קאַץ איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן, אינעם יאָר 1936; בעת דעם חורבן, האָט זיך אים מיט זײַן מוטער אײַנגעגעבן צו ווערן אַרויסגעשמוגלט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ אויף אַ פֿאַרם הינטער דער שטאָט, וווּ ער האָט געלעבט מיט אַ קריסטלעכער משפּחה, ווי זייערס אַן אייניקל.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 100־יאָריקן יובֿל

עס איז מסתּמא ווייניק באַקאַנט אונדזערע לייענער דער סאָוועטישער פּאָעט, פֿאָלקלאָריסט און איבערזעצער משה העלמאָנד (1907־1973). ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל וואָלאָדאַרסק־וואָלינסק (קוטוזאָוואָ), זשיטאָמירער געגנט, אוקראַיִנע. זײַן פֿאָטער, אַהרן העלמאָנד איז געווען אַ ייִדיש־העברעיִשער לערער. משה האָט פֿאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און איז אויך געוואָרן אַ לערער, דערונטער עטלעכע יאָר אינעם קינדער־שטעטל "קאָמאינטערן". לידער און דערציילונגען האָט ער געדרוקט צום ערשטן מאָל אין 1925 אין "יונגוואַלד" און "פּיאָנער".

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וויפֿל פֿעלערן קענען מיר מאַכן?

טײַערע חזנטע,

איך בין אַלט געווען 10 יאָר ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט ליטע. די ערשטע קרבנות זענען געפֿאַלן מײַן פֿאָטער און ברודער. איך בין באַפֿרײַט געוואָרן פֿון אוישוויץ נאָך 5 יאָר לײַדן מיט אַ וואָג פֿון 27 קילאָ, מיט טיפֿוס און טובערקולאָז. איך האָב באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין ישׂראל. נאָך 3 חדשים האָב איך דאָרטן זיך באַקענט מיט מײַן ליבן מאַן שמואל ראָזענבאַום.