פּובליציסטיק, ליטעראַטור
Hannah Arendt.
The Jewish Writings.
Edited by Jerome Kohn
and Ron H. Feldman.
New York: Schocken Books, 2007.
Hannah Arendt. The Jewish Writings. Edited by Jerome Kohn and Ron H. Feldman. New York: Schocken Books, 2007.

דער פֿאַראַיאָריקער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער דענקערין חנה אַרענדט (1906—1975) איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ באַשיידענער סעריע פֿון אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן, ס׳רובֿ אין אייראָפּע. אַ סבֿרה, אַז די השפּעה פֿון איר גענדאַנקענגאַנג ווערט שוואַכער מיט דער צײַט, כאָטש אירע ביכער און אַרטיקלען וועלן נאָך לאַנג בלײַבן אויף די לייען־רשימות פֿון לערנקורסן פֿון געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און פּאָליטיק. דער פֿאַל פֿונעם ברייטן עפֿנטלעכן אינטערעס אין דער אינטעלעקטועלער ירושה פֿון חנה אַרענדט און אירע מיטצײַטלער אין דער ענגליש־שפּראַכיקער וועלט איז, מן־הסתּם, טיילווײַז אַרויסגערופֿן דורך דער אַלגעמיינער ירידה פֿונעם אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿון די עפֿנטלעכע וויכּוחים. חנה אַרענדטס עפֿנטלעכער טעמפּעראַמענט האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער תּקופֿה, ווען די קאָנקרעטע פּאָליטישע און אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגעס זײַנען געווען נאָענט פֿאַרבונדן מיטן באַוווּסטזײַן פֿון מערבֿדיקער געזעלשאַפֿטלעכקייט. הײַנט איז איר השפּעה באַגרענעצט מיט די ד׳ אַמות פֿון דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה.

די נײַע זאַמלונג פֿון חנה אַרענדטס ייִדישע שריפֿטן נעמט אַרײַן סײַ אירע ווײַט באַקאַנטע ווערק, אַזעלכע ווי "אײַכמאַן אין ירושלים", סײַ נײַ־געפֿונענע פֿראַגמענטן און מאַנוסקריפּטן. די מאַטעריאַלן ווערן אויסגעסדרט כראָנאָלאָגיש, און דאָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין איר דינאַמישע געדאַנק־אַנטוויקלונג פֿון די 1930ער ביז צו די 1960ער יאָרן. אין משך פֿון אָט דער צײַט איז חנה אַרענדט פֿאַרבליבן אַ לײַנדנשאַפֿטלעכע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרין פֿון די דראַמאַטישע היסטאָרישע געשעענישן, וועלכע האָבן אויפֿגעטרייסלט די וועלט. אירע ערשטע אַרטיקלען זײַנען דערשינען נאָך אין דער דײַטשיש־ייִדישער פּרעסע ערבֿ היטלערס קומען צו דער מאַכט. זי האָט פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד אין 1933 און זיך באַזעצט אין פּאַריז, וווּ זי האָט געאַרבעט פֿאַר אַ ציוניסטישער יוגנט־אָרגאַניזאַציע. אין 1940 האָט זי געהאַט דאָס גוטע מזל צו אַנטלאָפֿן פֿונעם אָקופּירטן פֿראַנקרײַך קיין אַמעריקע. בעת דער מלחמה האָט זי אַקטיוו מיטגעאַרבעט אין דער ניו־יאָרקער דײַטשיש־ייִדישער צײַטונג "אַופֿבאַו" און בהדרגה האָט זי זיך קונה־שם געווען אין דער זשורנאַליסטישער און אַקאַדעמישער וועלט פֿון אַמעריקע.

פּערזענלעכע אָנזיכטן און פֿילאָסאָפֿישע טעאָריעס פֿון חנה אַרענדט ווערן צומאָל קריטיקירט פֿאַר זייער פֿאָר־איבערצײַגטע השׂגות און ניט־אָביעקטיווער באַהאַנדלונג פֿון היסטאָרישער און פּאָליטישער ווירקלעכקייט. זי בלײַבט פּאָפּולער צווישן די לינקע פּובליציסטן, וועלכע האָבן ליב צו דערמאָנען אירע שאַרפֿע קריטישע אָפּשאַצונגען פֿון דער ציוניסטישער פּאָליטיק און אירע נבֿואות וועגן דעם קומעדיקן קריזיס אין די ייִדיש־אַראַבישע באַציִונגען. אין תּוך גענומען איז זי תּמיד געווען אַן אַנאַרכיסטקע, און האָט געהאַט טיפֿע ספֿקות מכּוח וואָסער ניט איז פּאָליטישער סיסטעם און מלוכישער אָרגאַניזאַציע. אָבער דערבײַ האָט זי ניט געגלייבט, אַז אַ יחיד אָדער אַ קבֿוצה קאָן בלײַבן לעבן אין דער הײַנטיקער וועלט אָן באַטייליקן זיך אין פּאָליטיק. אין דעם שטעקט אַ פּאַראַדאָקס, וואָס האָט געטריבן איר געדאַנק.

די דאָזיקע אינערלעכע סתּירה האָט שטאַרק באַווירקט אויך אַרענדטס פּאָזיציע לגבי דער ייִדישער פֿראַגע. פֿון איין זײַט, האָט זי שאַרף קריטיקירט דאָס אייראָפּעיִשע ייִדנטום (ווי אַן עכטע ״יעקע״, האָט זי פּשוט ניט באַמערקט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן) פֿאַר דעם, וואָס זינט דער השׂכּלה האָבן זיך די ייִדן בכּיוון ניט באַטייליקט אין דער פּאָליטיק און זיך אין גאַנצן פֿאַרלאָזט אויף באַשיצט צו ווערן פֿון דער מלוכה. בעת דער מאָדערנער תּקופֿה, האָבן די ייִדן פֿרײַוויליק אויסגעקליבן צו בלײַבן מחוץ דעם פּאָליטישן תּחום, און אַזאַ פּאָזיציע האָט, סוף־כּל־סוף, גורם געווען זייער חורבן. די מאָדערנע נאַציאָנאַלע מלוכה, וואָס איז אַנטשטאַנען אינעם 20סטן יאָהונדערט אויף די חורבֿות פֿון די אַלע אימפּעריעס, האָט פֿאַרראַטן די ייִדן. דערפֿאַר איז חנה אַרענדט געוואָרן אַן אָנהענגערין פֿון דער ציוניסטישער אידעע. אָבער דערבײַ איז זי געווען אַ שאַרפֿע קעגנערין פֿון דער פּראַקטישער ציוניסטישער פּאָליטיק. זי האָט געשטיצט דעם אידעאַלן פּלאַן פֿון שאַפֿן אַ "ייִדישע היים" אין ארץ־ישׂראל אינעם גײַסט פֿונעם "קולטורעלן ציוניזם" פֿון אחד־העם און מאַרטין בובער, אָבער זי איז געווען קעגן אַ נאַציאָנאַלער ייִדישער מדינה, לויט דעם אייראָפּעיִשן מוסטער.

אַרענדטס קוק אויף דער "ייִדישער פֿראַגע" איז געווען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון איר אייגענעם זעלבסט־באַנעם. איר ייִדישקייט האָט גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט רעליגיע און ווייניק מיט קולטור. דאָס איז געווען אַ פּאָזיציע פֿון זײַן אַליין אין דער וועלט. ווי אַ דײַטשיש־ייִדישע אינטעליגענטין, וואָס איז אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿון איר לאַנד, קולטור און סבֿיבֿה, האָט זי שאַרף איבערגעלעבט איר היימלאָזיקייט און אָפּגעריסנקייט. זי האָט געפֿונען איר היים אין דער אַבסטראַקטער וועלט פֿון הומאַניסטישע און דעמאָקראַטישע אידעאַלן, וואָס זי האָט אידענטיפֿיצירט מיט ייִדישקייט. אָבער דערבײַ האָט זי גוט געוווּסט, אַז די דאָזיקע אידעאַלן האָבן ניט קיין ממשותדיקייט אין דער רעאַלער וועלט, וואָס ווערט רעגירט דורך געוואַלט. ציוניזם איז געוואָרן איר "האָפֿענונג און שרעק", אַזוי ווי די רוסישע רעוואָלוציע פֿאַר י. ל. פּרצן. זי האָט פֿאַרמאָגט אַ שאַרפֿן אַנאַליטישן שׂכל און אַ שטאַרקן פּובליציסטישן טאַלאַנט, וואָס זי האָט אָפֿטמאָל גענוצט, כּדי צו שטעלן אומבאַקוועמע פֿראַגן און פּראָוואָצירן שאַרפֿע חלוקי־דעות. ביזן הײַנטיקן טאָג האָבן אירע אַרטיקלען אָפּגעהיט זייער פֿרישקייט און שאַרפֿזיניקייט, ווײַל זי האָט באַרירט דעם סאַמע עצם פֿון דער פּאָליטישער און מאָראַלישער פּראָבלעמאַטיק פֿון אונדזער צײַט.