צו זײַן 100־יאָריקן יובֿל
עס איז מסתּמא ווייניק באַקאַנט אונדזערע לייענער דער סאָוועטישער פּאָעט, פֿאָלקלאָריסט און איבערזעצער משה העלמאָנד (1907־1973). ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל וואָלאָדאַרסק־וואָלינסק (קוטוזאָוואָ), זשיטאָמירער געגנט, אוקראַיִנע. זײַן פֿאָטער, אַהרן העלמאָנד איז געווען אַ ייִדיש־העברעיִשער לערער. משה האָט פֿאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און איז אויך געוואָרן אַ לערער, דערונטער עטלעכע יאָר אינעם קינדער־שטעטל "קאָמאינטערן". לידער און דערציילונגען האָט ער געדרוקט צום ערשטן מאָל אין 1925 אין "יונגוואַלד" און "פּיאָנער".
ער האָט אויך געדרוקט אַרטיקלען און סקיצן אינעם מאָסקווער "עמעס" און אינעם כאַרקאָווער "שטערן". צוזאַמען מיט זײַן עלטערן ברודער שמואל, אַ לערער און דיכטער, האָט ער איבערגעזעצט לידער פֿון דער רוסישער דיכטונג. ער האָט מיטגעאַרבעט אויך מיטן דיכטער דוד האָפֿשטיין, וועלכער האָט אַ ריי העלמאָנדס איבערזעצונגען רעקאָמענדירט פֿאַר דער אויסגאַבע "פֿעלקער זינגען" (מאָסקווע). זײַנע איבערזעצונגען פֿון אַלעקסאַנדר פּושקין זײַנען דערשינען אין דער זאַמלונג "סאַטירע", קיִעוו, 1940. צוזאַמען מיטן דיכטער משה כאַשטשעוואַצקי האָט ער איבערגעזעצט אַלעקסאַנדר בלאָקס פּאָעמעס "צוועלף" און "פֿאָטערלאַנד".
איינצײַטיק האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט זאַמלען פֿאָלקלאָר, באַזונדערס, בײַ די פֿעלקער פֿון די דרום־געגנטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, און באַזוכט צוליב דעם אַ ריי קאַווקאַז־רעפּובליקן. אין דער דאַגעסטאַנער רעפּובליק האָט ער זיך באַקאַנט מיט די דאָרטיקע באַרג־ייִדן (טאַטן), מיט זייער שפּראַך און פֿאָלקלאָר און צונויפֿגעשטעלט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון טאַטישן פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור. אייניקע ווערק פֿון דער דאָזיקער זאַמלונג האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אין די זשורנאַלן "ייִדישע קולטור" (נ"י), "סאָוועטיש־היימלאַנד" און "די ייִדישע גאַס" (מאָסקווע).
אין העלמאָנדס ליד "צום פֿאָלק" דריקט אויס דער מחבר זײַן ייִדישע נשמה.
צום פֿאָלק
פֿאָלק, דײַן האַרץ איז מײַן האַרץ,
פֿון דײַן ליבע — אַ הייס,
פֿון דײַן צאַרטקייט אַ צאַרטס,
פֿון דײַן צאָרן — אַ בייזס.
און דײַן מאַרך — איז מײַן מאַרך,
פֿון דײַן מוח־געוועב
וואָס האָט פֿאַלדן אַ סך.
פֿאָלק, דײַן חכמה איך שעפּ
און דײַן בלוט איז מײַן בלוט,
מײַנס — אַ שטראָם פֿון דײַן ים,
מײַנס האָט אויך ניט גערוט,
ס'איז אויך רויט, ווי אַ פֿלאַם.
איך בין לײַב פֿון דײַן לײַב,
איך בין ביין פֿון דײַן ביין,
און דאָס ליד, וואָס איך שרײַב,
כ'שרײַב מיט דיר, ניט אַליין!
פֿון מײַן מאַמען — אין מיר
זי איז אַרײַן מיט דער מילך,
און איך זינג עס מיט דיר
און עס קלינגט און עס הילכט.
העלמאָנדס בילדערישקייט קאָמבינירט מיט זײַן פֿאָלקישקייט און דעקלאַמירטקייט, געפֿינט מען אָפֿט אין דער סאָוועטיש־ייִדישער פּאָעזיע. איינער אַזאַ מוסטער איז זײַן ליד "האַרץ".
האַרץ
ס'איז גרעסער פֿון אַ הויז וואָס שטײַגט אין הימל־הויך,
דײַן האַרץ, כאָטש ס'איז ניט גרעסער פֿון אַ פֿויסט,
ס'האָט אָן אַ צאָל שוין צימערן און צימערלעך,
דאָך טאָג נאָך טאָג אַלץ נײַע גאָרנס בויסט.
באַזעצסט אין זיי מיט ליבע מענטשן טויזנטער,
ווי קרובֿים — ברידער, שוועסטער, טעכטער, זין.
ס'פֿאַרמאַכט זיך אויף קיין רגע ניט די דרויסן־טיר,
און ס'וואַקסט פֿון גאָב צו גאָב דײַן הויזגעזינד
זײַ שטענדיק אָפֿן, שטענדיק אָן אַ פּאַרקן
פֿאַר אַלע וואָס פֿאַרדינען זיך דײַן גאָב
צו זיך, ווי מאַגניט, צי זיי צו נאָך שטאַרקער,
ס'בלוט ביזן לעצטן טראָפּן גיב זיי אָפּ.
משה העלמאָנדס לידער פֿאָרמאָגן סײַ פּאָעטישע צימצומדיקייט, סײַ חכמה אין זייער באַנעם פֿונעם מענטש און מענטשלעכקייט.
דרײַ טיפֿן
צווישן ביידע גרעסטע טיפֿן לעבסטו:
אונטער דיר — די טיף פֿון אונדזער ערד,
איבער דיר — די טיף פֿון הימל.
שעפּסטו
אין דײַן זעל פֿון ביידע, איז זי ווערט
צו באַקומען בײַ דער וועלט דעם נאָמען:
דריטע טיף — די טיפֿסטע פֿון די טרוימען!
די שיינע נאַטור און אידיליש לעבן אין צענטראַל־אַזיע האָבן אויך געלאָזט זייער שטעמפּל אויף משה העלמאָנדס פּאָעזיע.
פֿאַר טאָג
שווימט איבער בערג די שײַן, ווי לופֿט,
און זילבערט אָפּ דעם שניי.
אַ מיידל פּראַלט אַ פֿענצטער אויף:
— וווּ זינגט דער סאָלאָוויי?
— וואָס האָט זיך דיר געחלומט הײַנט? —
פֿרעגט אַ טשאַבאַנס* אַ שטים.
– אַז דו ביסט דאָ געווען, מײַן פֿרײַנד, —
דאָס מיידל ענטפֿערט אים.
אַ פֿישער־שיף אין אָט דער שעה
טוט פֿונעם ברעג אַ יאָג,
אַזוי ווערט עס געבוירן דאָ
אין בערג דער נײַער טאָג.
אין די דרײַ ווײַטערדיקע קורצע לידער שרײַבט משה העלמאָנד מעדידאַטיווע באַטראַכטונגען פֿול מיט חכמה וועגן דער נאַטור, זײַן קונסט און זײַן געזעלשאַפֿט.
* * *
אומזיסט מײַן פֿרײַנד מײַן נײַער וואַרפֿסטו פֿאָר מיר:
דו האַלטסט נאָך אַלץ פֿון אַלטע לידער־פֿאָרמעס,
דו גיסט נאָך אַלץ אין אַלטע פֿורעמס שטאָל,
אַ טענה האָסטו אויך צו אַ געוויינלעכן,
פֿאַר וואָס געבירט זי קינדער, ווי אַ מאָל,
פֿאַר וואָס איז אַלץ בײַם זויגקינד אין דער נאָרמע,
אַז ס'קומט ניט אויס ניט צוגעבן, ניט מינערן?
* * *
פֿרײַנד, דו ביסט פֿריִער געווען מײַן באַרגזײַל,
מײַן בעסטער אָנשפּאַר, מײַן עכטע פֿעסטונג,
פֿרײַנד, דו ביסט פֿריִער געווען מײַן באַרגטײַך
מײַן בלויע וואַסער, מײַן קלאָרסטער שפּיגל.
נאָר ס'האָט דער באַרגזײַל געטאָן איצטער —
דער הויכער באַרג איז אַ טאָל געוואָרן,
נאָר ס'איז דער באַרגטײַך געוואָרן אומריין —
דער קלאָרער טײַך איז אַ זומפּ געוואָרן.
וועגן וואָס זינגט דער סאָלאָוויי
חוץ איין ליד.
איין און איינציקער ליד,
גאָרניט זינגט ער אונדז ניט.
קיינער ווייסט ניט ביז הײַנטיקן טאָג,
וועגן וואָס איז זײַן אייביק געזאַנג,
איך בין זיכער, אַז ס'איז וועגן היים, וועגן לאַנד,
וועגן היימלאַנד
זײַן ליד
עס וואָלט דאָך אַנדערע
אים שוין דערעסן פֿון לאַנג.