פּוילן האָט אַלטע חשבונות מיט רוסלאַנד. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ביידע פֿעלקער זיך געשלאָגן. כאַראַקטעריסטיש, אַז אין דעם איצטיקן, נאָך-סאָוועטישן רוסלאַנד איז די באַפֿרײַונג פֿון מאָסקווע פֿון דער פּוילישער אָקופּאַציע און דער אָנהייב פֿון דער צאַרישער ראָמאַנאָוו-דינאַסטיע געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. און דווקא אַ וויכטיקער יום-טובֿ — פֿריִער האָט מען אַרום דער זעלבער צײַט געפֿײַערט די יאָרטעג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אין דער אמתן, האָט רוסלאַנד זיך שפּעטער מיט פּראָצענט צעצאָלט פֿאַר יענער אָקופּאַציע אין 17טן יאָרהונדערט: סוף 18טן יאָרהונדערט האָט רוסלאַנד אַרײַנגעשלונגען דעם גרעסטן טייל פֿון פּוילן און עס ניט אָפּגעלאָזט טאַקע ביז דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אַ שטיקל מלחמה איז נאָך דער רעוואָלוציע אויך געווען, אָבער פּוילן האָט עס געוווּנען און געוואָרן אומאָפּהענגיק.
פֿאַר דער מפּלה אָנהייב 1920ער יאָרן האָט זיך סטאַלין אָפּגערעכנט מיט פּוילן אין יאָר 1939. דער אָפּמאַך מיט היטלערן — דער אַזוי-גערופֿענער מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט — האָט געעפֿנט דעם וועג צו דער צווייטער וועלט-מלחמה; צו דעם חורבן. אין דעם ערשטן אַקט פֿון דעם בלוטבאָד האָבן די צוויי אַגרעסאָרן, דאָס נאַציסטישע דײַטשלאַנד און דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, צעטיילט פּוילן. די קאַטינער הריגה פֿון טויזנטער פּוילישע אָפֿיצירן איז, אַ פּנים, געווען אַ טייל פֿון דעם נקמה-נעמען, אין סטאַלינס באַנדיטישן נוסח.
אין פֿינף יאָר אַרום וועט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד "באַפֿרײַען" פּוילן און בײַטן די גרענעצן פֿונעם לאַנד — צונעמען די מיזרחדיקע טעריטאָריעס, וואָס זײַנען געווען דורות-לאַנג געדיכט באַפֿעלקערט דורך די פּאָליאַקן, און "קאָמפּענסירן" עס מיט דײַטשישע טעריטאָריעס. צו דער דאָזיקער נאַציאָנאַלער באַליידיקונג האָט מען נאָך צוגעגעבן אַ סאָציאַלע טראַוומע: מע האָט דאָס לאַנד פֿאַרוואַנדלט אין אַ סאָוועטישן סאַטעליט, דאָס הייסט, אַז מע האָט בגוואַלד געשטעלט די קאָמוניסטן צו פּראַווען מיט דער מדינה.
אָבער נאַציאָנאַלע טראַוומעס און באַליידיקונגען געדענקט מען זייער לאַנג, און פּוילן איז תּמיד געווען אַ שווערער סאַטעליט. דעם פּוילישן האָנער פֿילט מען דאָך אַפֿילו איצט, ווען פּוילן איז אַרײַן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד — עס בריקעוועט זיך די גאַנצע צײַט. האָט דאָס לאַנד זיך געבריקעוועט אויך אין די קאָמוניסטישע צײַטן. פּוילן האָט קיין מאָל ניט איבערגענומען אייניקע פֿון די סאָוועטישע ווילדקייטן. למשל, דעם פּויער האָט מען ניט אַרײַנגעטריבן אין קאָלווירטן (קאָלכאָזן), און דאָס רעליגיעזע לעבן האָט מען ניט דערקוועטשט. ניט צו פֿאַרגלײַכן מער פֿרײַהייט האָבן די פּאָליאַקן געהאַט מיט אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט.
זייער שאַרף איז געוואָרן דער סאָוועטיש-פּוילישער קאָנפֿליקט אין 1957, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דער "פּוילישער אָקטאָבער" (אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען דעמאָלט געהאַט אַן אידעאָלאָגישע "אָדליגע"). אין יענער צײַט האָט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע באַשלאָסן, אַז פּוילן שנײַדט זיך אויף דעם שוואַכן בינדרינג אין דער קייט פֿון סאָוועטישע סאַטעליטן. דערפֿאַר האָט מען גענומען העלפֿן דעם לאַנד עקאָנאָמיש, ווײַל די עקאָנאָמישע לאַגע איז געווען זייער אַ קאָמפּליצירטע.
אַ טייל פֿון דער פּראָבלעם איז געווען פֿאַרבונדן מיט פּרײַזן אויף קוילן. די סאָוועטישע אינדוסטריע האָט זיך גענייטיקט אין פּוילישע קוילן און עס געקויפֿט פֿאַר אַ פּרײַז, וואָס איז געווען צען מאָל נידעריקער ווי די פּרײַזן אויפֿן וועלט-מאַרק. האָט פּוילן געפֿאָדערט, מע זאָל עס בײַטן און צאָלן יושרדיקע מקחים. דער סאָוועטישער צד האָט געקריצט מיט די ציין (די אייגענע קוילן-אינדוסטריע איז געווען אין אַ נעבעכדיקן צושטאַנד), אָבער האָט געמוזט מסכּים זײַן.
די פּוילישע רעגירונג האָט אויסגעפּועלט נאָך איין וויכטיקע ענדערונג אין די באַציִונגען מיט מאָסקווע: די סאָוועטישע "עצה-געבערס" האָט מען צוגענומען פֿון דער פּוילישער געהיימער דינסט. שפּעטער האָט מען אָפּגערופֿן אויך דעם סאָוועטישן מאַרשאַל קאָנסטאַנטין ראָקאָסאָווסקי, וועמען מע האָט געשטעלט בראָש דעם פּוילישן פֿאַרטיידיקונג-מיניסטעריום. איצט ווייסן מיר פֿון די אַרכיוון-דאָקומענטן און זכרונות, אַז די סאָוועטישע אַרמיי איז געווען גרייט אַרײַנצוגיין אין וואַרשע און "אויסצוסדרן" דעם מצבֿ. אָבער ניכטערע קעפּ אין דער סאָוועטישער אָנפֿירונג האָבן עס ניט דערלאָזט.
די יאָרן 1956 און 1957 זײַנען געווען אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אויך אין ייִדישן לעבן אין פּוילן. פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זײַנען אָנגעקומען טויזנטער רעפּאַטריאַנטן. די רעגירונג האָט דערלויבט דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט" און דעם "אָרט" זיך אומקערן קיין פּוילן, ווײַל אַליין האָט די רעגירונג ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך ספּראַווען מיט דער עקאָנאָמישער אינטעגראַציע פֿונעם אָנגעקומענעם עולם. דער גרעסטער טייל רעפּאַטריאַנטן האָט זיך זייער לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן אין פּוילן און סוף-כּל-סוף (ווען מע האָט זיי דערלויבט) זיך געלאָזט ווײַטער, דער עיקר, קיין ישׂראל.
די פּוילישע ייִדישע צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" האָט אָפֿן געשריבן וועגן די רדיפֿות קעגן די סאָוועטישע ייִדישע קולטור-טוער. (דעמאָלט האָט מען נאָך געטענהט, דער עיקר, ניט וועגן סטאַלינס פֿאַרברעכנס, נאָר וועגן דער "בעריאַ-באַנדע".) אין דער זעלבער צײַט האָט זיך באַוויזן אַ מעגלעכקייט אײַנצושטעלן אַ לעבעדיקן קאָנטאַקט צווישן די פּוילישע און סאָוועטישע ייִדן. אָט ווי עס האָט וועגן דעם געשריבן די "פֿאָלקס-שטימע" דעם 3טן יאַנואַר 1957 (אַן אויסצוג פֿון י. בערגערס אַרטיקל "אונדזערע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדן פֿון אַנדערע לענדער"):
* * *
הגם פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין פּוילן איז דאָס יאָר 1956 געווען באַזונדערס שווער (בפֿרט ווײַל מע האָט געדאַרפֿט אײַנאָרדענען די נײַע רעפּאַטריאַנטן), איז דאָך נייטיק אָפּצומערקן ווי איינעם פֿון די פּאָזיטיווע מאָמענטן די פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער פֿאַרבינדונג מיט די אויסלענדישע ייִדן, מיט ייִדישע אינסטיטוציעס און ייִשובֿים אין אַנדערע מלוכות.
עס האָט זיך קודם-כּל שטאַרק פֿאַרבעסערט און אַקטיוויזירט אַ געוויסער אופֿן פֿון פֿאַרבינדונג מיט ייִדן פֿונעם כּמעט 3־מיליאָניקן ייִדישן קיבוץ אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. עס איז געווען אַ דורכויס אומנאַטירלעכע לאַגע, ווען צווישן ייִדן, וועלכע זענען געקניפּט און געבונדן צווישן זיך דורך דורות-לאַנגע טראַדיציעס [...] איז נישט נאָר נישט געווען קיין טאָג-טעגלעכע פֿאַרבינדונג (אָנהייבנדיק פֿון יאָר 1948), נאָר מע האָט אויף איין זײַט גרענעץ פּשוט נישט געוווּסט, וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער צווייטער. עס איז קינסטלעך, אומנאַטירלעך אויסגעגראָבן געוואָרן אַ תּהום צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און פּוילן. [...]
צווישן די צענדליקער טויזנטער טוריסטן פֿון פּוילן, וואָס האָבן אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר באַזוכט דעם ראַטן־פֿאַרבאנד, צווישן די פֿיל טויזנטער מענטשן, וועלכע פֿאָרן צו דאָרטיקע קרובֿים זענען געווען הונדערטער, טויזנטער פּוילישע ייִדן. פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען ווידער צוריקגעקומען קיין פּוילן אַ סך ייִדן, וועלכע זענען לאַנג געווען אָפּגעריסן פֿון אונדז. עס קאָן נישט זײַן קיין ספֿק, אַז דער אָפּמאַך (מכּוח רעפּאַטריאַציע) צווישן פּוילן און ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿון 18טן נאָוועמבער 1956 וועט עפֿענען נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר צענדליקער טויזנטער ייִדן אויסצוניצן די פֿאַרלײַכטערונג אין דער רעפּאַטריאַציע, כּדי צוריקצוקומען צו אונדז.
און דאָך, נישט געקוקט אויף די דערגרייכטע רעזולטאַטן אין די פֿאַרבינדונגען צווישן די פּוילישע און סאָוועטישע ייִדן, קאָן מען נישט זאָגן, אַז זיי באַפֿרידיקן אין דער פֿולער מאָס. די באַדערפֿענישן פֿון די סאָוועטישע ייִדן אין ייִדישע קולטור-ווערטן (אַזוי לאַנג ווי די פֿראַגע פֿון אייגענעם קולטור-שאַפֿן נאָך דעם שרעקלעכן חורבן פֿון דער תּקופֿה פֿון (סטאַלינס) "פּערזאָנען-קולט" איז נישט געלייזט) איז פֿילפֿאַכיק גרעסער, און די מעגלעכקייטן צו געבן אין דער הינזיכט הילף (אַפֿילו בײַ די באַגרענעצטע מיטלען פֿון די פּוילישע ייִדן) זענען אַ סך ברייטער, ווי די ביז־איצטיקע פֿאַרבינדונגען דערלויבן עס. מע דאַרף נאָר בײַקומען ערנסטע שוועריקייטן, וועלכע מע קאָן אייבערפֿלעכלעך באַטראַכטן ווי "טעכנישע" און אין תּוך גענומען זענען זיי אָפּשלוקעכצן פֿון דער אַלטער סיסטעם, בכדי עס זאָל ווערן פֿאַרווירקלעכט די נייטיקע פֿאַרברייטערונג פֿון דער פֿאַרבינדונג.
* * *
ווי מע זעט פֿון דעם דאָזיקן אַרטיקל (און עס זײַנען דאָ אַנדערע טעקסטן אויף דער טעמע), האָבן די פּוילישע ייִדישע טוער געהאַלטן אין יענער צײַט, אַז זייער אַחריות איז געווען צו העלפֿן דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, זי זאָל זיך ווידער שטעלן אויף די פֿיס. טיילווײַז איז עס, בלי-ספֿק, געווען אַן אויפֿריכטיקער פֿאַרלאַנג צו העלפֿן די פֿרײַנד און קאָלעגן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַ מעגלעכקייט צו לייענען און דרוקן אַ ייִדיש וואָרט. אָבער אין אַ היפּשער מאָס איז עס אויך געווען פֿאַרבונדן מיט אייגענע אינטערעסן.
די אינפֿראַ-סטרוקטור פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן איז געווען אויסגערעכנט אויף מער ייִדיש-רעדנערס איידער מע האָט געהאַט אין רוסלאַנד. די צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" האָט אין יענע יאָרן געדרוקט ווייניקער פֿון 7,000 קאָפּיעס, דאָס הייסט, אַז עס האָט געקאָנט עקזיסטירן נאָר אַ דאַנק סובווענצן. ניט-פֿאַרזיכערט, סובווענצן-אָפּהענגיק זײַנען געווען אַלע קאָמפּאָנענטן פֿון דער פּויליש-ייִדישער אינפֿראַ-סטרוקטור. אַ צוטריט צום סאָוועטיש-ייִדישן לייענער וואָלט געקענט ראַדיקאַל בײַטן דעם מצבֿ. אַ סבֿרא, אַז וועגן דעם האָבן געחלומט די אָנפֿירער פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס אין פּוילן, די ייִדישע קולטור-טוער. אָבער דאָס איז קיין מאָל ניט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, אַ חוץ אַ זייער באַגרענעצטער מעגלעכקייט צו שיקן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַ צאָל קאָפּיעס פֿון דער צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע".
אין אויגוסט 1957 איז אין מאָסקווע דורכגעפֿירט געוואָרן דער אינטערנאַציאָנאַלער יוגנט-פֿעסטיוואַל. דאָס איז געווען אַ געשעעניש, וועלכע האָט געדאַרפֿט ווײַזן דער וועלט אַז דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז געוואָרן מער אָפֿן פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע קאָנטאַקטן. די "פֿאָלקס-שטימע" האָט געשיקט קיין מאָסקווע איר פֿירנדיקן זשורנאַליסט אַבֿרהם (אָדם) קוואַטערקאָ, וואָס וועט שפּעטער רעדאַקטירן די צײַטונג, ביז זײַן פּטירה אין 1993. אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה איז קוואַטערקאָ געווען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און, פֿאַרשטייט זיך, ניט געהאַט קיין פּראָבלעמען מיט רוסיש. זײַן רײַזע האָט ער באַשריבן אין אַ צאָל אינפֿאָרמאַטיווע אַרטיקלען, וואָס דערציילן וועגן דעם מצבֿ פֿון דער מאָסקווער ייִדישער קולטור-סבֿיבֿה (איינעם פֿון זיי, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער "פֿאָלקס-שטימע" דעם 11טן סעפּטעמבער 1957, דרוקן מיר דאָ איבער).