מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אין מאָסקווע אַרויס אַ נײַע רוסישע אויסגאַבע פֿונעם ערשטן טייל פֿון שלום-עליכמס בוך "מאָטל פּייסי דעם חזנס", באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קינסטלער הערש אינגער.
"מאָטל פּייסי דעם חזנס", די טראַגיש־קאָמישע מעשׂה וועגן אַ צען-יעריקן ייִנגל-יתום פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל, איז איינס פֿון שלום־עליכמס בעסטע ווערק; דער ערשטער טייל פֿונעם בוך, וווּ מאָטלס משפּחה קלײַבט זיך צו עמיגרירן קיין אַמעריקע, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1907, בעת שלום-עליכמס ערשטן וויזיט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; שפּעטער, אין די לעצטע צוויי יאָרן פֿון זײַן לעבן, פֿון 1914 ביז 1916, האָט דער שרײַבער צוגעגעבן דעם צווייטן טייל, אין וועלכער עס גייט אַ רייד וועגן מאָטלס פּאַסירונגען אין אַמעריקע. "מאָטל פּייסי דעם חזנס" ווערט אָפֿט צוגעגליכן צו מאַרק טוויינס "אַווענטורעס פֿון טאָם סויער"; מאַרק טוויין אַליין האָט זיך אַמאָל אָנגערופֿן "דער אַמעריקאַנער שלום־עליכם".
ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זענען, צום באַדויערן, בכלל נישט באַקאַנט מיטן בוך "מאָטל פּייסי דעם חזנס", אָדער באַטראַכטן עס דווקא ווי אַ "ווערק וועגן אימיגראַציע". אין רוסלאַנד, אָבער, איז "מאָטל" באַקאַנט כּמעט יעדן ייִד, אַחוץ די סאַמע אַסימילירטע, ווי אויך מיליאָנען ניט־ייִדישע לייענער. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן שלום-עליכמס ביכער, פֿרײַ צוטריטלעך אין יעדער גרויסער ביבליאָטעק, געדינט ווי איינער פֿון די איינציקע אָפֿענע אינפֿאָרמאַציע-קוואַלן וועגן ייִדישקייט.
די ערשטע רוסישע איבערזעצונג פֿון די ערשטע קאַפּיטלען "מאָטל פּייסי דעם חזנס" איז אַרויס נאָך אין 1910. אין דער הײַנטיקער באַקאַנטער רוסישער איבערזעצונגען, פּובליקירט אינעם יאָר 1960, הייסט דאָס בוך "דאָס ייִנגל מאָטל" ("Мальчик Мотл"). דעם איבערזעצער, מיכאַיִל שאַמבאַדאַל (1891-1964), אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער, זשורנאַליסט און פּאָעט, וועלכער האָט אויך איבערגעזעצט אַ סך אַנדערע שלום-עליכמס ווערק, האָט זיך אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן דעם אויטענטישן גײַסט און די זאַפֿטיקע שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל. ס׳איז איראָניש, אַז שאַמבאַדאַלס "סאָוועטישער נוסח" פֿון שלום-עליכמען קלינגט אַ סך מער ייִדישלעך, ווי ס׳רובֿ הײַנטיקע רוסישע ביכער אויף ייִדישע טעמעס, וווּ די טראַדיציאָנעלע מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור ווערט פֿאַרביטן אויף אַן אידעאָלאָגיזירטן ישׂראלדיקן "סוראָגאַט", לויט וועלכן אַפֿילו די נעמען פֿון די ייִדישע קלאַסיקער ווערן אַרויסגערעדט ווי "שאַלאָ׳ם אַלייכע׳ם" אָדער, למשל, "מאָכע׳ר ספאַרי׳ם".
מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "טעקסט" איבערגעדרוקט שאַמבאַדאַלס איבערזעצונגען פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס", צוזאַמען מיט "טבֿיה דער מילכיקער", ווי אַ טייל פֿון דער רוסיש-ישׂראלדיקער ביכער-סעריע "ספֿר יהודי" ("דאָס ייִדישע בוך"). אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט די חנוודיקע סאָוועטישע אילוסטראַציעס, האָבן די דרוקער "באַצירט" דעם טאָוול מיט אַ קאַריקאַטוריש בילד פֿון אַן אָפּגעריסענעם-אָפּגעשליסענעם "גלות-ייִד", וואָס וואָלט גיכער געפּאַסט פֿאַר אַן אנטיסעמיטישער אויסגאַבע.
די נײַע קאָמענטירטע קונסט-אויסגאַבע, אַרויסגעלאָזט בשותּפֿות פֿון די מאָסקווער ספּעציאַלירטע פֿאַרלאַגן "טערעווינף" און "קולטור-רעוואָלוציע", וואָס דרוקט, על-פּי־רובֿ, ערנסטע ביכער וועגן פּסיכאָלאָגיע, פּעדאַגאָגיק, געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע, איז פֿול מיט קאָליריקע, פּרעכטיקע בילדער, אָפּגעדרוקט מיט אַ הויכער קוואַליטעט; אַפּנים, דאָס איז די שענסטע ווערסיע פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס" אין דער וועלט.
דער קינסטלער הערש (גריגאָרי) אינגער (1910־1995) איז באַקאַנט דעם סאָוועטישן לייענער מיט זײַנע אילוסטראַציעס צו שלום-עליכמס ביכער, ווי אויך צו דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אינגער האָט דורכגעמאַכט זייער אַ שווער לעבן: אין זײַנע קינדער-יאָרן אין אומאַן, בעת דעם בירגער-קריג, האָט ער זיך עטלעכע מאָל געראַטעוועט על-פּי-נס פֿון פּאָגראָמען; לעבנדיק אין עוואַקואַציע, בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָט ער פֿאַרלוירן זײַן שוועסטער און ברודער. נישט געקוקט אויף די טראַגישע איבערלעבענישן און אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, איז דער קינסטלער געבליבן געטרײַ דער ייִדישער טעמאַטיק.
אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע פֿריִערדיקע באַקאַנטע רעאַליסטישע אילוסטראַציעס, זענען אינגערס שפּעטערדיקע ווערק, געשאַפֿן במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר פֿון זײַן לעבן, אויסגעמאָלט אין אַן אוניקאַלן "קינדערישן" סטיל, וווּ כּמו-קינדערישקייט ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט ערנסטקייט און טראַגישער איראָניע. אינעם יאָר 2005 האָט די טאָכטער פֿונעם קינסטלער, מאַריאַ אינגער, פֿאָרגעלייגט דעם מאָסקווער גראַפֿיקער און רעדאַקטאָר איליאַ בערנשטיין צו פֿאַרעפֿנטלעכן איר טאַטנס אומבאַקאַנטע ווערק. מיט אַ יאָר צוריק האָבן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט, אויך דורכן פֿאַרלאַג "טערעווינף", אַן אַלבאָם און אַ קאַטאַלאָג פֿון אינגערס ווערק — אַ מין אילוסטרירטע מאָנאָגראַפֿיע (לייענט מ. קרוטיקאָווס אַרטיקל אינעם "פֿאָרווערטס", 10טער נאָוועמבער, 2006).
דער "שידוך" צווישן הערש אינגערס פֿאָלקסטימלעכע "קינדערישע" אילוסטראַציעס צום "מאָטל" מיט דער אויטענטישער שאַמבאַדאַלס איבערזעצונג איז זיכער געראָטן. כּדי צו פֿאַראינטערעסירן אַ ברייטערן קרײַז לייענער, ווערט דער טעקסס באַגלייט בײַ דער זײַט מיט בערנשטיינס קאָמענטאַרן, וווּ עס ווערן דערקלערט אַזעלכע פּשוטע רעאַליעס פֿונעם ייִדישן לעבן, ווי "פּסח", "רבֿ", "קדיש" און "חדר". דאָס בוך ווערט אויך באַגלייט מיט קורצע אַרטיקלען פֿון מיכאל קרוטיקאָוו, וועגן דער געשיכטע פֿונעם בוך, און פֿון מאַריאַ טשעגאָדאַיעוואַ, אַ באַקאַנטע רוסישע קונסט-קענערין, וועגן אינגערס שאַפֿונג.
איליאַ בערנשטיין האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זײַן בוך איז לאוו-דווקא פֿאַרבונדן מיט דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו ייִדיש און מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישקייט אין רוסלאַנד. כּדי צו פֿאַרעפֿנטלעכן דאָס בוך, וואָס איז אַרויס אין 1,000 עקזעמפּלאַרן, האָט מאַריאַ אינגער, די אָנפֿירערין פֿונעם פּראָיעקט, געמוזט פֿאַרקויפֿן עטלעכע ווערק פֿון איר טאַטן. בערנשטיין האָט געטענהט, אַז ער האָט נישט געקענט געפֿינען גענוג ספּעציאַליסטן, דערפֿאַר האָט ער געמוזט שרײַבן דעם קאָמענטאַר אַליין, הגם ער אַליין קען כּמעט נישט קיין ייִדיש.
כּדי צו זאַמלען די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע, האָט בערנשטיין זיך געווענדט צו דער אינטערנעץ־געזעלשאַפֿט "ru_yiddish", וווּ עס קומען צוזאַמען רוסיש־רעדנדיקע קענער און ליבהאָבער פֿון מאַמע-לשון, בײַ דעם "בלאָגער"-וועבזײַט "Livejournal.com". אין דער דאַנק-רשימה בײַם אָנהייב פֿונעם בוך, באַדאַנקט דער מחבר אַ צאָל מיטגלידער פֿון "ru_yiddish", דערמאָנענדיק זיי בײַ זייערע אינטערנעץ־צונעמענישן. בשעת די אינטערנעץ־דיסקוסיעס איז אויך אויסגענוצט געוואָרן אַן "אָנלײַן"-קאָפּיע פֿון "מאָטל", פֿון דער פֿראַנקפֿורטער אינטערנעץ-ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער (לייענט י. מאַטוועיעווס אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס", 8טער יוני און 31טער אויגוסט, 2007).
צום באַדויערן, האָבן ס׳רובֿ ייִדיש-ספּעציאַליסטן פֿון "ru_yiddish" זיך נישט אַקטיוו באַטייליקיט אין בערנשטיינס פּראָיעקט. דערפֿאַר לײַדט זײַן קאָמענטאַר פֿון אַ צאָל אומפּינקטלעכקייטן און אַנאַכראָניזמען; דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך ערשט דערוווּסט וועגן דער נײַער ווערסיע פֿון "מאָטל", ווען דאָס בוך איז שוין אַרויס אין דרוק.
צום בײַשפּיל, שרײַבט דער קאָמענטאַטאָר, אַז "טריפֿה-פֿלייש" איז "דאָס פֿלייש פֿון אַ בהמה, וואָס האָט געליטן פֿון געוויסע קראַנקייטן און דעפֿעקטן". הגם אַזאַ פֿלייש הייסט טאַקע אויף לשון-קודש "טריפֿה", מיינט עס אויפֿן פּשוטן מאַמע-לשון, דער עיקר, דאָס פֿלייש, וואָס איז געקוילעט געוואָרן אויף אַ נישט־ייִדישן אופֿן. דער גרעבסטער טעות געפֿינט זיך, דאַכט זיך, אינעם אַכטן קאַפּיטל, וווּ מאָטלס ברודער עליע האָט געזאָגט אַ ביכער-אײַנבינדער, "ער זאָל נישט פֿאַרבײַטן די יוצרות, ניט בינדן אַ הגדה מיט אַ סליחה אינאיינעם". אינעם קאָמענטאַר שטייט, אַז "אַגדה איז דער לעגענדע-טייל פֿונעם תּלמוד" (אין דער רוסישער איבערזעצונג ווערט פֿאַרשלונגען דער אות "הא", דערפֿאַר האָט דער מחבר אויסגעמישט "הגדה" מיט "אגדה"). ס׳רובֿ קאָמענטאַרן זענען, אָבער, גאַנץ פּינקטלעך און ניצלעך.
דערווײַל האָבן די מחברים פֿונעם פּראָיעקט איבערגעדריקט בלויז דעם ערשטן טייל פֿון "מאָטל", ווײַל אינגערס שוואַרץ-ווײַסע אילוסטראַציעס צום "אַמעריקאַנער" טייל פֿונעם בוך, געשאַפֿן אין די 1940ער יאָרן נאָך אַ באַשטעלונג פֿון די סאָוועטישע פֿאַרלעגער, זענען געשאַפֿן אין אַ מער געוויינטלעכן "אָפֿיציעלן" סטיל. בערנשטיין האָט אָבער איבערגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז אויב דער ערשטער טייל פֿון "מאָטל" וועט אויסנעמען, וועלן זיי, מעגלעך, צוגרייטן אויך דעם צווייטן טייל. איצט פּלאַנירן מאַריאַ אינגער און איליאַ בערנשטיין צו פֿאַרעפֿנטלעכן נאָך צוויי ביכער מיט הערש אינגערס אילוסטראַציעס: "טבֿיה דער מילכיקער" און אַ זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקס-לידער.
הגם די נײַע ווערסיע "מאָטל" איז מער פֿאַרבונדן מיט קונסט, ווי מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, איז די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם בוך אַ קלאָרער סימן פֿון אַן ערנסטן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין רוסלאַנד; אַלץ מער רוסלענדישע ייִדן ווערן פֿאַראינטערעסירט מיט זייערע אייגענע, מיזרח־אייראָפּעיִשע שרשים, אין נישט בלויז מיטן פֿרעמדן העברעיִש-ישׂראלדיקן "פּאָפּ-ייִדישקייט", וואָס הערשט, צום באַדויערן, אין אַ סך ייִדישע קהילות אין לאַנד; עס ווילט זיך האָפֿן, אַז עס וועט נאָך קומען אַ צײַט, ווען אַזעלכע פּרעכטיקע אילוסטרירטע אויסגאַבעס פֿון אונדזער קלאַסישער ליטעראַטור וועלן אַרויס אויך אינעם ייִדישן אָריגינאַל.