- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וויפֿל פֿעלערן קענען מיר מאַכן? טײַערע חזנטע, איך בין אַלט געווען 10 יאָר ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט ליטע. די ערשטע קרבנות זענען געפֿאַלן מײַן פֿאָטער און ברודער. איך בין באַפֿרײַט געוואָרן פֿון אוישוויץ נאָך 5 יאָר לײַדן מיט אַ וואָג פֿון 27 קילאָ, מיט טיפֿוס און טובערקולאָז. איך האָב באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין ישׂראל. נאָך 3 חדשים האָב איך דאָרטן זיך באַקענט מיט מײַן ליבן מאַן שמואל ראָזענבאַום. ער איז געקומען ווי אַ טוריסט פֿון שוועדן קיין ישׂראל. ער איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון בערגען־בעלזען. מיר האָבן ביידע געהאַט דעם זעלביקן גורל, די זעלביקע שפּראַך און איך האָב מײַן מאַן זייער, זייער ליב געהאַט. ער איז געווען אַלץ פֿאַר מיר. 36 יאָר האָבן מיר גליקלעך געלעבט צוזאַמען און מיט 10 יאָר צוריק האָט דער ביטערער גורל אים אַוועקגענומען פֿון מיר. קיין קינדער האָבן מיר ניט געוואָלט ברענגען אויף דער וועלט. איך האָב מורא געהאַט, אַז מײַנע קינדער זאָלן ניט האָבן מײַן גורל. דאָס איז געווען דער גרעסטער פֿעלער אין מײַן לעבן. איך בין 75 יאָר אַלט. נאָך מײַן מאַנס טויט האָב איך מער ניט געוואָלט זיך באַקענען מיט נײַע פֿרײַנד. דאָס איז אויך געווען אַ טעות. הײַנט בין איך עלנט און אַליין. אַלץ איז פּוסט פֿאַר מיר. זאָגט מיר, ליבע חנה, וויפֿל טועתן קענען מיר, מענטשן, מאַכן און דאָס לעבן זאָל ווײַטער פֿונקציאָנירן? שׂרה ראָזענבאַום, שטאָקהאָלם, שוועדן טײַערע שׂרה, אַ דאַנק פֿאַר אײַער שיינעם און רירנדיקן בריוו. די וואָס האָבן נישט געליטן ווי איר, קענען זיך נאָר פֿאָרשטעלן די גרוילן פֿונעם חורבן און דעם עפֿעקט וואָס דאָס האָט געלאָזט אויף אײַער לעבן. אין אײַער לעבן, דאַכט זיך מיר, האָט איר געהאַט אַ וווּנדערלעכע ליבע צווישן אײַך און אײַער מאַן. איר האָט איבערגעגעבן אײַער גאַנצע ליבע צו איין מענטש, און צום באַדויערן, איז ער שוין מער נישט מיט אײַך. עס פֿאַרדריסט אײַך, וואָס איר האָט זיך נישט פֿאַרבונדן מיט אַנדערע מענטשן, אָבער ס׳איז נישט צו שפּעט. לאָמיר האָפֿן, אַז איר האָט נאָך אַ צאָל גוטע, געזונטע יאָרן אין דער צוקונפֿט. איך וויל אײַך פֿאָרלייגן עטלעכע זאַכן, וועלכע זאָלן אײַך העלפֿן אין לעבן, אָבער מיטן אויג נאָר אויפֿן מאָרגן, נישט אויפֿן נעכטן. איך וואָלט אײַך געעצהעט, איר זאָלט אַרײַן אין אַ היים אָדער קהילה פֿאַר פּענסיאָנירטע. איר וואָלט געדאַרפֿט זיך געפֿינען צווישן אַנדערע מענטשן, און נישט בלײַבן אַליין. עס וואָלט אײַך געהאָלפֿן צו זײַן אין אַן אָרט וווּ מע עסט מיט אַנדערע אין אײַער עלטער, וועלכע האָבן אויך פֿאַרלוירן אַ מאַן צי אַ פֿרוי. איר וואָלט געדאַרפֿט געפֿינען אַ געזעלשאַפֿטלעכע גרופּע פֿאַר עלטערע לײַט. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אײַער שיל אָדער ייִדישן קהילה־צענטער, און בעט בײַ זיי רעקאָמענדאַציעס. אפֿשר קענט איר ווערן אַ פֿרײַוויליקער אין אַן אָרגאַניזאַציע? אַז מע העלפֿט אַנדערע, וואַקסט בײַ זיך די זעלבסט־ווערט. אינעם נײַעם יאָר, 5768, ווינטש איך אײַך נײַע פֿרײַנדשאַפֿטן און באַקאַנטשאַפֿטן, וועלכע וועלן אײַך העלפֿן צו לינדערן אײַער עלנטקייט. אַ קריגערײַ בעת די הייליקע טעג טײַערע חזנטע, אַז סע דערנענטערן זיך די הייליקע טעג, הייבט זיך אָן אַ קריגערײַ צווישן מיר און מײַן ווײַב. עס איז וויכטיק צו גיין אין שיל ראָש־השנה און יום־כּיפּור. איך האָב זייער ליב צו הערן ווי דער חזן דאַוונט, אויסצוגיסן מײַן האַרץ דורך די ניגונים און תּפֿילות וואָס מיר הערן יעדעס יאָר. מײַן פֿרוי האָט נישט ליב צו בלײַבן אין שיל מער ווי אַ קורצע צײַט. זי טענהט, אַז עס ווערט איר נימאס. איך פֿאַרשטיי נישט ווי קען עס איר מאַכן נודנע? יעדעס יאָר, דאַרף איך אַוועק פֿריִער, ווי איך האָב געוואָלט און איך ווער אין כּעס. זי ווערט אויך אין כּעס, ווײַל זי האַלט, אַז זי בלײַבט לענגער ווי זי האָט געוואָלט און שפּרינגט אַרויס פֿון די כּלים. ווי קען מען די פּראָבלעם לייזן דאָס יאָר? זיצפֿלייש טײַערער זיצפֿלייש, נאָר ווײַל איר האָט חתונה געהאַט מיינט עס נישט, אַז איר זענט ביידע געוואָרן ווי איין מענטש! איר דאַרפֿט בלײַבן אין שיל ווי לאַנג עס גלוסט זיך אײַך, ווײַל דאָס איז וויכטיק פֿאַר אײַך. אײַער פֿרוי דאַרף בלײַבן ווי לאַנג זי וויל אָן קיין שום דרוק פֿון אײַער זײַט. איר קענט נאָך אַלץ פּראַווען די ימים־טובֿים צוזאַמען, אַפֿילו ווען איר פֿאַרברענגט נישט אין איינעם די גאַנצע צײַט. איך וויל אויך פֿאָרלייגן, אַז איר זאָלט ווײַזן אײַער פֿרוי די תּפֿילות, וואָס איר האַלט פֿאַר וויכטיק, און זי אויסלערנען די ניגונים, וואָס איר האָט ספּעציעל ליב. ווען איר וואָלט זיך געטיילט מיט אַזוינע געדאַנקען און טראַדיציעס מיט אײַער פֿרוי, אָן זיי אַרויפֿצוצווינגען אויף איר וואָלט דאָס אפֿשר איר געהאָלפֿן צו געפֿינען אַ באַטײַט אין זיי אויך. אַ גוט־יאָר אײַך ביידן! * * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
|