|
|
Credit: Chana Pollack |
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז חבֿר קאַץ באַערט געוואָרן דורך דעם עפֿנטלעכן קונסט-פּריאָעקט "Place Matters", געגרינדעט דורך דער ניו־יאָרקער קולטור-אָרגאַניזאַציע "City Lore" און דער "מוניציפּאַלער קונסט-געזעלשאַפֿט", וואָס שטרעבט צו פֿאַראייביקן די קולטורל־ירושה פֿון דער שטאָט. וועגן דער וויכטיקער געשעעניש דערציילט אין "ניו-יאָרק טײַמס" איר קאָרעספּאָנדענט גרעגאָרי בײַער.
אלעזר קאַץ איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן, אינעם יאָר 1936; בעת דעם חורבן, האָט זיך אים מיט זײַן מוטער אײַנגעגעבן צו ווערן אַרויסגעשמוגלט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ אויף אַ פֿאַרם הינטער דער שטאָט, וווּ ער האָט געלעבט מיט אַ קריסטלעכער משפּחה, ווי זייערס אַן אייניקל.
נאָכן עמיגרירן קיין ניו־יאָרק אין 1962, האָט אלעזר געחלומט צו ווערן אַ מיטאַרבעטער אינעם "פֿאָרווערטס". נאָך דרײַ חדשים אַרבעט אין אַן אַנדער ייִדישער טאָג־צײַטונג, איז ער, מיט מזל, אָנגענומען געוואָרן ווי אַ זעצער אינעם "פֿאָרווערטס". אין יענער צײַט האָט די צײַטונג זיך געפֿונען אויפֿן אַדרעס פֿון 175 איסט-בראָדוויי, אויף דער איסט־סײַד, אינעם דרום-מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן.
קאַץ אַרבעט ווי אַ זעצער אינעם "פֿאָרווערטס" שוין 45 יאָר. הגם די צײַטונג האָט זיך שטאַרק געביטן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע יאָרן: פֿון אַ טאָג־צײַטונג איז דער "פֿאָרווערטס" געוואָרן אַ וואָכן־צײַטונג, איז ער נאָך אַלץ די פּרעסטיזשפֿולסטע ייִדישע צײַטונג אין דער ייִדישער וועלט. די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע פּובליקירט אויך אַ באַזונדערע צײַטונג אויף ענגליש — FORWARD.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז קאַץ באַערט געוואָרן דורך דעם עפֿנטלעכן קונסט-פּריאָעקט "Place Matters", געגרינדעט דורך דער ניו־יאָרקער קולטור-אָרגאַניזאַציע "City Lore" און דער "מוניציפּאַלער קונסט-געזעלשאַפֿט", וואָס שטרעבט צו פֿאַראייביקן די קולטור־ירושה פֿון דער שטאָט דורך אָנדענק-צייכנס אין די היסטאָרישע ערטער פֿון ניו־יאָרק, וואָס דערציילן וועגן פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס, עטנישע גרופּן אָדער פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן בײַגעטראָגן צו דער אַנטוויקלונג פֿון באַזונדערע געגנטן און דער שטאָט בכלל. די קינסטלער פֿונעם פּראָיעקט האָבן אויפֿגעשטעלט אַ שטענדיקן טאָוול לכּבֿוד אלעזר קאַץ אויף שטראַוס-סקווער, לעבן דעם געוועזענעם "פֿאָרווערטס"־בנין, מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אַרויסגענומען פֿונעם "פֿאָרווערטס"-אַרכיוו און אַ קורצער ביאָגראַפֿיע אויף ייִדיש און ענגליש.
קאַץ, אַ נידערוווּקסיקער, ברייטפּלייציקער מאַן, מיט שיין־פֿאַרקעמטע "זילבערנע" האָר און ביפֿאָקאַלע ברילן, פֿלעגט מיטאַרבעטן מיט אַ סך באַרימטע שרײַבער. אין אַן אינטערוויו מיט דער "ניו-יאָרק טײַמס" דערציילט ער, אַז במשך פֿון אַ געוויסן פּעריאָד, פֿלעגט יצחק באַשעוויס־זינגער פֿאַרטרויען זײַנע כּתבֿ־ידן, זיי זאָלן געזעצט ווערן בלויז דורך חבֿר קאַץ. באַשעוויס פֿלעגט אַרויפֿקומען אין דער זעצערײַ אויפֿן 10טן שטאָק, וווּ קאַץ האָט געאַרבעט, אַליין קאָרעגירן זײַנע דערציילונגען אָדער אַרטיקלען און צוריקנעמען זײַנע כּתבֿ־ידן. איינמאָל האָט דער שרײַבער באַמערקט, אַז עס פֿעלט אויס איין זײַט פֿונעם כּתבֿ־יד. פּרוּוונדיק צו באַשרײַבן באַשעוויסעס רעאַקציע, האָט קאַץ אויפֿגעהויבן די הענט און אויסגעהויכט "או-וואַ". חנה, אלעזרס ווײַב, האָט אָפּגעטײַטש איר מאַנס זשעסט: "עס האָט זיך געטאָן אויף טיש און אויף בענק".
שׂרה-רחל שעכטער, אַ זשורנאַליסטקע פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט דערציילט, אַז הגם קאַץ האָט, במשך פֿון איר אַרבעט אין דער צײַטונג, "היפּש פֿאַרברייטערט איר ייִדישן וואָקאַבולאַר מיט געוויסע ייִדיש־פֿאָלקסטימלעכע שעלט-ווערטער", האָט ער געוווּנען, צוליב זײַן פֿרײַנדלעכקייט, אַ שטאַרקע סימפּאַטיע צווישן די קאָלעגן; אַ טייל מיטאַרבעטער האָבן אים צוגעטראַכט אַ פֿרײַנדלעכן צונאָמען — "קעצעלע".
שפּעטער נאָך דעם אינטערוויו, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט קאַץ, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און עטלעכע ייִנגערע "פֿאָרווערטס"-קאָלעגן, געקומען צו אַ קבלת-פּנים בײַם פּראָיעקט "Place Matters" אינעם ניו-יאָרקער "טענעמענט-מוזיי", אויף דער איסט־סײַד פֿון מאַנהעטן. די אוידיטאָריע האָט אים געבעטן צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער. ער האָט אָנגעהויבן מיט די ווערטער: "איך הייס קאַץ. איך האָב קיינמאָל נישט געוווינט אויף דער איסט-סײַד. איך האָף, אַז איר וועט מיר מוחל זײַן דעם דאָזיקן חטא".