דעם 30סטן סעפּטעמבער וועט מען שטימען אין אוקראַיִנע, וווּ אַ נײַער פּאַרלאַמענט (ראַדע) וועט אפֿשר אַרויספֿירן דאָס לאַנד פֿון אַ פּאָליטישן טעמפּן ווינקל. עס קעמפֿן איצט פֿאַרשיידענע פּאַרטייען פֿאַר אַ באטײַטיקער ראָלע אין דעם ווײַטערדיקן פּאָליטישן לעבן פֿונעם לאַנד. די הויפּט-פּאַרטייען זײַנען דרײַ: די גרעסטע שטיצע (אַזוי ווײַזן, לכל-הפּחות, די אויספֿרעגן) האָט די "פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען", בראָש מיטן איצטיקן פּרעמיער-מיניסטער וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, אַ ביסל ווייניקער חסידים האָט דער בלאָק פֿון יוליאַ טימאָשענקאָ, און נאָך ווייניקער — די פּאַרטיי "אונדזער אוקראַיִנע" פֿון דעם פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ.
די "פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען" שטעלט פֿאָר, דער עיקר, די רוסיש-רעדנדיקע באַפֿעלקערונג, בפֿרט אין די מיזרחדיקע געגנטן פֿון אוקראַיִנע, וועלכע האָבן דורות-לאַנגע קולטורעלע פֿאַרבינדונגען מיט רוסלאַנד. אַ חוץ דער לינגוויסטישער און קולטורעלער קרובֿהשאַפֿט מיט רוסלאַנד, האָט אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג נאָך איין אידעאָלאָגישע ענלעכקייט מיטן רוסישן הויפּט-שטראָם, דהײַנו: מע קוקט מיט אַ חשד אויף דער מערבֿדיקער וועלט, בפֿרט אויף די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
יוליאַ טימאָשענקאָ, די שיינע פֿרוי מיט אַ צאָפּ אויפֿן קאָפּ, איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער אָראַנזש-רעוואָלוציע*, וועלכע איז נאָך ניט לאַנג צוריק געווען אַ הייסע זשורנאַליסטישע טעמע. דער טימאָשענקאָ-בלאָק, ווי אויך די אָנהענגער פֿון יושטשענקאָ, זײַנען מער פּאָפּולער אין די מערבֿדיקע, אוקראַיִניש-רעדנדיקע געגנטן. אייניקע פֿון די דאָזיקע געגנטן האָבן, בכלל, אַ קנאַפּן היסטאָרישן שײַכות צו די מיזרחדיקע טיילן פֿונעם לאַנד. ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה האָבן זיי געהערט צו פֿאַרשיידענע אימפּעריעס — דער עסטרײַכישער און דער רוסישער; ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען זיי געווען צעטיילט דורך דער פּויליש-סאָוועטישער גרענעץ. קיין חידוש ניט, אַז מערבֿ-אוקראַיִנע קוקט אויף דער וועלט ניט אַזוי ווי מיזרח-אוקראַיִנע. דעם מערבֿ ציט טאַקע צום מערבֿ, צו די לאָזונגען פֿון דעם אָראַנזש-שטראָם אין דער איצטיקער אוקראַיִנישער פּאָליטיק.
אַ סבֿרא, אַז די זשורנאַליסטן מאַכן איצט אַ שווײַג וועגן די וואַלן, ווײַל מע וויל זיך ניט באַנאַרישן. פֿריִער האָט מען דאָך די גאַנצע שפּיל פֿאָרגעשטעלט אין שוואַרץ-ווײַסע פֿאַרבן: די גוטינקע זײַנען געווען יושטשענקאָ און טימאָשענקאָ, און יאַנוקאָוויטש איז געווען דער גזלן. אָבער די געשעענישן האָבן שפּעטער געוויזן, אַז אַזאַ סכעמאַטישקייט שפּיגלט ניט אָפּ די רעאַלקייט. יושטשענקאָ האָט זיך צעקריגט מיט טימאָשענקאָ. זײַן אַחדות מיט יאַנוקאָוויטשן האָט פֿאַרפּלאָנטערט דעם גאַנצן ענין, ווײַל דאָס האָט אַ שמעק געטאָן מיט פּרינציפּלאָזער פּאָליטיק. די פֿינאַנציעלע סקאַנדאַלן אַרום טימאָשענקאָ האָבן ניט צוגעגעבן צו פֿיל ציכטיקייט צו איר געשטאַלט.
האָט מען, אַ פּנים, באַשלאָסן, אַז ס׳איז קליגער ניט צו זאָגן קיין וואָרט און פּשוט צוּוואַרטן ביזן סוף פֿון דעם גאַנצן וואַלן-טאַראַראַם — דעמאָלט וועט זיכער זײַן גענוג סחורה פֿאַר זשורנאַליסטישע אַנאַליזן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ס׳איז אַ גרויסער ספֿק, צי די וואַלן וועלן ברענגען ראַדיקאַלע געאָ-פּאָליטישע ענדערונגען. ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אוקראַיִנע וועט זיך בשום-אופֿן ניט אומקערן צו דער סאָוועטישער סיסטעם און אַז מיט רוסלאַנד וועט מען זיך ניט צונויפֿגיסן. און אויב די רייד קען גיין נאָר וועגן געוויסע פּרטים אין דעם פּאָליטישן קורס, טאָ וואָס דאַרף מען מאַכן אַ וועזן פֿון אַזעלכע קלייניקייטן ווי, אַ שטייגער, דער סטאַטוס פֿון רוסיש אין אוקראַיִנע? ס׳איז אַוודאי וויכטיק פֿאַר דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג גופֿא, אָבער דער מערבֿדיקער וועלט איז דאָך, אין תּוך אַרײַן, אַלץ איינס, צי דאָס לאַנד וועט נוצן מער רוסיש, צי ווייניקער רוסיש.
די געשיכטע פֿון דער איצטיקער וואַל-קאַמפּאַניע אין אוקראַיִנע האָט געוויסע טונקעלע זײַטן. מע האָט מורא, אַ שטייגער, אַז אין אייניקע ערטער וועט מען פּרוּוון פֿאַלסיפֿיצירן די רעזולטאַטן. דאָך, זעט די גאַנצע קאַמפּאַניע אויס ווי אַ ליכטיקער קאָנטראַסט אין פֿאַרגלײַך מיט דעם מצבֿ אין רוסלאַנד, וווּ די וואַלן וועלן זײַן אין קומענדיקן יאָר. ניט געקוקט אויף דעם וואָס די אוקראַיִנישע דעמאָקראַטיע איז נאָך זייער יונג און פֿירט זיך דערווײַל אויף ניט שטענדיק גענוג ניכטער און דערוואַקסן, זעט עס אויס, פֿונדעסטוועגן, ווי אַ דעמאָקראַטיע. דאָס הייסט — עס זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, וואָס ראַנגלען זיך פֿאַר ערטער אין דער ראַדע. מע קען האָבן טענות צו דעם פּרעזידענט און צו דער רעגירונג, אָבער מע קען זיי ניט באַשולדיקן אין טאָטאַליטאַרישקייט.
איו רוסלאַנד איז גאָר אַנדערש. דאָרטן זײַנען אויך דאָ פּאַרטייען, אָבער די השפּעה האָבן נאָר אַזעלכע גרופּירונגען, וועלכע האַלטן אונטער וולאַדימיר פּוטינען. די פּאַרטייען, וואָס שטייען אין אָפּאָזיציע, האָבן קיין שום ווערט ניט. דער רוסישער המון איז ממש פֿאַרליבט אין פּוטינס ריכטונג, וואָס איז אַ טרויעריקער סך-הכּל פֿון די זעכצן נאָך-סאָוועטישע יאָר. די אוקראַיִנער זײַנען פֿאַר דער צײַט אַוועק אַ סך ווײַטער אין דער טראַנספֿאָרמירונג פֿון זייער געזעלשאַפֿט. אַזוי ווײַט, אַז מע דאַרף שוין ניט מאַכן קיין אינטערנאַציאָנאַלן רעש אַרום די וואַלן.