דער אַנטי־העלד פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז בלי־ספֿק געווען דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד. זײַן נאָמען און צורה האָט אַרויסגעקוקט פֿון אַלע מעדיאַ־פּובליקאַציעס; וועגן אים האָבן גערעדט אַלע טעלע־ און ראַדיאָ־סטאַנציעס — אַ קלייניקייט, דער "טײַוול" פֿון 21סטן יאָרהונדערט איז געקומען האַלטן אַ דרשה אין דער "יו־ען". מיר האָבן דאָ נישט בדעה צו קאָמענטירן זײַנע רייד; צו דעם וואָס ער האָט געטענהט ביז אַהער, האָט דער איראַנישער פּרעזידענט קיין נײַע געדאַנקען נישט צוגעגעבן. אייגנטלעך, איז ער דאָך קיין ניו־יאָרק געקומען, כּדי דאָ, אַ קאַצן־שפּרונג פֿון "גראַנד זיראָ", אַרויסברענגען פֿון דער הויכער טריבונע, אויף אַ קול די זעלבע דיבורים, וואָס ער פּרעדיקט פֿון דער ווײַטנס.
מיינט נישט, אַז מע האָט זיך נישט צוגעהערט צו זײַן דרשה; נאָך מער, אין ניו־יאָרק גופֿא וווינען נישט ווייניק פֿון זײַנע אָנהענגער און געטרײַע חסידים. די ערשטע האָבן עס אַרויסגעוויזן מיט האַקנקרייצן, אָנגעפּאַטשקעט אויף צוויי שילן אין ברוקלין, גלײַך אויפֿן אַנדערן טאָג נאָך זײַן רעדע אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט; און די אַנדערע — מיט אַ ליבע־דערקלערונג בזה־הלשון: "נישט געקוקט אויף דער היסטעריע, פֿאַרשפּרייט אין דער מעדיאַ, און די דעקלאַראַציעס, געמאַכט פֿון אייניקע ייִדן, נישט ריכטיק אינפֿאָרמירט, האַלטן מיר דאָס איראַנישע פֿאָלק און זײַן פֿירער פֿאַר פֿרײַנדלעכע און בכּבֿודיקע פּאַרטנערס. הגם מיר, ווי ייִדן, דאַרפֿן זיך נישט באַטייליקן אין פּאָליטישע אַקטיוויטעטן, זײַנען מיר געקומען צום אויספֿיר, אַז דער איראַנישער פּרעזידענט איז אין תּוך זייער אַ רעליגיעזער מענטש, איבערגעגעבן דער זאַך פֿון שלום, באַגרינדעט אויף קעגנזײַטיקן דרך־ארץ, יושר און דיאַלאָג..."
ווער עס זײַנען די דאָזיקע "ייִדן" איז נישט שווער צו טרעפֿן. יאָ־יאָ, די זעלבע פּאַרשוינען פֿון "נטורי־קרתּא", בראָש מיט הרבֿ דוד ווײַס. פֿריִער איז זייער בעסטער "פּאַרטנער" געווען יאַסיר אַראַפֿאַט, און איצט — אַכמאַדינעדזשאַד.
"צום באַדויערן, — דערקלערן ווײַטער די חסידים, — זײַנען אייניקע ייִדן אַרונטערגעפֿאַלן אונטער דער השפּעה פֿון דער אַלטמאָדישער ציוניסטישער פֿילאָסאָפֿיע, וואָס רופֿט אָפּצורעכענען זיך מיט זייערע שׂונאים — אמתע צי אויסגעטראַכטע — רופֿט צו אַגרעסיע און גוואַלד. אַזאַ צוגאַנג ברענגט זיי אַרויף אויפֿן וועג פֿון מלחמה... פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד פֿאַרשטייט גוט, וואָס איז די נפֿקא־מינה צווישן דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט און איר ציוניסטישער פֿאַרקריפּלטקייט".
דער סוף פֿון דעם נײַעם "חסידישן" מאַניפֿעסט קלינגט אַזוי: "מיר באַטראַכטן איראַן ווי אַ מוסטער פֿאַר אַלע ייִדן און פֿאַר דער גאַנצער וועלט... מיר האַלטן זיך בײַ דעם דאָזיקן צוגאַנג אין אונדזערע באַציִונגען מיטן איראַנישן פּרעזידענט, און געפֿינען, אַז ער פּרעדיקט די זעלבע אידעאַלן..."
אויב אַזוי לאָמיר דאָ טאַקע דערמאָנען, אַז די געטרײַשאַפֿט צום איראַנישן פּרעזידענט און זײַנע אידעאַלן האָבן די שליחים פֿון "נטורי־קרתּא" פֿאַרחתמעט בעת דער טרויעריק־באַרימטער קאָנפֿערענץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענערס אין טעהעראַן, מיט צוויי זיסע קושן אויף אַכמאַדינעדזשאַדס שטענדיק פֿאַרוואַקסענע באַקן. דאָרט איז ער געווען זייער גאַסטגעבער. איצט, זאָגט מען, האָבן די חסידים פֿאַרבעטן אויף סוכּות דעם חשובֿן גאַסט צו זיך קיין מאָנסי, אַ שטעטל נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק. צו דעם מאָמענט, וואָס עס ווערט געשריבן דער לייט־אַרטיקל, האָט דער "פֿאָרווערטס" נאָך נישט באַקומען קיין ידיעות, צי דער איראַנישער פּרעזידענט האָט טאַקע אָנגענומען די פֿאַרבעטונג פֿון זײַנע געטרײַע חסידים.
אין אונדזער גמרא שטייט בפֿירוש געשריבן, "שכּל ישׂראל ראויים לישבֿ בסוכּה אחת" — אַלע ייִדן זײַנען ראָוי צו זיצן אין איין סוכּה". ווילן מיר טאַקע אײַך פֿרעגן, טײַערע לייענער אונדזערע, צי וואָלט איר געוואָלט זיצן אין איין סוכּה מיט אַזעלכע ייִדן, ווי די יעניקע פֿון "נטורי־קרתּא"?
עד־כּאַן... מיר ווינטשן אײַך אַלע אַ פֿריילעכן יום־טובֿ און אַ גוט, געזונט יאָר!