פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טויזנטער סטודענטן וואַרטן צו הערן די רעדע פֿון אַכמאַדינעדזשאַד, געוויזן אויפֿן עקראַן, קאָלומביע־אוניווערסיטעט
טויזנטער סטודענטן וואַרטן צו הערן די רעדע פֿון אַכמאַדינעדזשאַד, געוויזן אויפֿן עקראַן, קאָלומביע־אוניווערסיטעט

איך האָב הײַנט באַשלאָסן נישט צו האַלטן דעם דריטן קורס מײַנעם און כ׳בין אַרויס אויפֿן קאַמפּוס צו זען און הערן, לייענען די פּלאַקאַטן און צונויפֿמישן זיך מיט די טויזנטער סטודענטן, וועלכע האָבן זיך געזאַמלט דורך די טויערן פֿון בראָדוויי און אַמסטערדאַם עוועניו. יעדער אַרײַנגאַנג איז געווען אַרומגערינגלט מיט פּאָליציי, זיכערהייט־אַגענטן און הויך אין הימל האָבן אַרומגעקרײַזט העליקאָפּטערס און אָנגעמאַכט אַ רעש. די פּראָטעסטן און פּלאַקאַטן האָבן פֿאַרשווענקט דעם קאַמפּוס; צווישן זיי: פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אויפֿן קאַמפּוס, די איראַנער סטודענטן און אַנטי־בוש פּאַמפֿלעטן.

זיץ־פּלעצער האָבן פֿאַרנומען הונדערטער סטודענטן, וועלכע האָבן באַקומען פּריאָריטעט. זיי האָבן אויך געהאַט די פּריווילעגיע צו שטעלן פֿראַגעס דעם איראַנער "פֿאַרבעטענעם גאַסט". אַ סך סטודענטן האָבן זיך געבונטעוועט אין דרויסן קעגן דער אײַנלאַדונג. טויזנטער פֿון זיי זײַנען אָבער געזעסן אויפֿן גראָז און געוואַרט, אַז דער ריזיקער עקראַן זאָל אַקטיוויזירט ווערן.

דער טאָג איז געווען אַ פּרעכטיק שיינער, לאַגאָדנע וואַרעם. עס האָבן נאָך געבליט די פֿיל־קאָלירטע בלומען און ביימער, אַזוי, אַז דער קאַמפּוס האָט אויסגעזען ממש ווי אַ דאַטשע. עס האָבן זיך שטאַרק אויסגעטיילט ייִדישע בחורים און מיידלעך. אויף זייער פּנימער האָט געברענט דער פֿאַרדרוס. אייניקע האָבן געזאָגט, אַז זייערע באָבע־זיידעס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. די חבֿרה האָט געהאַט גרויסע טענות צום פּרעזידענט פֿונעם אוניווערסיטעט, לי באָלינדזשער, הלמאַי ער האָט אײַנגעלאַדן דעם פּאַרשוין וואָס פֿאַרלייקנט דעם חורבן, וויל אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע און צינדט אונטער די לאַגע אין איראַק מיטן אַרײַנשמוגלען געווער. דאָס טוט ער נישט בלויז אין איראַק נאָר ער ליווערט געווער פֿאַר דער "כעזבאָלאַ" אין לבֿנון און די "כאַמאַסניקעס" אין עזה. סטודענטן האָבן געהאַלטן, אַז מיטן געבן אַכמאַדינעדזשאַדן אַ פּאָדיום, וווּ ער וועט לעגיטימירן זײַנע ליגנס און שיפּען מיט איסלאַמישן צאָרן פֿאַר דער פֿרײַער וועלט, איז ממש אַ פֿאַרברעכן. אָבער לי באָלינדזשער האַלט פֿון פֿרײַען אויסדרוק, פֿון אַקאַדעמישער פֿרײַהייט, אויסטויש פֿון געדאַנקען און, דער עיקר, דער פּרעזידענט פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט האַלט, אַז "מען דאַרף אויסהערן וואָס דער שׂונא האָט צו זאָגן". און ער האָט געהאַלטן וואָרט. לי באָלינדזשער האָט אין זײַן אַרײַנפֿיר "באַגריסט" דעם פּרעזידענט פֿון איראַן מיט רייד, וועלכע קיינער האָט נישט דערוואַרט. ער האָט זיך געווענדט צו אַכמאַדינעדזשאַדן און גענומען שיטן פּעך און שוועבל:

"אין משך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט אײַער רעגירונג אַרויסגעלאָזט פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט דעם ד״ר האַלע עספֿאַנדיאַרי און פּאַמאָז אַקזימאַ. און ערשט מיט צוויי טעג צוריק האָט איר אַרויסגעלאָזט פֿון אַרעסט קיאַן טײַזשבאַקש, אַ גראַדואַנט פֿון ‘קאָלומביע’, אַ געלערנטער מיט אַ דאָקטאָראַט. און בעת מיר זײַנען צופֿרידן, וואָס מען האָט אים אַרויסגעלאָזט, געפֿינט ער זיך נאָך אַלץ אונטער הויז־אַרעסט אין טעהעראַן. ווענד איך זיך צו אײַך, הער פּרעזידענט, פֿאַרזיכערט אונדז, אַז קיאַן טײַזשבאַקש וועט קענען פֿאַרלאָזן איראַן, און איך וועל אים לאָזן וויסן, אַז מיר זײַנען גרייט אים אָנצושטעלן ווי אַ פֿולן פּראָפֿעסאָר אין דעם גראַדויִר־פֿאַקולטעט פֿון אַרכיטעקטור.

"דער אַרעסט און תּפֿיסה פֿון די איראַנער־אַמעריקאַנער בירגער איז נישט נאָר אומיושרדיק נאָר אויך קעגן אַלע ציווילע געזעצן. ווי עס גיט איבער ‘אַמנעסטיע אינטערנאַציאָנאַל’ האָט איראַן אויפֿגעהאָנגען 210 מענטשן; 21 פֿון זיי, אַרײַנגערעכנט צוויי קינדער — דעם 5טן סעפּטעמבער. ווי עס גיט איבער דער Human Rights Watch איז איראַן אויפֿן ערשטן אָרט אין דער וועלט פֿון הרגענען מינדער־יאָריקע קינדער.

"איך האָב נאָך נישט געענדיקט! איראַן האָט אויפֿגעהאָנגען 30 מענטשן אין יולי און אויגוסט, וועלכע האָבן געפֿאָדערט אַן אָפֿענע, דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿט. אַ סך פֿון די עקזעקוציעס האָט מען אויסגעפֿירט פֿאַר אַן עולם, וואָס דאָס אַליין איז אַ פֿאַרברעכן קעגן אינטערנאַציאָנאַלע הומאַניטאַרע אָפּמאַכן ווי אויך אַ פֿאַרלייקענונג פֿון זייערע פּאָליטישע רעכט. (...)

"מיר, אין דעם אוניווערסיטעט, שעמען זיך נישט צו פּראָטעסטירן קעגן די דורכפֿאַלן פֿון אונדזער אייגענער רעגירונג, און מיר וועלן זיך נישט אָפּהאַלטן פֿון קריטיקירן אײַער רעגירונג. לאָמיר מאַכן דאָס קלאָר, הער פּרעזידענט, איר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קליינלעכן און רשעותדיקן דיקטאַטאָר. דעריבער וויל איך וויסן, פֿאַר וואָס האָבן פֿרויען, די גלייביקע אין דער באַהײַ רעליגיע, האָמאָסעקסואַלן און אַזויפֿיל פֿון אונדזערע אַקאַדעמישע קאָלעגן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ציל־ברעט פֿון רדיפֿות אין אײַער לאַנד?

"(...) אין דעצעמבער 2005 האָט אײַער שטאַט־טעלעוויזיע געשילדערט, אַז דער חורבן איז ‘אַ פֿאַבריקאַציע־לעגענדע’. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט איר אָפּגעהאַלטן אַ קאָנפֿערענץ פֿון חורבן־אָפּלייקענער. פֿאַר די אַנאַלפֿאַבעטן און עם־האַרצים שטעלט דאָס מיט זיך פֿאָר אַ געפֿערלעכע פּראָפּאַגאַנדע. אָבער ווען איר באַווײַזט זיך דאָ צווישן אונדז, קוקט מען אויף אײַך ווי אויף איינעם וואָס איז לעכערלעך. איר זײַט אָדער חוצפּהדיק פּראָוואָקאַטיוו, אָדער דערשטוינעדיק אומדערצויגן. איר דאַרפֿט וויסן, אַז קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז אַ וועלט־צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס און איצט בשותּפֿות מיטן ייִוואָ — ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — אַ צענטער פֿון חורבן־שטודיעס. זינט די 1930ער יאָרן האָבן מיר באַזאָרגט אַן אינטעלעקטועלע היים פֿאַר אומצאָליקע חורבן־געראַטעוועטע פּליטים, פֿאַר זייערע קינדער און אייניקלעך. דער אמת איז, אַז דער חורבן איז די צום מיינסטן אויסגעפֿאָרשטע געשעעניש אין דער מענטשלעכער געשיכטע. אײַערע אַבסורדאַלע באַמערקונגען וועגן דעם חורבן גייען קעגן די היסטאָרישע אמתן און וואַרפֿן אָן אויף אונדז אַלע אַ פּחד צו באַטראַכטן דעם מענטשנס קאַפּאַציטעט פֿאַר רשעות. מיט צוועלף טעג צוריק האָט איר געזאָגט, אַז מדינת־ישׂראל ‘קען נישט אָנגיין מיטן לעבן’. דאָס האָט אָנגעצונדן אַ פּאָר פֿון אײַערע פֿריִערדיקע באַהויפּטונגען, אַרײַנגערעכנט אין אָקטאָבער 2005, ווען איר האָט געזאָגט, אַז ‘ישׂראל זאָל אויסגעמעקט ווערן פֿון דער מאַפּע’. ‘קאָלומביע’ פֿאַרמאָגט הײַנט־צו־טאָג איבער 800 גראַדואַנטן, וואָס וווינען אין ישׂראל. מיר האָבן אַ וועלט מיט פֿאַרבינדונגען מיט אונדזערע קאָלעגן דאָרט. איך פּערזענלעך בין שאַרף אַרויסגעטראָטן קעגן דעם פֿאָרשלאָג צו בויקאָטירן די ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער אין אַנדערע אוניווערסיטעטן, זאָגנדיק אַז אַזאַ בויקאָט דאַרף אויך אַרײַנרעכענען ‘קאָלומביע’. מער ווי 400 קאַלעדזשעס־ און אוניווערסיטעט־פּרעזידענטן אין אונדזער לאַנד האָבן זיך באַטייליקט אין דער פֿעסטשטעלונג. איז מײַן פֿראַגע אַזאַ: אפֿשר טראַכט איר אויך אונדז אָפּצומעקן פֿון דער מאַפּע? לויט די באַריכטן פֿונעם ‘ראַט פֿאַר אויסלענדישע באַציִונגען’ איז גוט דאָקומענטירט געוואָרן, אַז איראַן איז אַ מלוכה וואָס שטיצט טעראָר און האַלט אויס אַזעלכע רוצחישע גרופּעס ווי די לבֿנונישע ‘כעזבאָלאַ’, וואָס איראַן האָט געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אין די 1980ער יאָרן, די פּאַלעסטינער ‘כאַמאַס’ און דעם פּאַלעסטינער ‘איסלאַמישן דזשיהאַד’.

"(...) פֿאַראַן אַ סעריע באַריכטן, אַז ס׳איז דאָ אַ פֿאַרבינדונג צווישן אײַער מלוכה מיט סיריעס אָנשטרענגונגען צו דעסטאַביליזירן די קוים וואָס אויפֿגעקומענע לבֿנונישע מלוכה דורך מאָרד און פּאָליטישע הריגות. איז מײַן פֿראַגע אַזאַ: פֿאַר וואָס האַלט איר אויס גוט דאָקומענטירטע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס וואָס באַמיִען זיך צו צעשטערן יעדע שפּראָצונג פֿון דעמאָקראַטיע און שלום און פֿאַרטיליקן דערבײַ אָן אַ שיעור ציווילע לעבנס אין יענער געגנט?

"(...) איז לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט די באַמערקונגען, וואָס אויף אַן אמת צווייפֿל איך, הער פּרעזידענט, צי איר וועט האָבן דעם אינטעלעקטועלן קוראַזש אויף זיי צו געבן אַן ענטפֿער. און אויב איר וועט זיי אויסמײַדן, וועט עס אונדז סײַ־ווי־סײַ געבן אַ געוויסן ענטפֿער. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר וועט דאָ באַווײַזן אײַער פֿאַנאַטישן באַנעם וואָס כאַראַקטעריזירט אַלץ וואָס איר האָט ביז איצט געזאָגט און געטאָן. איך האָב זיך דערוווּסט פֿון עקספּערטן, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין אײַער לאַנד־פּאָליטיק, אַז אײַערע אויפֿטריטן מינימיזירן אײַער ראָל אין איראַן גופֿא צווישן די אַלע גוט־האַרציקע און אינטעליגענטע בירגער דאָרט. מיט אַ יאָר צוריק האָט מען מיר איבערגעגעבן, אַז אײַערע אַבסורדאַלע און קריגערישע אָבסערוואַציעס אין אונדזער לאַנד האָבן אַזוי פֿאַרשעמט די שׂכלדיקע איראַנער, אַז דאָס האָט געפֿירט צו אַ דורכפֿאַל פֿון אײַער פּאַרטיי אין די דעצעמבער־וואַלן. לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס מאָל וועט עס אויך האָבן דעם זעלבן רעזולטאַט. איך בין בלויז אַ פּראָפֿעסאָר, וועלכער איז אויך אַן אוניווערסיטעט־פּרעזידענט, און הײַנט פֿיל איך דעם גאַנצן אויפֿמערק פֿון דער מאָדערנער, ציוויליזירטער וועלט, וואָס בענקט אויסצודריקן דעם מיגל פֿון דעם, וואָס איר שטעלט מיט זיך פֿאָר".

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַכמאַדינעדזשאַד האָט געפּלאַפּלט, געפּלאָנטערט מיט דער צונג; זיך פֿאַררופֿן אויפֿן קאָראַן. דערקלערט, אַז איראַן איז דאָס פֿרײַסטע לאַנד אין דער וועלט; פֿאַר פֿרויען האָט מען דעם גרעסטן דרך־ארץ, מ׳קושט אַפֿילו דער מאַמעס האַנט, אַזאַ כּבֿוד גיט מען איר אָפּ; און איראַן פֿאַרמאָגט בכלל נישט קיין האָמאָסעקסואַלן. דאָ האָט זיך דערהערט אַ שטורמיש געלעכטער פֿון צווישן טויזנטער סטודענטן. זיי האָבן געטענהט: אַוודאי, ער האָט זיי אַלע אויפֿגעהאָנגען. און וועגן חורבן: עס קען געמאָלט זײַן — האָט ער געטענהט — נאָר מען דאַרף דאָס גוט אויספֿאָרשן.

אָבער אַכמאַדינעדזשאַד איז אַוועק אויף אַנדערע וועגן. ער האָט אַלעמען מודיע געווען, אַז ער אַליין איז אויך אַ פּרעזידענט און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַן אוניווערסיטעט אין איראַן. און בײַ אים לערנען זיך דאָקטאָראַט־סטודענטן. אַזוי, אַז ער איז נישט פֿרעמד דער וועלט פֿון וויסנשאַפֿט און אַקאַדעמיע. ער אַליין איז אַ וויסנשאַפֿטלער און אַקאַדעמיקער. די גאַנצע וויסנשאַפֿט שטאַמט, זאָגט ער, פֿון דער קאָראַנישער תּורה, פֿון גלויבן אין גאָט און פֿון זײַן אָפֿנהאַרציק. צו האַלטן פֿונעם אמת און נישט גלייבן אין אַבערגלייבנס.

אויף דער פֿראַגע פֿון אָפּווישן ישׂראל, האָט ער זיך אַרײַנגעלאָזט אין דער פּלאָג פֿון די פּאַלעסטינער, אַז זינט ישׂראל האָט אָקופּירט זייערע היימען, צוגענומען זייער ערד, זייער האָב־און־גוטס — און דאָס איז שוין אַ קימא־לן פֿון זעכציק יאָר — האָבן די פּאַלעסטינער אַ רעכט אויף זייער לאַנד. זיי זײַנען נישט שולדיק אינעם חורבן. זיי האָבן נישט קיין שײַכות צום אומקום פֿון די ייִדן אין אייראָפּע. פֿאַר וואָס מוזן זיי באַצאָלן די שטראָף? דאָ האָבן די אַראַבישע סטודענטן גענומען אַפּלאָדירן. די ייִדן האָבן פֿאַרביסן מיט די ליפּן. די רעשט האָט געמאַכט אַ שפּאַס, געלאַכט פֿון זײַנע מליצישע פּוסטע רייד, וואָס בלויז אַ מענטש וואָס איז קיין מאָל אין קיין קלאַסן נישט געגאַנגען קען אַזוי רעדן — פּרימיטיוו, אָפּגעשטאַנען, מיט אַ שיפֿלות־קאָמפּלעקס. די סטודענטן אַרום מיר האָבן געשפּאָט אויף זײַן חשבון און געחוזקט.

מיט איין וואָרט — אַכמאַדינעדזשאַד איז אַרויס מיט אַ פּנים פֿון חוזק. לי באָלינדזשער איז אַרויס אַ געווינער, מיט אַן אינטעליגענטן, באַוווּסטזיניקן און מענטשלעכן צוגאַנג צום ענין. זײַנע פֿראַגעס דאַרף מען נאָכשיקן דעם "פּראָפֿעסאָר אַכמאַדינעדזשאַד קיין איראַן". ער האַלט דאָך פֿון פֿאָרשן...

דער עולם סטודענטן איז זיך רויִק צעגאַנגען. יעדער איינער האָט געהאַט וואָס צו צעקײַען יענעם נאָכמיטאָג. אַ לערע וואָס מ׳קריגט נישט אין די קלאַסן, נאָר אין לעבן, ווען מען שטייט אַנטקעגן איינעם וואָס קען אומברענגען און אויסראָטן, און אַלץ צוליב דעם, וואָס אין אים בושעוועט דאָס רשעות — מסתּמא צו זיך אַליין.