פּאָליטיק

דעם 6סטן אָקטאָבער, מיט 34 יאָר צוריק, איז אויסגעבראָכן די יום־כּיפּור־מלחמה. אין דער זעלבער דאַטע, דעם 6טן אָקטאָבער, מיט 26 יאָר צוריק, איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט, אַנוואַר סאַדאַט, דערמאָרדעט געוואָרן. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָבן זיך — אין אויגוסט 1967 — צוזאַמענגעקליבן די פֿירער פֿון די אַראַבישע לענדער אויף אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין כאַרטום, סודאַן, און באַשלאָסן זייערע דרײַ "ניין": "ניין!" — צו אַ שלום מיט ישׂראל; "ניין!" — צו אָנערקענען ישׂראל, און "ניין!" — צו אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל.

אין סעפּטעמבער 1968, האָט עגיפּטן אָנגעהויבן איר "צעשטערונג־מלחמה" (מלחמת התשה, אין עבֿרית) קעגן ישׂראל, מיט מאַסיווע אַרטילעריע־באָמבאָרדירונגען אויף די ישׂראלדיקע פּאָזיציעס אין דער מיזרחדיקער זײַט פֿונען סועץ־קאַנאַל. אין פֿאַרלויף פֿון דער "צעשטערונג־מלחמה", וואָס האָט אָנגעהאַלטן ביז אויגוסט 1970, זענען אַרײַנגעדרונגען קיין ישׂראל טעראָריסטן־גרופּעס לענג־אויס אַלע אירע גרענעצן און דורכגעפֿירט טעראָר־ און מאָרד־אַקטן.

ישׂראל האָט פֿאַרלוירן אין דער דאָזיקער "מלחמה" 721 מענטשן; אָבער די אַראַבער האָבן גאָרנישט דערגרייכט. דער גײַסט פֿון די ישׂראלדיקע בירגער האָט זיך נישט אײַנגעבראָכן און ישׂראל האָט נישט פֿאַרלאָזט קיין איין פּאָזיציע. נאָכדעם ווי דער יאָרדאַנישער קעניג כוסיין האָט אויסגעשאָכטן די פּאַלעסטינער אין סעפּטעמבער 1970 און זיי אַרויסגעטריבן, האָבן די פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציעס, בראָש מיט יאַסער אַראַפֿאַט, אויפֿגעבויט זייערע באַזעס אין לבֿנון אויף אַ שטח, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען פֿון "פֿאַטאַך־לאַנד". און פֿון דאָרטן זענען זיי אַרײַנגעדרונגען אין ישׂראל און דורכגעפֿירט טעראָר־אַקטן.

אין סעפּטעמבער 1970 איז געשטאָרבן דער עגיפּטישער פּרעזידענט גאַמאַל אַבדעל נאַסער און אויף זײַן פּלאַץ איז געקומען אַנוואַר סאַדאַט, וועלכער האָט די ערשטע זאַך דערקלערט, אַז "עגיפּטן איז פֿאַרפֿליכטעט צו דער באַפֿרײַונג פֿון גאַנץ פּאַלעסטינע און דער פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער מדינה — פּאָליטיש, מיליטעריש, סאָציאַל און גײַסטיק. אין יאָר 1972, אין טאָג פֿון מאָכאַמעדס געבורטסטאָג, האָט סאַדאַט זיך אויסגעדריקט אין אַל־כאַסין מעטשעט אין קאַיִר אַזוי: "די וווּנדערבאַרסטע זאַך וואָס מאָכאַמעד האָט געטאָן, איז געווען דאָס אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿונעם אַראַבישן האַלב־אינדזל. די ייִדן זענען אַ פֿאָלק פֿון ליגנערס און פֿאַררעטערס. ירושלים געהערט צו אונדז און מיר וועלן זי צוריק דעראָבערן פֿון די וועגן, וועלכע עס ווערט געזאָגט אין קאָראַן, אַז זיי וועלן דערנידעריקט ווערן און זײַן אומגליקלעך".

ווען אין ישׂראל וואָלט מען אַכטונג געגעבן אויף דעם, אַז שׂינאה צו ישׂראל איז איינע פֿון די דאָמינירדיקסטע שטריכן פֿון סאַדאַטס פּערזענלעכקייט, וואָלטן מיר אפֿשר נישט געווען דערגאַנגען צו דער לאַגע פֿון יום־כּיפּור תּשל״ד — דעם 6סטן אָקטאָבער 1973. גאַנץ ישׂראל איז איבערראַשט געוואָרן 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג, ווען די עגיפּטישע און סירישע מיליטערישע קרעפֿטן האָבן אַטאַקירט אין דעם זעלבן מאָמענט אין סיני און רמת־הגולן. די ישׂראל־אַרמיי האָט זיך געפֿונען פּנים־אל־פּנים מיט 650,000 עגיפּטישע סאָלדאַטן און 150,000 — סירישע; 5,000 רוסישע טאַנקען, איבער 1,000 שלאַכט־עראָפּלאַנען, אַ שטאַרקע אַרטילעריע, באַטעריעס פֿון ראַקעטן און אַנדער געווער. די אַראַבער האָבן געהאַט אַן עקסטרעמע איבערמאַכט פֿון מיליטערישע קרעפֿטן אַנטקעגן ישׂראל. אין פֿאַרלויף פֿון דער מלחמה האָבן זיך אָנגעשלאָסן אויך מיליטערישע איינהייטן פֿון איראַק, יאָרדאַניע און מאַראָקאָ. עס האָט ממש געדראָט אַ סכּנה פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל.

סאַדאַט האָט באַטראַכט די יום־כּיפּור־מלחמה ווי אַ הייליקע מלחמה קעגן די ייִדן. אין אַ בראָשור פֿון עגיפּטישן מלחמה־מיניסטעריום ערבֿ דער מלחמה, האָט דער קאָמענדאַנט פֿון דער עגיפּטישער אַרמיי פֿאַרלאַנגט פֿון זײַנע סאָלדאַטן, אויפֿן יסוד פֿון קאָראַן: "הרגעט זיי וווּ איר וועט זיי נאָר געפֿינען".

דער בלוט־גלוסט פֿון די סיריער איז געקומען צום אויסדרוק אין די ווערטער פֿון סירישן פֿאַרטיידיקונגס־מיניסטער, גענעראַל מוסטאַפֿאַ טאַלאַס, אין סירישן פּאַרלאַמענט, ווען ער האָט דערציילט פֿאַר וואָס ער האָט באַשאָנקען אַ סאָלדאַט מיט אַן אויסצייכענונג פֿאַר גבֿורה: "דער סאָלדאַט האָט אַליין דערהרגעט 29 ייִדישע סאָלדאַטן, געקוילעט זיי ווי שאָף. ער האָט זיי אַלעמען אָפּגעהאַקט די קעפּ". אויב דער אַראַבישער פּלאַן צו פֿאַרניכטן ישׂראל איז נישט געלונגען, איז עס געווען נאָר אַ דאַנק דעם, וואָס די טאַנקען פֿון די פֿײַנט זענען צעקלאַפּט געוואָרן אַנטקעגן דער לעבעדיקער שוץ־מויער פֿון יונגע העלדן, וואָס האָבן מיט זייערע קערפּערס פֿאַרטיידיקט די מדינה. פּרעמיער־מיניסטער גאָלדע מאיר האָט געזאָגט: "אין די ערשטע צוויי דרײַ טעג פֿון דער מלחמה האָט אַ דינער פּאַס פֿון דרייסטע יוגנטלעכע פֿאַרהיטן אונדז פֿון אַ חורבן".

דער אמת איז, אַז דעם 5טן אָקטאָבער האָט ישׂראל באַקומען אַ ידיעה, אַז די משפּחות פֿון די רוסישע ראַטגעבער אין סיריע פּאַקן זייערע זאַכן און אַנטלויפֿן פֿון סיריע. דאָס זעלבע האָט פּאַסירט פֿריער מיט די סאָוועטישע ראַטגעבער ערבֿ דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. האָט גאָלדע מאיר געפֿרעגט דעם זיכערהייט־מיניסטער משה דיין, דעם קאָמענדאַנט פֿון דער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און דעם שעף פֿון דער מיליטערישער געהיים־דינסט, גענעראַל אלי זעירא: "צי איז די ידיעה אַ באַאומרויִקנדיקע?" גענעראַל זעירא האָט געזאָגט מיט אַ שמייכל: "זאָרג זיך נישט, עס וועט נישט זײַן קיין מלחמה".

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס גענעראַל זעירא האָט געקלערט, האָט דער קאָמענדאַנט פֿון דער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, פֿאָרגעשלאָגן אָנצופֿאַלן פֿריִער אויף די עגיפּטער און די סיריער, איידער וואַרטן, ביז זיי וועלן עס טאָן. זײַן מיינונג איז געווען, אַז כּדי צו געווינען, דאַרף מען זײַן דער ערשטער צו אַטאַקירן. דער באַשלוס דאַרף זײַן, לויט זײַן מיינונג, אַ מיליטעריש־אָפּעראַטיווער און נישט קיין פּאָליטישער. ער האָט געזאָגט צו גאָלדע מאיר: "די פּרעווענטיווע מלחמה איז זייער וויכטיק פֿון מיליטערישן שטאַנדפּונקט. זי וועט פֿאַרמײַדן קרבנות און אונדז דערמעגלעכן צו קעמפֿן אין בעסערע באַדינגונגען".

גאָלדע מאיר האָט זײַן פֿאָרשלאַג נישט אָנגענומען. זי האָט באַשלאָסן, אַז עס דאַרף זײַן אַבסאָלוט קלאָר פֿאַר דער וועלט, אַז די אַראַבער זענען די אַגרעסאָרן; דעמאָלט וועלן מיר באַקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פּאָליטישע און מיליטערישע הילף. גאָלדע מאיר איז נישט געווען גערעכט. ווען זי וואָלט געפֿאָלגט דעם קאַמענדאַנט פֿון דער אַרמיי, וואָלטן מיר געהאַט אַ סך ווייניקער קרבנות און די עקזיסטענץ פֿון דער מדינה וואָלט נישט געווען אָפּהענגיק פֿון דעם, צי די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען וועלן אָנקומען, צי נישט. און וואָס שייך דעם פּאָליטישן פֿאַקטאָר, האָט ער אונדז במילא נישט געהאָלפֿן. אונדזער ווילן צו איבערצײַגן די וועלט, אַז נישט מיר זענען געווען די אַגרעסאָרן, האָט נישט געהאַט קיין השפּעה, ווײַל בלויז אַמעריקע האָט אונדז געשטיצט.

די אַפֿריקאַנער מדינות האָבן איבערגעריסן די באַציִונגען מיט ישׂראל. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר זענען נישט געווען די אַגרעסאָרן, האָבן די אייראָפּעיִשע מדינות אונדז נישט נאָר נישט געשטיצט, נאָר אַפֿילו געשטערט די אַמעריקאַנער ווען זיי האָבן אָנגעהויבן אונדז צו שיקן געווער. אַפֿילו דײַטשלאַנד, וואָס ווײַזט אַרויס איר חרטה, האָט נישט דערלויבט די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען אַריבערצופֿליִען איבער איר טעריטאָריע מיט געווער־טראַנספּאָרטן קיין ישׂראל.

ישׂראל איז אָן צווייפֿל געווען די זיגערין אין דער יום־כּיפּור־מלחמה. אָבער אויך עגיפּטן האָט זיך נישט באַטראַכט ווי די, וואָס האָט די מלחמה פֿאַרלוירן. סאַדאַט האָט נישט געקלערט, אַז ער וועט געווינען די מלחמה, אָבער ער האָט געהאָפֿט צו רעהאַביליטירן דעם כּבֿוד פֿון דער עגיפּטישער אַרמיי נאָך איר קאָלאָסאַלער מפּלה אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. און ער האָט געדענקט, אַז ער האָט דאָס דערגרייכט מיט איבערראַשן ישׂראל, פֿאַרשאַפֿנדיק איר שווערע קרבות — 2,687 דערהרגעטע, 7,000 פֿאַרוווּנדיקטע, 508 אָפּוועזנדיקע; פֿאַרלירן 100 עראָפּלאַנען און 800 טאַנקען. דאָס אַלץ האָט געשטאַרקט דעם עגיפּטישן עגאָ, און עגיפּטן פֿײַערט יעדעס יאָר דעם 6סטן אָקטאָבער ווי אַ "נצחון אין דער אָקטאָבער־מלחמה".

סאַדאַטן אַליין, האָט די דאָזיקע מלחמה באַאײַנפֿלוסט צו זוכן אַ וועג צו שליסן אַ שלום מיט ישׂראל. נאָכדעם ווי ער האָט עס דערגרייכט מיט זײַן באַזוכן מדינת־ישׂראל אין נאָוועמבער 1977, האָט די גאַנצע אַראַבישע וועלט אים אַרײַנגעלייגט אין חרם, און אין עגיפּטן האָט זיך אָרגאַניזירט די אונטערגרונט־באַוועגונג פֿון "איסלאַמישן דזשיהאַד".

ווען די עגיפּטער האָבן געפֿײַערט דעם 6סטן אָקטאָבער 1981 ווי אַ "נצחון אין דער אָקטאָבער־מלחמה", איז פֿאָרגעקומען אין קאַיִר אַ גרויסער פּאַראַד. איך בין דאַן געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און ווען אין קאַיִר איז פֿאָרגעקומען דער פּאַראַד, בין איך געזעסן מיטן רומענישן פּרעזידענט ניקאָלאַי טשאַושעסקו און אים איבערגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם צוזאַמענטרעף אין ניו־יאָרק צווישן די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון ישׂראל און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, יצחק שמיר און אַנדריי גראָמיקאָ.

אין מיטן שמועס אונדזערן איז אָנגעקומען די ידיעה פֿון קאַיִר, אַז אַנוואַר סאַדאַט איז דערמאָרדעט געוואָרן. סאַדאַט האָט געקעמפֿט קעגן דעם "דזשיהאַד"־אונטערגרונט און אין יאָר 1981 האָט ער אַרעסטירט 1,600 פֿון זייערע אַקטיוויסטן. די "דזשיהאַד"־אַקטיוויסטן האָבן זיך אויך באַטייליקט אינעם פּאַראַד, און ווען זייער לאַסטוואָגן איז אָנגעקומען צו דער טריבונע, זענען זיי אַראָפּגעשפּרוגען פֿונעם לאַסטוואָגן, אַטאַקירט סאַדאַטן און אים דערמאָרדעט.

סאַדאַטס שטעלפֿאַרטרעטער, האָסני מובאַראַק, האָט איבערגענומען זײַן אַמט און האָט צוגעזאָגט, אַז עגיפּטן וועט ממשיך זײַן דעם וועג פֿון אַנוואַר סאַדאַט און וועט מקיים זײַן אַלע פֿאַרפֿליכטונגען פֿון עגיפּטן, און ספּעציעל — די קעמפּ־דייוויד אָפּמאַכן און דעם שלום מיט ישׂראל.