|
קאַמיל פּיסאַראָ מיט זײַן פּאָרטאַטיוו בילדגעשטעל אין זײַן סאָד אין עראַגני, פֿראַנקרײַך |
|
איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אימפּרעסיאָניסטישער באַוועגונג אין דער מאָלערײַ איז געווען דער ייִד, קאַמיל פּיסאַראָ (1830—1903). ער איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען יעקבֿ אויפֿן קאַריבישן אינדזל, סאַנקט־טאָמאַס, וואָס האָט דעמאָלט געהערט צו דענמאַרק. זײַן טאַטע, פֿרעדעריק, אַ ספֿרדישער ייִד פֿון פֿראַנקרײַך, איז געקומען אויפֿן אינדזל צו העלפֿן זײַן מומע, אַן אַלמנה. זיי האָבן זיך פֿאַרליבט און געהאַט דרײַ קינדער צוזאַמען. די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט ערשט אָפֿיציעל אָנערקענט דעם זיווג מיט יאָרן שפּעטער.
צו צוועלף יאָר האָט מען קאַמיל געשיקט קיין פּאַריז צו שטודירן קונסט, כאָטש מע האָט געהאָפֿט, אַז ער וועט צוריקקומען און איבערנעמען דער משפּחהס שניטקראָם. ער איז אָבער דערנאָך געפֿאָרן קיין ווענעזועלע צו מאָלן דאָרטן און אין 1855 זיך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן זיך שפּעטער אויך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך צו בלײַבן נעענטער צום זון. אונטער דער השפּעה פֿונעם מאָלער דשאָן באַבטיסט־קאַמיל קאָראָ האָט פּיסאַראָ אָנגעהויבן מאָלן פּייסאַזשן און איז אַרויסגעפֿאָרן צו די קלענערע שטעטלעך און דערפֿער אין לאַנד. אין די 1860ער יאָרן האָט די נײַע באַן־סיסטעם דערמעגלעכט די קינסטלער לײַכטער אַרומצוּוואַנדערן אין דער פּראָווינץ.
פּיסאַראָ האָט זיך באַלד פֿאַרליבט אין די פּויערים; אין זייער לעבנס־שטייגער, זייער באַציִונג צום לאַנד, צו דער נאַטור. מיט אַ גרופּע קינסטלער, צווישן זיי פּאָל סעזאַן, קלאָד מאָנע, פּיער־אויגוסט רענואַר און אַלפֿרעד סיסלי, האָט פּיסאַראָ געשאַפֿן אַ גרופּע קינסטלער, וואָס האָט זיך גערופֿן די "אימפּרעסיאָניסטן"; אַ חבֿרה וואָס האָט אויסגעפּרוּווט נײַע וועגן צו מאָלן ליכט און קאָליר, וואָס זענען ביז דעמאָלט געווען אומבאַקאַנט דער מעכטיקער קינסטלער־אינסטיטוציע — "דער סאַלאָן". אין זייער געמיש פֿון קאָלירן האָבן די אימפּרעסיאָניסטן אַרויסגעלאָזט אַ סך פּרטים פֿונעם בילד; אַ בולטער קאָנטראַסט מיטן רעאַליסטישן צוגאַנג פֿונעם "סאַלאָן". די מאָלערײַען פֿון די אימפּרעסיאָיסטן האָבן בײַם ערשטן קוק אויסגעזען ווי נישט פֿאַרענדיקטע און האָבן שאָקירט די קריטיקער פֿון יענער צײַט.
|
פּייסאַזש אין אָסני, דער בליק פֿון דער פֿאַרם, 1883 |
|
אַנדערע אימפּרעסיאָניסטן האָבן זיך אויך אינטערעסירט מיטן דאָרפֿישן לעבן, אָבער פּיסאַראָ איז געווען פֿאַרטיפֿט אין דעם, ווײַל ער האָט געזען אינעם פּויערישן שטייגער אַן אוטאָפּיש לעבן, אַ מוסטער פֿון גלײַכהייט צווישן מענטשן. צו ביסלעך, האָט פּיסאַראָ זיך צוריקגעצויגן פֿון גרויס־שטאָטישע אויטאָריטעט־אינסטיטוציעס און אַפֿילו געהאַלטן פֿון דער וואַקסנידיקער אַנאַרכיסטישער ליטעראַטור, בפֿרט פֿון די ווערק פֿון פּרודהאָן און קראָפּאָטקין.
|
קאַרעטעס אויפֿן בולוואַר מאָנמאַרט, 1897 |
|
קריטיקער ווײַזן אָן, אַז "דער וועג" איז געוואָרן אַ צענטראַלע טעמע אין פּיסאַראָס שאַפֿונג. אין דער איצטיקער אויסשטעלונג זעט מען עטלעכע ווערק פֿון שלענגלדיקע דאָרפֿישע וועגן אויף וועלכע די פּויערים גייען הין און צוריק; די וועגן ברענגען צונויף די נאַטור מיט דער געזעלשאַפֿט. פּיסאַראָ האָט באַטראַכט זײַן מאָלן ווי אַן אַרבעט, ענלעך צו דער אַרבעט פֿון די פּויערים און האָט זיך זייער אידענטיפֿיצירט מיט זיי. עס קען זײַן, אַז זײַן מאַרגינאַלער סטאַטוס ווי אַ ייִד אין דער געזעלשאַפֿט האָט אים אויך צוגעצויגן צו די אונטערגעדריקטע קלאַסן און אַרויסגעבראַכט אַן אַנטי־בורזשואַזישע שטעלונג. אַגבֿ, האָט פּיסאַראָ אין איינעם פֿון זײַנע גראַווירונגען געוויזן ייִדישע באַנקירן אין אַ כּמעט־אַנטיסעמיטישער קאַריקאַטור.
נאָך עטלעכע יאָר ווי אַ מאָלער־אימפּרעסיאָניסט, האָט פּיסאַראָ אָנגעהויבן צו מאָלן אין אַ נעאָ־אימפּרעסיאָניסיטישן סטיל, וואָס ווערט אויך אָנגערופֿן "פּוינטיליזם". פּיסאַראָ האָט געהאַלטן, אַז אַזאַ סטיל איז מער וויסנשאַפֿטלעך, און ווייניקער ראָמאַנטיש, ווי די פֿריִערדיקע תּקופֿה פֿון אימפּרעסיאָניזם. אָבער נאָך עטלעכע יאָר מאָלן אינעם "פּוינטיליסטישן" סטיל, האָט ער זיך אומגעקערט צו זײַן פֿריִערדיקן אימפּרעסיאָניזם, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז ער האָט, בײַם מאָלן, אַזוי פֿיל מי אָפּגעגעבן דער טעכניק, אַז ער האָט צו ווייניק זיך אָפּגעגעבן די "סענסאַציעס" וואָס די בילדער דאַרפֿן אַרויסרופֿן בײַם מאָלער און עולם.
|
דער מאַרק אויפֿן "גראַן־רו", גיסאָר, 1885 |
|
כאָטש פּיסאַראָ האָט, דער עיקר, געווינט און געמאָלן אין דאָרף, האָבן אויך זײַנע שטאָטישע בילדער פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין זײַן שאַפֿונג. אין די שטאָטישע גאַסן האָט ער אויך געפֿונען שיינקייט און פֿאַרשטאַנען, אַז דאָרט אַנטוויקלט זיך דאָס מאָדערנע לעבן.
ווען די דרײַפֿוס־אַפֿערע האָט זיך אפּגעשפּילט אין די 1890ער יאָרן, און עס איז געוואָרן קלאָר, אַז די באַווײַזן פֿאַר זײַן באַשולדיקונג זענען געווען געפֿעלשטע, האָט פּיסאַראָ זיך שטאַרק אַקעגעשטעלט דעם אַרויסגעבראַכטן אורטייל. טייל אימפּרעסיאָניסטישע מאָלער, ווי מאָנע און מאַרי קאַסאַט, האָבן אויך געהאַלטן מיט דרײַפֿוסן, אָבער די אַנדערע באַקאַנטע מאָלער, ווי סעזאַן, רענואַר, דעגאַ האָבן געשטיצט די פֿראַנצויזישע רעגירונג. דאָס האָט דערווײַטערט פּיסאַראָ פֿון זײַנע קאָלעגעס אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן. אין אַ בריוו צו זײַן זון, דעם מאָלער לוסיען פּיסאַראָ, האָט ער באַשריבן ווי ער, גייענדיק אויף דער גאַס האָט געהערט פֿון אַ כאָפּטע יונגע־לײַט אויסשרײַען: "אַ טויט די ייִדן!" זיי האָבן, אַוודאי נישט געוווּסט, אַז פּיסאַראָ אַליין איז אַ ייִד.
די אויסשטעלונג אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי האָט צונויפֿגענומען כּמעט פֿופֿציק בילדער, ס׳רובֿ פֿון זיי געפֿונען זיך אין פּריוואַטע הענט, וואָס מע האָט זייער זעלטן געקענט זען ביז אַהער. די אויסשטעלונג איז אָפֿן ביזן 3טן פֿעברואַר, 2008. דער ייִדישער מוזיי געפֿינט זיך אויפֿן ראָג פֿון דער 92סטער גאַס און פֿינפֿטער עוועניו אין מאַנהעטן.