פּאָליטיק
שמעון פּערעס מיט אַבא גפֿן און דעם הויפּט־ראַבינער פֿון רומעניע, משה־דוד ראָזען ז״ל, אין דער כאָראַל־שיל אין בוקאַרעשט
שמעון פּערעס מיט אַבא גפֿן און דעם הויפּט־ראַבינער פֿון רומעניע, משה־דוד ראָזען ז״ל, אין דער כאָראַל־שיל אין בוקאַרעשט

זינט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל זענען פֿאָרגעקומען צוויי פּאָליטישע איבערקערענישן. די ערשטע — דעם 17טן מײַ 1977, ווען מנחם בעגין האָט באַזיגט יצחק ראַבינען און דער "ליכּוד" איז דאָס ערשטע מאָל געקומען צו דער מאַכט אָנ­שטאָט דער הערשנדיקער מפּא״י־פּאַרטיי. די צווייטע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יולי 1992, ווען ראַבין איז געוואָרן ווידער פּרעמיער־מיניסטער אויפֿן אָרט פֿון יצחק שמירן און האָט געבראַכט צו די אָסלאָ־אָפּמאַכן.

נאָכן זיג איבער סאַדאַם כוסיינען אין 1991, איז דזשאָרדזש בוש, דער פֿאָטער, גע­ווען איבערצײַגט, אַז עס האָבן זיך גע­עפֿנט מעגלעכקייטן צו לייזן דעם אַראַביש־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט, און ער האָט געשיקט זײַן אויסערן־מיניסטער, דזשיימס בייקער, אויף אַ טור צו באַזוכן פֿאַרשיידענע לענ­דער, כּדי צו אָרגאַניזירן אַן אינטערנאַציאָנאַלע אַראַביש־ישׂראלדיקע שלום־קאָנפֿערענץ.

אין זײַנע באַמיִונגען צוזאַמענצורופֿן די דאָזיקע קאָנפֿערענץ, האָט פּרעזידענט בוש געמאַכט צוויי וויכטיקע שריט לטובֿת מדינת־ישׂראל: ער האָט געבראַכט צו דער אַנולירונג, דעם 17טן דעצעמבער 1991, פֿון דער "יו־ען"־רעזאָלוציע פֿון יאָר 1975, וואָס האָט פֿאַרגליכן ציוניזם צו ראַסיזם, און האָט באַאײַנפֿלוסט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צו באַנײַען, נאָך 24 יאָר, די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל.

דאָס באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונ­גען מיט ישׂראל איז געווען אַ באַדינג, אַז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זאָל קענען זײַן, צוזאַמען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַ ספּאָנסאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ. און טאַקע, אַ שעה פֿאַר דעם ווי דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, דזשיימס בייקער, און דער סאָוועטישער אויסערן־מיניסטער, באָריס פּאַנקין, האָבן אָפֿיציעל אַרויסגעשיקט די אײַנ­לאַדונגען צו דער מיטללענדישער קאָנפֿע­רענץ, איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים, דעם 8טן אָקטאָבער 1991, די צערעמאָניע פֿון באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען.

ישׁראלס אײַנשטימען זיך צו באַטייליקן אין דער קאָנפֿערענץ האָט זיך באַזירט אויף דער פֿאָלגנדיקער פֿאַרשטענדיקונג מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן:

דער ציל פֿון דער קאָנפֿערענץ איז אונ­טערצושרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך, און דאָס וועט ווערן קלאָר געמאַכט פֿאַר אַלעמען, וואָס באַטייליקן זיך אין דער קאָנפֿערענץ.

מדינות, וואָס באַטייליקן זיך אין די גע­שפּרעכן פֿון די צוויי צדדים מוזן זיך אויך באַ­טייליקן אין די אַלגעמיינע געשפּרעכן.

די "פּל״אָ" — די פּאַלעסטינער באַ­פֿרײַונגס־אָרגאַניזאַציע — וועט זיך נישט באַ­טייליקן אינעם פּראָצעס; נישט דירעקט און נישט אומדירעקט. די פּאַלעסטינער וועלן זײַן אַ טייל פֿון דער יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די געשפּרעכן פֿון די צוויי צדדים וועלן פֿאָרקומען אין מיטעלן מיזרח.

די היסטאָרישע מאַדריד־קאָנפֿערענץ האָט זיך געעפֿנט דעם 30סטן אָקטאָבער אין דער אָנוועזנהייט פֿון 7,000 זשורנאַליסטן פֿון דער גאַנצער וועלט, מיט דער באַ­טייליקונג פֿון דעלעגאַציעס פֿון ישׂראל און דרײַ אַראַבישע לענדער: סיריע, לבֿנון און אַ געמיינזאַמע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די קאָנפֿערענץ האָט זיך גע­עפֿנט אונטערן פּאַטראָנאַט פֿונעם אַמערי­קאַ­נער פּרעזידנט, דזשאָרדזש בוש און סאָ­ווע­טישן פּרעזידענט, מיכאַיִל גאָרבאַ­טשאָוו.

ווען דזשיימס בייקער האָט פֿאַרלאָזט די קאָנפֿערענץ דעם 3טן נאָוועמבער אָפּצופֿאָרן קיין וואַשינגטאָן, האָט ער געמאַכט אַ דעקלאַראַציע, אַז ער איז איבערראַשט צום גוטן פֿון דער קאָנפֿערענץ, וווּ עס האָבן זיך אָנגעהויבן דירעקטע אונטערהאַנדלונגען, פּנים־אל־פּנים, ווען ביידע צדדים זיצן בײַם זעלבן טיש און האָבן אָנגעהויבן רעדן.

דעם 10טן דעצעמבער האָבן זיך באַ­נײַט די געשפּרעכן אין וואַשינגטאָן, זיי האָבן ממשיך געווען דעם 2טן מערץ 1992, אָבער אָן רעזולטאַטן. דערווײַל האָט אויפֿגע­הערט, דעם ערשטן יאַנואַר 1992, צו עקזיס­טירן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין די וואַלן פֿון יוני 1992 איז אויך פֿאָר­געקומען אַן איבערקערעניש אין ישׂראל; יצחק ראַבין האָט באַזיגט יצחק שמירן, וואָס האָט גע­מיינט אַ ממשותדיקן ווײַטערדיקן אונטער­שייד פֿון דער ישׂראלדיקער רעגי­רונג.

אין פֿאַרלויף פֿון די מאַדריד־אונטער­האַנדלונגען, זענען די פּאַלעסטינער מיטגלי­דער פֿון דער יאָרדאַנישער דעלעגאַציע אָפֿן אָפּגעפֿלויגן קיין טוניס, כּדי זיך צו באַראַטן מיטן פֿירער פֿון דער "פּל״אָ", יאַסיר אַראַפֿאַט, און עס איז קלאָר געוואָרן, ווער עס נעמט אָן די באַשלוסן. אָבער אַזוי ווי ישׂראל האָט געהאַט אַ פֿאַרשטענדעניש מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַז די "פּל״אָ" וועט זיך נישט באַטייליקן אינעם פּראָצעס, איז יצחק שמיר באַשטאַנען אויף דעם, אַז דער ענין וועגן שלום־מאַכן זאָל נישט פּראָגרעסירן.

נאָכדעם ווי ראַבין איז אָפֿיציעל גע­וואָרן פּרעמיער־מיניסטער, דעם 14טן יולי 1992, האָט ער גלײַך אָנערקענט דער פּל״אָס און אַראַפֿאַטס ראָלע און באַשלאָסן, אַז ישׂראל קען נישט אויסקלײַבן אירע שכנים און פֿײַנט, און שלום מאַכט מען דאָך מיט פֿײַנט, דעריבער דאַרף מען אונטערהאַנדלען מיט אַראַפֿאַטן.

קודם־כּל, האָט ראַבין דורכגעפֿירט אין דער כּנסת די אַנולירונג פֿונעם געזעץ, וואָס פֿאַרבאָט קאָנטאַקטן מיט פֿאָרשטייער פֿון דער "פּל״אָ". און גלײַך נאָכדעם האָבן זיך אָנגעהויבן אין אָסלאָ, שוועדן, דעם 20סטן מײַ 1993, געהיימע אָפֿיציעלע גע­שפּרעכן צווישן די פֿאָרשטייער פֿון ישׂראלס אויסערן־מיניסטער, שמעון פּערעס, און דער "פּל״אָ". די געשפּרעכן האָבן זיך גע­ענדיקט דעם 20סטן אויגוסט מיט אַ הסכּם, און דעם 9טן סעפּטעמבער 1993 איז פֿאָרגע­קומען דער אויסטויש פֿון בריוו צווישן יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט וועגן דער קעגנזײַטיקער אָנערקענונג פֿון ישׂראל און "פּל״אָ".

אין זײַן בריוו צו ראַבינען אָנערקענט אַראַפֿאַט ישׂראלס רעכט צו עקזיסטירן אין שלום און זיכערהייט, נעמט אָן די "יו־ען"־רעזאָלוציעס 242 און 338, פֿאַרפֿליכטעט זיך צו לייזן אין דער צוקונפֿט יעדע מחלוקת אויפֿן וועג פֿון שלום און אונטער­האַנדלונגען, טאַדלען און אָפּשטעלן יעדן אַקט פֿון טעראָר און ברוטאַלקייט אין ישׂראל, אויף די שטחים און אין יעדן אַנדער פּלאַץ.

אַראַפֿאַט פֿאַרפֿליכטעט זיך צו צווינגען אַלע מיטגלידער פֿון דער "פּל״אָ" אָפּצו­שטעלן דעם טעראָר און די ברוטאַלקייט און אַז ער וועט מישפּטן די, וואָס וועלן נישט אויספֿירן די דאָזיקע התחײַבֿותן. אַראַפֿאַט דערקלערט, אַז ער באַטראַכט, ווי אַנולירט, אַלע פּאַראַגראַפֿן אינעם פּאַלעסטי­נער פּאַקט, וואָס אָנערקענען נישט די עקזיסטענץ פֿון ישׂראל און זענען קעגן דעם שלום־פּראָצעס, און פֿאַרפֿליכטעט זיך צו אַרבעטן אין דער ריכטונג, כּדי צו ברענגען צו דער אָפֿיציעלער אַנולירונג פֿון די דאָזיקע פּאַראַ­גראַפֿן אין דער פּאַסי­קער אינסטיטוציע.

אין זײַן ענטפֿער צו אַראַפֿאַטן, באַשטע­טיקט ראַבין, אַז די ישׂראל־רעגירונג האָט באַשלאָסן צו אָנערקענען די "פּל״אָ" ווי אַ פֿאָרשטייער פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק און אָנהייבן מיט איר אונטערהאַנדלונגען אין דער ראַם פֿונעם שלום־פּראָצעס.

דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, אויף דער לאָנקע פֿונעם "ווײַסן הויז" אין וואַשינגטאָן, האָבן ישׂראל און די "פּל״אָ" אוטערגעשריבן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" וועגן דער שאַפֿונג פֿון אַ פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אין יהודה, שומרון און עזה — ווי אַ צײַט­ווײַליקע רעגולירונג אויף פֿינף יאָר. אין דער דעקלאַראַציע ווערט געזאָגט, אַז נאָך 3 יאָר וועלן זיך אָנהייבן געשפּרעכן וועגן דער ענדגילטיקער לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט. יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן גע­דריקט די הענט איינער דעם אַנדערן.

אַ וואָך שפּעטער האָט ראַבין אַרויסגע­בראַכט די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" פֿאַר דער כּנסת, און געעפֿנט זײַן רעדע מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער: "אין דרײַ טעג אַרום וועט יעדער ייִד אין דער וועלט, ווערן אײַנ­געהילט אין דער הייליקייט פֿון יום־כּיפּור, דער טאָג פֿון חשבון־הנפֿש. דערלאַנגט ערבֿ יום־כּיפּור פֿון יאָר תּשנ״ד, 5754, די ישׂראל־רעגירונג דעם פֿאָלק ישׂראל אַ גע­לעגנהייט פֿון שלום, און אפֿשר אַ סוף צו אַלע מלחמות, טעראָר און ברוטאַלקייט".

ראַבין האָט געזאָגט, אַז זײַן רעגירונג האָט באַשלאָסן צו געבן דעם שלום אַ געלעגנהייט, ווײַל ער איז איבערצײַגט, אַז די גרעסטע טייל פֿונעם פֿאָלק וויל שלום און איז גרייט צו ריזיקירן פֿאַרן שלום. די כּנסת האָט באַשטעטיקט די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע", און פּרעזידענט קלינטאָן האָט געשיקט ראַבינען אַ בריוו אין וועלכן ער דריקט אים אויס באַוווּנדערונג און אָפּשאַצונג פֿאַר זײַן דרייסטקייט און פֿאַר דער פֿירערשאַפֿט, וואָס ער האָט באַוויזן פֿאַרן שלום.

דעם 4טן מײַ 1994, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין קאַיִר דער אָפּמאַך "עזה—יריחו ערשט". לויט דעם אָפּמאַך האָט די צײַטווײַליקע אײַנריכטונג געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן, ערשטנס, אין גאַנץ עזה און אין אַ ראַיאָן אַרום דער שטאָט יריחו. בײַם אונטערשרײַבן דעם דאָזיקן אָפּמאַך, האָט שמעון פּערעס דערקלערט: "קיין זאַך וועט נישט מאַכן ישׂראל מער אַ ישׂראלדיקע, ווי דאָס באַפֿרײַען זיך פֿון 800,000 פּאַלעסטינער וואָס וווינען אין עזה. עזה האָט צו אונדז קיינמאָל נישט געהערט און האָט נאָר געדריקט אויף אונדז. דאָס פֿאָלק אָטעמט אָפּ פֿרײַ, זעענדיק זײַנע סאָלדאַטן פֿאַרלאָזן עזה".

דעם 10טן דעצעמבער 1994, האָבן יצחק ראַבין, שמעון פּערעס און יאַסיר אַראַ­פֿאַט באַקומען פֿאַר "אָסלאָ" דעם נאָבעל־פּרײַז. דאָס זענען געווען טעג פֿון אמתער דערהייבונג אין ישׂראל. אַ שטימונג פֿון אַ ביסל אַן ענלעכער דערהייבונג האָט געהערשט אין ישׂראל ווען שמעון פּערעס, דער אַרכיטעקט פֿון "אָסלאָ", איז, דעם 13טן יוני הײַיאָר, אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער נײַנטער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל.

איך קען פּערזענלעך זייער גוט שמעון פּערעסן און האָב זיך געטראָפֿן מיט אים אַ סך מאָל. כּמעט אַ גאַנצע וואָך האָב איך מיט אים פֿאַרבראַכט אין בוקאַרעשט, ווען איך בין געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע, און ער איז אַהין געקומען ווי דער פֿירער פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעט־פּאַרטיי, ווי אַ גאַסט פֿון פּרעזידענט טשאַושעסקו.