פּאָליטיק

נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה, מיט איבער 34 יאָר צוריק, איז געשאַפֿן געוואָרן די אַגראַ­נאַט־קאָמיסיע, אויסצופֿאָרשן די דורכפֿאַלן פֿון דער מלחמה. אינעם באַריכט, וואָס די קאָ­מיסיע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, האָט זי אַרויפֿגע­לייגט די הויפּט־שולד פֿאַר די דורכפֿאַלן אויפֿן קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און אויפֿן הויפּט פֿון דער אַרמיי אויסשפּירונגס־דינסט, גענע­ראַל אלי זעיראַ.

לעצטנס, זענען באַקאַנט געוואָרן איינצל­הייטן פֿון אַגראַנאַטס באַריכט, וואָס זענען געווען ביז איצט פֿאַרבאָטן צו פּובליקירן און צווישן אַנדערן, די טענה, אַז דער הויפּט פֿונעם "מוסד", צבֿי זמיר, האָט געמאַכט אַ פֿעלער מיט דעם, וואָס ער האָט נישט אינפֿאָרמירט גאָלדע מאיר דירעקט מיט דער ידיעה וועגן דער דראָענדיקער מלחמה, וואָס דער "מוסד" האָט באַקומען סוף סעפּטעמבער 1973 פֿון זײַן עגיפּטישן אַגענט אַשראַף מאַרוואַן, דער איידעם פֿון אַבדעל נאַסער. זמיר האָט די ידיעה איבערגעגעבן דעם גענעראַל זעיראַ, זי איז אָבער נישט דערגאַנגען צו גאָלדע מאיר צו דער צײַט. דאָס איז קריטיקירט גע­וואָרן דורך דער אַגראַנאַט־קאָמיסיע.

דעם 27סטן יוני 2007 איז אַשראַף מאַר­וואַן געפֿונען געוואָרן אַ טויטער אונטער דער טעראַסע פֿון זײַן וווינונג אין לאָנדאָן, און דער "סקאָטלאַנד יאַרד" האָט געמאָלדן, אַז זײַן טויט האָט פּאַסירט אין באַדינגונגען, וועלכע ס׳איז שווער צו דערקלערן. אין די צײַטונגען זענען פֿאָרגעבראַכט געוואָרן פֿיר מעגלעכע סיבות פֿאַר זײַן טויט: ער האָט זיך פּשוט אויסגעגליטשט אויף דער טעראַסע און געפֿאַלן; ער האָט באַקומען אַ בייזוויליקע קראַנקייט און איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד; ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ טיפֿער דעפּרעסיע צוליב דעם, וואָס די זיכערהייט־אָרגאַנען פֿון ישׂראל האָבן נישט אויסגעמיטן דאָס פֿאַר­עפֿנטלעכן זײַן נאָמען ווי אַ ישׂראלדיקער אַגענט; פֿון די הויכע פֿענצטער אין עגיפּטן האָט מען אים געגעבן אָנצוהערן, אַז זיי ווייסן וועגן זײַן פֿאַרראַט און האָבן אים געראַטן צו באַגיין זעלבסטמאָרד.

דעם 29סטן אויגוסט, 2007, האָט דער לאָנדאָנער "טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַ­ריכט, אַז עס שטאַרקט זיך דער פֿאַרדאַכט, אַז אַשראַף מאַרוואַן איז דערמאָרדעט גע­וואָרן. לויטן "טײַמס"־באַריכט, זענען נעלם געוואָרן די שיך, וואָס מאַרוואַן האָט געטראָגן אינעם טאָג פֿון זײַן טויט; ווי אויך — אַ בוך זכרונות, וואָס ער האָט געשריבן און געזאָלט פּובליקירן סוף יאָר. דערצו, האָט די פּאָליציי געפֿונען לעצטנס אַן עדות, וואָס האָט געזען דאָס געשעענע, און וועגן וועמען מען האָט נישט געוווּסט ביז איצט. דער עדות האָט געזען אויף דער טעראַסע צוויי מענטשן מיט אַ מיזרחדיקן אויסזען, אָנגעטאָן אין קאָסטיומען, אַ קורצע צײַט איידער אַשראַף מאַרוואַן איז אַראָפּגעפֿאַלן אָדער מען האָט אים אַראָפּגעוואָרפֿן.

נאָך זײַן טויט האָט דער עגיפּטישער פּרעזידענט, כאָסני מובאַראַק, דערקלערט, אַז אַשראַף מאַרוואַן איז געווען אַ טרײַער פּאַטריאָט, וואָס האָט דערטיילט זײַן לאַנד, עגיפּטן, פּרעכטיקע דינסטן און אַז די קלאַנגען וועגן זײַן אַרבעטן לטובֿת ישׂראל זענען אַ ליגן. דעם 6סטן אָקטאָבער 2004, אין דעם טאָג וואָס מען האָט געפֿײַערט אין עגיפּטן דעם ניצחון אין דער יום־כּיפּורדיקער מלחמה, האָט מען אויף דער עגיפּטישער טעלעוויזיע געוויזן ווי כאָסני מובאַראַק דריקט די האַנט פֿון אַשראַף מאַרוואַן, וועלכער האָט באַגלייט מובאַראַקן בײַם לייגן אַ קראַנץ בלומען אויפֿן קבֿר פֿון אַבדעל נאַסער.

דאָס דאָזיקע בילד אויף דער עגיפּטישער טעלעוויזיע און מובאַראַקס ווערטער נאָכן טויט פֿון מאַרוואַנען, האָבן געשטאַרקט די מיינונג אויסגעדריקט דורכן גענעראַל זעיראַ, אַז מאַרוואַן איז געווען אַ דאָפּלטער אַגענט.

די פֿראַגע איז אָבער, צי איז ער געווען אַזאַ אַגענט?

אַשראַף מאַרוואַן איז געבוירן געוואָרן אין עגיפּטן, אין יאָר 1944, אַ זון פֿון אַ בכּבֿודיקער עגיפּטישער פֿאַמיליע. זײַן בילדונג האָט ער באַקומען אין ענגלאַנד, וווּ ער האָט גע­ענדיקט די שטודיעס מיט אַ דאָקטאָראַט אין עקאָנאָמישע וויסנשאַפֿטן. אין די 60ער יאָרן האָט ער חתונה געהאַט מיט מאָנאַ נאַסער, די דריטע טאָכטער פֿונעם עגיפּטישן פּרעזידענט, אַבדעל נאַסער. די דאָזיקע חתונה האָט אַרײַנגעפֿירט מאַרוואַנען אינעם אינערלעכן קרײַז פֿון פּרעזידענט נאַסער, וווּ ער האָט דערוואָרבן דעם סטאַטוס פֿון אַ וואַנדערנדיקן אַמבאַסאַדאָר אין פֿאַרשיידענע דיפּלאָמאַטישע שליחותן אין פֿאַרשיידענע פּלעצער אויף דער וועלט.

נאָך נאַסערס טויט, אין יאָר 1970, האָט מאַרוואַן געפֿילט, אַז ער ווערט דערווײַטערט פֿונעם פּרעזידענטס קרײַז און איז געקומען צום באַשלוס, אַז ער וועט קענען האָבן אַ גרעסערע השפּעה אויף די געשעענישן אין עגיפּטן און ברענגען צו דער מפּלה פֿון סאַדאַטס גרופּע און זייערע בעלי־בתּים, די סאָוועטן, אויב ער וועט זיך פֿאַרבינדן מיט ישׂראל. מאַרוואַן האָט זייער פֿײַנט געהאַט די קאָמוניסטן און דעם סאָוועטישן אימפּעריאַליזם, וואָס האָט — לויט זײַן מיינונג — באַדראָט די אומאָפּהענגיקייט פֿון עגיפּטן. ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין לאָנדאָן און זיך געטראָפֿן מיטן פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן "מוסד" אין ענגלאַנד. דעמאָלט האָט ער פֿאָרגעשלאָגן זײַנע דינסטן פֿאַר געלט.

אַשראַף מאַרוואַן האָט איבערגעגעבן ישׂראל פֿאָלגנדיקע מאַ­טע­ריאַלן: אינפֿאָר­מאַציע וועגן די אינטערנאַציאָ­נאַלע פּאַן־אַראַבישע צוזאַ­מענ­טרעפֿן פֿון עגיפּטישן פּרעזידענט; אינפֿאָר­מאַ­ציע וועגן געווער־צושטע­לונגען פֿאַר דער עגיפּטי­שער אַרמיי; אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ טעראָריסטי­שער גרופּע בראָש מיט אַמין אַל הינדי, וואָס האָט צוגעגרייט אַן אַטאַק אויף אַן "אל־על"־עראָפּלאַן אין רוים; אָריגינעלע דאָקו­מענטן, צווישן זיי — אַ באַקאַנטמאַכונג פֿון אַנ­וואַר סאַדאַט צו לעאָניד ברעזשניעוו, אין וועלכער סאַדאַט פֿאַרלאַנגט פֿון די סאָוועטן באָמבאַרדיר־עראָפּלאַנען און ערד־צו־ערד "סקאַד"־ראַקעטן; אין יוני 1973, האָט ער אינ­פֿאָרמירט, אַז עגיפּטן האָט באַקומען די ערשטע ראַקעטן.

שוין אין דעצעמבער 1972, האָט מאַרוואַן געוואָרנט, דאָס ערשטע מאָל, וועגן דער כּוונה פֿון עגיפּטן אָנהייבן אַ מלחמה קעגן ישׂראל. אין אַפּריל 1973, האָט ער ווידער געוואָרנט וועגן דער זעלבער סכּנה. נאָך די דאָזיקע וואָרענונגען איז דאָס ערשטע מאָל פּראָקלאַמירט געוואָרן אין ישׂראל אַן אויסנאַם־צושטאַנד; און דאָס צווייטע מאָל, זענען אַפֿילו מאָביליזירט געוואָרן די רעזערוו־סאָלדאַטן. אַזוי ווי דאָס זענען געווען פֿאַלשע אַלאַרמען, איז די אַרמיי שטאַרק קריטיקירט געוואָרן.

סוף סעפּטעמבער 1973, האָט מאַרוואַן געשיקט אַ דרינגענדיקע וואָרענונג און אונ­טערגעשטראָכן, אַז דאָס מאָל איז עס ערנסט. ער האָט צוגעגעבן, אַז סאַדאַט קאָאָרדינירט מיטן סירישן פּרעזידענט, אַסאַד, אַן אַטאַק אין דעם טאָג פֿון יום־כּיפּור. ווען מאַרוואַן האָט געזען, אַז אין "מוסד" לייגט מען נישט צופֿיל אַכט אויף זײַנע וואָרענונגען, האָט ער פֿאַרלאַנגט זיך צו טרעפֿן מיטן הויפּט פֿון "מוסד", צבֿי זמיר. דעם 5טן אָקטאָבער 1973, גאָר פֿרי, איז זמיר אַרויסגעפֿלויגן קיין לאָנדאָן און דאָס מאָל האָט מאַרוואַן איבערגעגעבן די גענויע צײַט פֿונעם אַטאַק: אויף מאָרגן, שבת־יום־כּיפּור, נאָכמיטאָג.

זמיר האָט זיך איבערצײַגט, אַז עגיפּטן און סיריע גייען אַרויס אין אַ מלחמה קעגן ישׂראל, און צומאָרגנס, יום־כּיפּור, 4 אַזייגער אין דער פֿרי, האָט זמיר איבערגעגעבן גאָלדע מאיר, דיינען און גענעראַל אלעזרן: "הײַנט וועט אויסברעכן אַ מלחמה". די ידיעה פֿון סוף סעפּטעמבער איז צו זיי נישט דערגאַנגען.

לויט די ידיעות אין די צײַטונגען, האָט אַשראַף מאַרוואַן געדינט דעם "מוסד" ביזן יאָר 1975, און האָט באַקומען פֿאַר זײַן אַרבעט אַ מיליאָן דאָלאַר, מיט וועלכן ער האָט אַנטוויקלט זײַנע געשעפֿטן אין ענגלאַנד.

נאָך דער יום־כּיפּור־מלחמה האָט זיך צע­פֿלאַקערט אַ פּאָלעמיק צווישן די ישׂראלדיקע געהיים־דינסטן וועגן דער פֿראַגע: צי איז אַשראַף מאַרוואַן געווען אַ טאָפּלטער אַגענט? דער "מוסד" איז בײַ דער מיינונג, אַז נישט. גענעראַל זעירא איז זיכער, אַז ער איז יאָ געווען אַזאַ, און אין יאָר 1993 האָט ער פּובליקירט אַ בוך, אין וועלכן ער האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין וועגן דעם טאָפּלטן אַגענט אינעם "מוסד". זשורנאַליסטן זענען דערגאַנגען צו אַשראַף מאַרוואַנען, וועלכער האָט עס פֿולשטענדיק אָפּגעלייקנט.

אין יאָר 2004 האָט דער הויפּט פֿון "מוסד", צבֿי זמיר, אַרײַנגעטראָגן אַן אָנקלאַגע צום יורידישן ראַטגעבער פֿון דער מדינה קעגן גענעראַל זעירא און אים באַשולדיקט אין אַנטפּלעקן די אידענטיטעט פֿון אַ "מוסד"־אַגענט אין דער יום־כּיפּור־מלחמה. ריכטער טעאָדאָר אור איז באַשטימט געוואָרן ווי אַן אַרביטער, און ער האָט אָנגענומען די ווערסיע פֿון צבֿי זמיר.

געוויינטלעך, האָט די פֿראַגע וועגן אַ טאָפּלטן אַגענט אין אַן אויסשפּיר־אַגענטור אַ וויכטיקייט בלויז פֿון שטאַנדפּונקט פֿון מלחמה־וויסנשאַפֿט, אינעם פּרט פֿון דער פֿעיִקייט צו אַנטדעקן אַ דאָפּלטן אַגענט. אָבער אין אונדזער פֿאַל איז די דאָזיקע פֿראַ­גע אַנטשטאַנען, בעיקר, ווי אַ פּרוּוו פֿון גענעראַל זעיראַ זיך צו באַפֿרײַען פֿון זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַרן דורכפֿאַל בעת דער יום־כּיפּור־מלחמה. די אַגראַנאַט־קאָמי­סיע האָט אָפֿיציעל די שולד פֿאַרן דורכפֿאַל אַרויפֿגעלייגט אויף אים. זעיראַ פּרובירט פֿאַרלײַכטערן זײַן שולד מיט דער טענה, אַז ער איז געווען אַ קרבן פֿון אַ קאָלאָסאַלן פֿאַרפֿירערישן פּלאַן פֿון די עגיפּטער מיט דער הילף פֿון די סאָוועטן דורך אַ טאָפּלטן אַגענט.

אָבער אַפֿילו ווען דאָס וואָלט געווען אַזוי, וואָלט עס אויך דאַן נישט געמאַכט לײַכטער די שולד פֿון גענעראַל זעירא. ווײַל אין אַזאַ ערנסטער סיטואַציע, טאָר מען נישט באַזירן די אָפּשאַצונג בלויז אויף איין און איינציקן קוואַל, ווי וויכטיק ער זאָל נישט זײַן. דער אמת איז, אַז גענעראַל זעיראַ ווי דער הויפּט פֿון מיליטערישן געהיים־דינסט, איז נישט געווען ביכולת אָפּצושאַצן ריכטיק דעם מאַטעריאַל וואָס איז דערגאַנגען צו אים. דאָס האָט געבראַכט דערצו, אַז אין יום־כּיפּור פֿון יאָר 1973 איז די ישׂראלדיקע אַרמיי איבערראַשט געוואָרן סײַ דורך דער אומדערוואַרטקייט, סײַ דורכן פּלאַץ און שטייגער פֿונעם אַטאַק.

מיר פּערזענלעך, האָט די יום־כּיפּור־מלחמה דערמאָנט דאָס געפֿיל פֿון אומדער­וואַרטונג בעת דעם דײַטשישן אַטאַק קעגן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין דער "באַרבאַראָסאַ"־אָפּעראַציע דעם 22סטן יוני 1941, וואָס איז טיף אײַנגעקריצט געוואָרן אין מײַן זכּרון. דער אונטערשייד איז, וואָס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען געווען אין דער אַרמיי און אין דעם געהיים־דינסט מענטשן, וואָס האָבן פֿאָרויסגעזען דעם דײַטשישן אַטאַק, אָבער מורא געהאַט אויסצודריקן זייער מיינונג פֿאַר סטאַלינען, ווײַל דאָס איז געווען קעגן זײַן קאָנצעפּציע. אין ישׂראל זענען אַלע געפֿאַלן קרבנות פֿון אַ פֿאַלשער השׂגה.