- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער מאַכט־פּאַראַד אין רוסלאַנד גייט אָן ווײַטער, נאָך איידער ס‘איז געקומען דער טאָג פֿון די וואַלן. ווי באַוווּסט, האָט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, מיט צוויי וואָכן צוריק אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן "יורש" — דמיטרי מעדוועדיעוו; בײַ זײַן ערשטן אויפֿטריט האָט דער "גרינער" יורש באַלד אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם פּרעמיער, מיט וועלכן ער וואָלט געוואָלט אַרבעטן — וולאַדימיר פּוטין. נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה, מיט איבער 34 יאָר צוריק, איז געשאַפֿן געוואָרן די אַגראַנאַט־קאָמיסיע, אויסצופֿאָרשן די דורכפֿאַלן פֿון דער מלחמה. אינעם באַריכט, וואָס די קאָמיסיע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, האָט זי אַרויפֿגעלייגט די הויפּט־שולד פֿאַר די דורכפֿאַלן אויפֿן קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און אויפֿן הויפּט פֿון דער אַרמיי אויסשפּירונגס־דינסט, גענעראַל אלי זעיראַ. מע פֿײַערט איצט 40 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער באַוועגונג פֿאַר סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. ס׳איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער דאַטע, אַז מע האָט פֿון די סאָוועטישע אַרכיוון אָקערשט אויסגעגראָבן אַן אינטערעסאַנטע סטאַטיסטיק מכּוח די ערשטע יאָרן פֿון דער עמיגראַציע. אין די 1960ער יאָרן איז די ייִדישע עמיגראַציע נאָך געווען אַ גאַנץ עקזאָטישע זאַך. די רייד איז געגאַנגען וועגן הונדערטער פֿאַלן, ווען די מלוכה האָט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. טובֿיה טענענבוים איז אַ נאָמען אין דער וועלט פֿון עקספּערימענטאַלן און פּראָוואָקאַטיוון אַנגלאָ־ייִדישן טעאַטער סײַ אין ניו־יאָרק און סײַ אין אייראָפּע. זײַן פֿירמע הייסט "דהע דזשויִש טיִעיטער אָוו ניו־יאָרק", אָדער "טעאַטער־מאַניע". ער איז סײַ דער דראַמאַטורג און סײַ דער פּראָדוצענט פֿון זײַנע פֿילצאָליקע פּיעסעס. איך געדענק, מיט יאָרן צוריק, האָב איך געזען אַ פּיעסע וואָס טובֿיה האָט אָנגעשריבן און געשטעלט ערגעץ אין אַ טעאַטער אין ניו־יאָרק. געהייסן האָט יענע פֿאָרשטעלונג "On Wings of Eagles" (אויף פֿליגל פֿון אָדלערס). דער סוזשעט איז געווען ייִדן—אַראַבער; אַ ליבע צווישן צוויי יונגע מענטשן — אַ פּאַלעסטינער אַראַבקע און אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַט. עמנואל רינגעלבלום איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דער אָרגאַניזאַטאָר און אָנפֿירער פֿון "עונג שבת", דעם געהיימען אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ. פֿאַרבאַהאַלטן אונטער די חורבֿות פֿונעם געטאָ, איז אַ גרויסער טייל פֿונעם דאָזיקן אַרכיוו געראַטעוועט געוואָרן נאָך דער מלחמה. רינגעלבלום אַליין האָט ניט דערלעבט ביז דער באַפֿרײַונג פֿון וואַרשע עטלעכע חדשים. "עונג שבת" איז געווען דער לעצטער העלדישער אויפֿטו פֿון דער קורצער, אָבער זייער אינטענסיווער תּקופֿה פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל און דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט בפֿרט. יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן טויט גערופֿן זײַנע קינדער צו זיך, און געבענטשט יעדן פֿון זיי מיט אַ באַזונדערער ברכה; יעקבֿס ברכות, געזאָגט מיט אַ זייער טיף פּאָעטיש־מיסטיש לשון, באַטרעפֿן ס׳רובֿ פֿון טעקסט אין דער הײַנטיקער פּרשה, און ווײַזן אָן אויף די באַזונדערקייטן און אויפֿן צוקונפֿטיקן גורל פֿון יעדן ייִדישן שבֿט, ווי אויך אויף די שפּעטערדיקע באַציִונגען צווישן די שבֿטים. דעם 2טן און 3טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אין אוניווערסיטעט פֿון מערילענד אין קאָלעדזש-פּאַרק אַ קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע "שפּראַכן בײַ ייִדן אין אַ גלאָבאַליזירטער וועלט", אונטער דער פֿעיִקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס, די דאָרטיקע פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדיש. אַזוי ווי אַני-הקטן בין געווען צווישן די רעדנערס, קען דער דאָזיקער באַריכט ניט זײַן גאַנץ אָביעקטיוו, אָבער ער מעג נאָך אַלץ עפּעס לאָזן פֿונעם טעם פֿון דער קאָנפֿערענץ, דעם מין פֿראַגעס וואָס מע האָט באַהאַנדלט, און די לעבעדיקע דיסקוסיעס, וואָס האָבן לאַנג געדויערט נאָך יעדער סעסיע. צו זײַן 90סטן יאָרצײַט אין 1875 האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים אַרויסגעגעבן זײַן פּאָעמע "יודל", אַן אַלעגאָריע וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק, מיט דעם מאָטאָ: "אַך יודל מײַן קראַנקער, מײַן קראַנקער יודל / דײַן לעבן איז זיי׳ר, זיי׳ר אַ טרויעריק לידל". דאָס איז אַ מעשׂה אין גראַמען וואָס גיט איבער די לעבנס־געשיכטע פֿון יודל, פֿון זײַן געבורט ביז זײַן קראַנק ווערן בײַם סוף פֿון זײַן לעבן. פֿון דער לאַנגער פּאָעמע האָבן מיר אויסגעקליבן עטלעכע טיילן פֿאַר די הײַנטיקע "פּערל". פֿון דעם צווייטן קאַפּיטל ברענגען מיר אַן אויסצוג: דעם 9טן און 10טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "וואָס איז אַ ייִדישער טאַנץ? וועלטלעך, געבאָרגט און איבערגעמאַכט" — אינעם "הילל"־בנין פֿונעם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט" אין מאַנהעטן. די קאָנפֿערענץ איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט, וואָס ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" (CTMD) אויסצופֿאָרשן און אויפֿצולעבן ייִדישע טענץ; דאָס הייסט, די טענץ פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. ס'איז פֿרײַטיק, אַן אָפּרו־טאָג, און דערפֿאַר איז דער וועג פֿרײַ, ווי ער וואָלט נאָר אויף אונדז אַרויסגעקוקט. דאָס פֿרישע פֿרימאָרגן־ליכט האָט ערשט גענומען אויסטיילן דעם אַרום פֿון דער פֿינצטערניש און מיר טרעפֿן אָן אויף אַ גרופּע ישיבֿה־בחורים. ווי עס פֿירט זיך, זײַנען זיי אָנגעטאָן אין שוואַרצע, יום־טובֿדיקע מלבושים. אויב אורטיילן לויט זייער גאַנג און באַזונדערס ווי זיי זײַנען שטיפֿעריש זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ הילכיק געלעכטער, לאָזט זיך מיינען, אַז זיי זײַנען אויסגעקנאָטן ניט נאָר פֿון ישיבֿה־טייג. טאָמער זוכט איר אַ גרינגן צושפּײַז צו באַגלייטן אַ פֿיש־מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט. ס׳דויערט ווייניק צײַט צוצוגרייטן, און איז גאַנץ געשמאַק. איר קענט פֿאַרבײַטן דעם פֿרישן טימיאַן און ראָזמאַרין מיט די געטריקנטע בלעטער, אָבער אויב יאָ — ניצט בלויז 1/2 לעפֿעלע פֿון ביידע.
4 קליינטשיקע רויטע קאַרטאָפֿליעס
טײַערע חזנטע, תּמיד ווער איך דערשלאָגן אין דער צײַט פֿון יאָר. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז איך האָב פֿאַר זיך געשטעלט, בײַם אָנהייב יאָר, אַ ציל צו בײַטן אַ סך אין מײַן לעבן — פֿאַרלירן וואָג, באַקומען אַ בעסערע אַרבעט, שאַפֿן נײַע חבֿרים — און צום סוף יאָר, זע איך, אַז איך בין דער זעלבער וואָס פֿריִער. פֿאַר וואָס קען איך נישט דערגרייכן מײַנע צילן? |