ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
מענדעלע מוכר־ספֿרים
מענדעלע מוכר־ספֿרים

צו זײַן 90סטן יאָרצײַט

אין 1875 האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים אַרויסגעגעבן זײַן פּאָעמע "יודל", אַן אַלעגאָריע וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק, מיט דעם מאָטאָ: "אַך יודל מײַן קראַנקער, מײַן קראַנקער יודל / דײַן לעבן איז זיי׳ר, זיי׳ר אַ טרויעריק לידל". דאָס איז אַ מעשׂה אין גראַמען וואָס גיט איבער די לעבנס־געשיכטע פֿון יודל, פֿון זײַן געבורט ביז זײַן קראַנק ווערן בײַם סוף פֿון זײַן לעבן. פֿון דער לאַנגער פּאָעמע האָבן מיר אויסגעקליבן עטלעכע טיילן פֿאַר די הײַנטיקע "פּערל". פֿון דעם צווייטן קאַפּיטל ברענגען מיר אַן אויסצוג:

צווישן אַלע מענטשן אין אַלטע צײַטן
מען זאָל אויסגיין די וועלט אין אַלע טיילן
איז צו יודלס לעבן, איך פֿאַרזיכער אײַך,
ערגעץ כ׳לעבן נישט געוועזן קיין פֿאַרגלײַך.

זײַן טאַטע אַ חכם, אין דער וועלט איינער,
וואָס צו זײַן קלוגקייט קומט אסור ניט קיינער,
אַ גרויסער מײַסטער, אַ קענער צו מאַכן
אַלע חידושים, וווּנדער־שיינע זאַכן.

וואָס אַלע כּסדר פֿון אויבן ביז אַראָפּ
גיבן אים אָן אונטערשייד גרויס כּבֿוד אָפּ.
דער דאָזיקער וועלט־באַרימטער טאַטע
וואָס אַלע קומען נישט צו זײַן פּיאַטע,

האָט ליב געהאַט מער פֿון זײַנע קינדער
דעם יודלען וואָס ליגט איצט דאָ באַזינדער.
נאָך דעם אַז יודל האָט געוואַנדערט ווײַט
זיך אויסגעריבן און געוואָרן לײַט,

געאַרבעט געשמאַק און געוואָרן ביוואַלע,
האָט אים דער פֿאָטער געגעבן אַ כּלה,
אַ פֿײַנע, אַ געלערנטע, אַ שיינע,
אַ בת־יחידה, בײַ אירע עלטערן איינע,

מיט איר גרויסער חכמה איטלעכן געפֿעלן,
מען האָט זי געמעגט פּראָסט פֿאַר מלכים שטעלן.
אַזוי קלוג, אַזוי ערלעך און אַזוי גוט,
אַז גאַנץ רויִק שטיל, געלאַסן אָן אַ רוט,

וואָלט זי, בנאמנות, לענדער פֿירן געקענט,
און מען וואָלט זי פֿאָלגן, קושן איר די הענט.
וואָלט געקענט לערנען די מלכים פֿון דער ערד,
ווי צו לעבן, געוועלטיקן אָן אַ שווערד.

ווי צו ברענגען נוצן און ווי צו טויגן,
נאָר אָן מלחמות, נאָר אָן פֿײַל און בויגן.
איר גוטסקייט, איר שיינקייט און איר געשטאַלט
איז געפֿעלן איטלעכן, יונג און אַלט.

לא די וואָס אַזוי געלערנט, אַזוי פֿײַן,
האָט מען איר געגעבן אין נדן אַרײַן
אויך אַ גוטן מאַיאָנטעק מיט פֿיל פֿעלדער,
מיט גרויסע טײַכן, ווײַנגערטנער און וועלדער.

אַ מאַיאָנטעק, וואָס אַבי ניט זײַן נאָר פֿויל,
קען מען דאָרט האָבן ברויט מיט דעם פֿולן מויל.
אַ מאַיאָנטעק, וואָס דאָרט פֿעלט ניט קיין שום זאַך,
וואָס דאָרטן פֿליסט מילך און האָניק אַ סך.

וואָס דאָרטן קען מען לעבן גליקלעך גאַנץ פֿרײַ,
איינער דעם אַנדערן ליב האָבן זײַ׳ר געטרײַ.
אַזאַ כּלה, וואָס מיט אַזעלכע מעלות,
האָט אונדזער יודל געכאַפּט גאָר אָן שאלות.

די חתונה האָט אָנגעמאַכט אַ גערידער,
אַ רעש, אַ טאַראַראַם, אַ האַרמידער,
אויף אַ פֿרײַען פּלאַץ, שרעקלעך ברייט און ווײַט
אונטער דעם הימל פֿאַר גאָט און פֿאַר לײַט.

האָבן חתן־כּלה אויף אַ בערגל דאָרט,
איינער דעם אַנדערן געגעבן דאָס וואָרט.
עס האָט געשפּילט זיי׳ר אַ שאַרפֿע קאַפּעלע,
וואָס מען הערט עס נישט אויף די גרעסטע בעלע,

עס האָבן געבלאָזן די פֿלייטן,
זיי׳ר שטאַרק געטרובעט די טרומייטן.
עס איז געוועזן אַ געטימל,
זיי׳ר שטאַרקע קולות ביז אין הימל.

עס האָט פּשוט די וועלט זיך געקערט,
די קולות האָבן זיך אַלץ פֿאַרמערט.
עס האָבן אויך געקנאַקט ראַקעטן,
שטאַרק געהילכט ווי פֿון פּיסטאָלעטן.

געפֿלויגן פֿײַערדיקע בליצן,
אוממעגלעך געווען אײַנצוזיצן.
פֿון דער חתונה אַלע גרויסע וווּנדער,
דערציילט נאָך עד־היום יעדער באַזונדער.

מענדעלע מוכר־ספֿרים איז דער פּסעוו­דאָנים פֿון שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, וואָס איז געבוירן געוואָרן דעם 2טן יאַנואַר 1838, אָדער דעם 20סטן דעצעמבער 1835, אין קאַפּוליע, מינסקער גובערניע, הײַנט — ווײַסרוסלאַנד. ער האָט באַקומען אַ טראַ­דיציאָנעלע דערציִונג. צו 10 יאָר האָט ער שוין געקאָנט דעם תּנ״ך אויף אויסנווייניק. זײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן צו 40 יאָר, ווען מענדעלע איז אַלט געווען 14 יאָר. זײַן מוטער האָט אים אַוועקגעשיקט קיין טימקעוויטש צו לערנען, דערנאָך איז ער געפֿאָרן קיין סלוצק און אַנדערע שטעט צו לערנען, ביז ער איז אָנגעקומען קיין ווילנע, וווּ ער האָט געלערנט אין ראַמיילעס ישיבֿה און אין גאונס קלויז. ער האָט דערנאָך געלעבט אין מעלניקי, וווּ ער האָט געאַרבעט פֿאַר זײַן שטיף־פֿאָטער, און געגעבן לעקציעס צו דעם שטיף־פֿאָטערס קינדער.

אין 1854 איז ער מיטגעפֿאָרן מיט אַבֿרהם דער הינקערדיקער, אַ פּראָטאָטיפּ פֿאַר מענ­דעלעס פֿישקע דער קרומער. זיי זײַנען דורכ­געפֿאָרן שטעט און שטעטלעך פֿון ליטע, וואָלין, אוקראַיִנע און פּאָדאָליע. אין קאַמע­ניעץ־פּאָדאָלסק האָט ער אָנגעטראָפֿן דעם שרײַבער און משׂכּיל אַבֿרהם בער גאָטלאָבער און האָט זיך צוגעגרייט צו די עקזאַמינס צו ווערן אַ לערער. ער האָט חתונה געהאַט אָבער נאָך עטלעכע יאָר האָט ער זיך געגט. ער האָט דאָס צווייטע מאָל חתונה געהאַט מיט פּעסי לעווין און נאָך דער חתונה האָבן זיי זיך באַזעצט אין בערדיטשעוו. ער האָט געשריבן צוערשט אויף העברעיִש. אין 1866 איז אַרויס אין בוכפֿאָרעם זײַן ערשטע דער­ציילונג אויף ייִדיש "דאָס קליינע מענטשעלע". שפּעטער זײַנען אַרויס פֿון דרוק זײַנע ווערק: "די טאַקסע", "די קליאַטשע" און אַנדערע ביכער.

ער איז געוואָרן דער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ רעפֿאָרמירטער תּלמוד־תּורה אין אַדעס, וווּ ער האָט זיך אַביסל פֿריִער געהאַט באַזעצט. זײַן הויז איז געוואָרן אַ ליטעראַרישער צענטער, וווּ שרײַבער פֿלעגן זיך אָפֿט צוזאַמענקומען. נאָך דעם אַדעסער פּאָגראָם פֿון 1905 האָט ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד מיט זײַן משפּחה, זיך אָפּגעשטעלט אויף עטלעכע חדשים אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, דערנאָך געוווינט אין זשע­נעוו. אין 1908 האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַדעס.

אין 1910 זײַנען געפֿײַערט געוואָרן גרויסע שׂימחות לכּבֿוד מענדעלעס 75סטן געבוירן־טאָג אין פֿאַרשיידענע שטעט אין רוסלאַנד און פּוילן. שלום־עליכם האָט אים דעמאָלט אָנגערופֿן "דער זיידע" פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מיט אַזעלכע נעמען ווערן ביזן הײַנטקן טאָג באַצײַכנט מענדעלע — דער זיידע; פּרץ — דער פֿאָטער, און שלום־עליכם — דאָס אייניקל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מענדעלע מוכר־ספֿרים איז געשטאָרבן אין דעצעמבער 1917.

מיר ברענגען ווײַטער נאָך אַ טייל פֿון "יודל" — פֿונעם קאַפּיטל ג, וווּ זײַן ווײַב — די תּורה — לערנט יודל — דאָס ייִדישע פֿאָלק — גוטע זיטן:

פֿאָלג מיך יודל לעב, פֿאָלג כ׳לעבן איך בעט דיך,
האָב דעם אַנדערן ליב ווי דו האָסט ליב זיך,
ליבע, דאָס, יודל, איז די גאַנצע תּורה,
ליידיק גיין, דאָס איז די גרעסטע עבֿירה.

דער רײַכער ווי דער אָר׳מער, דער האַר און קנעכט
יעדער האָט אויף דער וועלט צו לעבן דאָס רעכט.
אַלע מענטשן כ׳לעבן האָבן איין פֿאָטער,
דער ייִד, דער טערק און אַפֿילו דער טאָטער.

דעם פּרינץ ווי דעם פּויער, גראַף און שקלאַפֿן,
אַלע האָט אויף דער וועלט איין גאָט געשאַפֿן.
דעריבער, יודל סערדצע, זאָג איך דיר אָן,
כאָטשבע דו געהערסט צו דער גילדענער פֿאָן,

מיט דעם מינדסטן אַפֿילו צו לעבן פֿײַן,
און מיט איטלעכן בײַ דיר מטיבֿ צו זײַן.
דײַנע פּויערן און זייער הויז־געזינד,
זאָלסטו באַהאַנדלען ווי אַ פֿאָטער אַ קינד.

אַ גר און אַ פֿרעמדן אין דײַן אימעניע,
לאָז זיי לעבן פֿרײַ בעזאָגראַניטשעניע.
דו זאָלסט זיי ניט קוועטשן, זאָלסט זיי ניט דריקן,
זאָלסט זיי צו פֿיל אין קאָפּ ניט אַרײַנקוקן,

זאָל יעדער זיך זיצן אומ׳טום ווי ער וויל,
און זיך דאָרטן באַשעפֿטיקן רויִק, שטיל.
פֿאַר אַ גר און אַ היגן, פֿאַר אָר׳ם און רײַך,
איין געזעץ און איין משפּט פֿאַר אַלע גלײַך.

ווען מענטשן פֿילן זיי זענען פֿרײַ,
דינען זיי דעם לאַנד אַלע געטרײַ.
מיט אַ פֿאַרגעניגן האָט יודל געטאָן אַלצדינג,
וואָס זי האָט אים געזאָגט מיט איר זיסער צינג.

ער האָט געאַקערט, געזייט זײַנע פֿעלדער,
זיך באַשעפֿטיקט מיט ווײַנגערטנער און וועלדער.
האָט אויף דער פּאַשע געפֿיטערט זײַנע פֿי,
אַכטונג געגעבן צו די שאָף, צו די קי.

יענע דרײַ זאַכן, די זײַלן פֿון דער וועלט,
וואָס די וועלט אין גאַנצן איז אויף זיי געשטעלט:
לערנען, אַרבעטן און יענעם גוטס צו טאָן
זענען בײַ יודלען געשטאַנען אויבן אָן.

פֿון אַלטע צײַטן איז זײַן שטייגער געווען,
אַראָפּ צו נעמען אַ פּראָצענט איינס פֿון צען,
פֿון די אַלע תּבֿואות, וואָס ער האָט געהאַט,
אלמנות, יתומים, אָר׳מע זאָלן זײַן זאַט.

בזכות זײַן גוטסקייט, זײַן אַרבעט און מלאָכה,
איז אומעטום געווען מזל און ברכה.

די פּאָעמע איז לאַנג, אָבער פֿול מיט שיינע שטעלן וועגן יודלס לעבן אין דער וועלט. עס איז אַ שאָד זיי איבערצוהיפּן. מיט דער פּאָעמע וועגן יודל נעמען מיר אויך אַרײַן מענדעלע מוכר־ספֿרים אין דער גאַלעריע פֿון "פּערל"־שרײַבער.