מע פֿײַערט איצט 40 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער באַוועגונג פֿאַר סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. ס׳איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער דאַטע, אַז מע האָט פֿון די סאָוועטישע אַרכיוון אָקערשט אויסגעגראָבן אַן אינטערעסאַנטע סטאַטיסטיק מכּוח די ערשטע יאָרן פֿון דער עמיגראַציע.
אין די 1960ער יאָרן איז די ייִדישע עמיגראַציע נאָך געווען אַ גאַנץ עקזאָטישע זאַך. די רייד איז געגאַנגען וועגן הונדערטער פֿאַלן, ווען די מלוכה האָט דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.
דער מצבֿ האָט זיך געביטן אין 1971, ווען לעאָניד ברעזשנעוו, דער דעמאָלטיקער סאָוועטישער פּאַרטיי-פֿירער (וועמענס ווײַב איז, אַגבֿ, געווען אַ ייִדישע), האָט באַשלאָסן צו עפֿענען אַ ביסל ברייטער די טויערן פֿאַר די ייִדן, וואָס האָבן געוואָלט "זיך פֿאַראייניקן מיט זייערע קרובֿים" אין ישׂראל. דערמיט האָט ער געפּרוּווט זיך אויספֿײַנען פֿאַר דער מערבֿדיקער וועלט און מאַכט עטוואָס וואַרעמער דעם קלימאַט פֿון דער קאַלטער מלחמה. אַזוי צי אַזוי, אָבער ברעזשנעווס באַשלוס איז בלי-ספֿק געווען אַ וויכטיקער ווענדפּונקט אין דעם גאַנצן ענין: אין 1972 האָבן 25,523 טויזנט ייִדן באַקומען אַ דערלויבעניש צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
עס שאַפֿן זיך אַן אײַנדרוק, אַז די הײַנטיקע זשורנאַליסטן חידושן זיך אָפֿט מאָל בײַם לייענען די סטאַטיסטישע אַרכיוו-מאַטעריאַלן (זען, אַ שטייגער, סאַנאַ קראַסיקאָווס אַרטיקל אין אונדזער שוועסטער-צײַטונג Forward, דעם 14טן דעצעמבער). עס זעט זיי אויס מאָדנע, אַז צווישן אָט די סאָוועטישע עמיגראַנטן זײַנען געווען אין גאַנצן 2,840 יחידים מיט אַ העכערער בילדונג, און בלויז 40 מענטשן האָבן געהאַט פֿאַרטיידיקט דאָקטאָראַטן. די איבעריקע האָבן געהערט מער אָדער ווייניקער צו "פּראָסטע ייִדן". נאָך מער: ס׳רובֿ עמיגראַנטן זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון גרוזיע, ליטע, לעטלאַנד, אוזבעקיסטאַן און אַנדערע גאָר ניט קיין צענטראַלע סאָוועטישע געגנטן. ווייניקער פֿון 1 פּראָצענט האָבן ערבֿ זייער עמיגראַציע געוווינט אין מאָסקווע צי לענינגראַד.
אין דער אמתן, פֿאַרשטיי איך ניט, פֿאַר וואָס די דאָזיקע סטאַטיסטיק ווערט אונטערגעטראָגן ממש ווי אַ שרײַענדיקע סענסאַציע. איך האָב אַ חשד, אַז פֿאַר די געלערנטע, וואָס פֿאָרשן די שטראָמען פֿון ייִדישער מיגראַציע, איז עס גאָר ניט קיין נאָווינע. אַ סבֿרא, אַז כּמעט די זעלבע ציפֿערן האָט מען געקענט שוין לאַנג צוריק באַקומען פֿון די אַרכיוון אין ישׂראל, וווּהין די עולים זײַנען סוף-כּל-סוף אָנגעקומען, אָדער אין די אַמעריקאַנער אַרכיוון — אין שײַכות מיט די עמיגראַנטן, וואָס האָבן פֿאַרקערעוועט פֿונעם וועג, וואָס האָט געפֿירט אויף דרום, און האָבן באַשלאָסן צו פֿאָרן אויף מערבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אָבער אַפֿילו אָן דער דאָזיקער סטאַטיסטיק איז מיר געווען קלאָר, אַז בײַם אָנהייב האָבן זיך קיין ישׂראל אַ צי געטאָן מער טראַדיציאָנעלע (ספֿרדישע בתוכם) ייִדן, ווי אויך די ייִדן וואָס האָבן געהאַט ווייניקער וואָס צו פֿאַרלירן. אַן אויסגעלערנטער מענטש האָט דאָך בדרך-כּלל געהאַט אַ קוואַליפֿיצירטע אָדער אַפֿילו אַ הויך-קוואַליפֿיצירטע אַרבעט און געלעבט רעלאַטיוו ניט שלעכט, לכל-הפּחות לויט די סאָוועטישע מאָסן פֿון שפֿע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אַן אויסגעלערנטער סאָוועטישער ייִד האָט אָפֿט מאָל געהאַט ערנסטע באַוואָרענישן וועגן דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. די פּראָפּאַגאַנדיסטישע מי איז דאָך ניט אין גאַנצן געגאַנגען לאיבוד.
דער דאָזיקער גרויסשטאָטישער, אינטעלעקטועלער עולם האָט זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן שפּעטער — ווען עס זײַנען שטאַרקער געוואָרן די ציוניסטישע שטימונגען און ווען עס האָט זיך בעסער אײַנגעטראַמבעוועט דער דרך-המלך קיין אַמעריקע: דורך ווין און רוים. די ציוניסטיש-געשטימטע אינטעלעקטואַלן זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געפֿאָרן קיין ישׂראל, אָבער נאָך מער מענטשן פֿלעגן אויסקלײַבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס האָט אויך גענומען אַרבעטן דער "שנייקויל"-עפֿעקט: אַ נאָענטער חבֿר פֿון ירושלים צי ניו-יאָרק האָט געשריבן באַגײַסטערטע בריוו, מיט שיינע פֿאָטאָס (למשל, "אָט בין איך לעבן מײַן נײַעם אויטאָ"), אָדער די משפּחה איז געפֿאָרן צו פֿאַראייניקן זיך מיט דעם ברודער, שוועסטערקינד וכד׳, וואָס האָט זיך באַזעצט מחוץ דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד מיט עטלעכע יאָר פֿריִער.
אַ בעל-מלאכה צי אַ מענטש פֿון מיסחר האָט אפֿשר פֿאַרדינט אַפֿילו מער פֿון אַ דאָקטער צי אַן אינזשעניר, אָבער ער האָט אָפֿט מאָל מורא געהאַט צו ווײַזן זײַנע "זײַטיקע" געלטער, געהאַלטן זיי "אונטערן מאַטראַץ", און בכלל האָט געציטערט אַז מע וועט אים סוף-כּל-סוף נעמען אויפֿן צימבל. עמיגראַציע האָט פֿאַר אייניקע אַזעלכע לײַט אויסגעזען ווי אַ סגולה פֿאַר שלאָפֿלאָזע נעכט. באַזונדערס שווער האָבן דעם סאָוועטישן רעזשים איבערגעטראָגן די רעשטלעך פֿון ייִדישע שטעטלעך, בפֿרט די מענטשן וואָס האָבן ליב געהאַט און געוווּסט ווי אַזוי צו פֿירן געשעפֿטן. אין דער סאָוועטישער עקאָנאָמיע איז דאָך שטענדיק געווען אַ גרויסער "שוואַרצער" און "גרויער" עקאָנאָמישער סעקטאָר, וווּ מע האָט געמאַכט צו מאָל פֿאַנטאַסטישע געשעפֿטן.
אָפֿט פֿלעגט עס זיך אָנהייבן פֿון דעם, אַז ערגעץ האָט מען אויסגעאַרבעט אַ סחורה, וועלכע איז ניט אַרײַנגעפֿאַלן אין אָפֿיציעלע באַריכטן. דערנאָך האָט מען די דאָזיקע סחורה פֿאַרקויפֿט, צו מאָל אַפֿילו דורך סאָוועטישע קראָמען, בפֿרט נאָך, אַז כּמעט אַלץ האָט געהערט צו דער קאַטעגאָריע פֿון "דעפֿיציט". סײַ די פּראָדוצירער פֿון דער ניט-אָפֿיציעלער סחורה, סײַ די פֿאַרקויפֿער האָבן ריזיקירט, ווײַל מע האָט געקענט זיך אַרײַנכאַפּן און פֿאַרברענגען יאָרן אין תּפֿיסה. פֿאַר גאָר ריזיקע אָפּעראַציעס האָט מען געקענט שטעלן צום ווענטל. ס׳איז קיין חידוש ניט, אַז מענטשן פֿון דער אונטערנעמערישער קאַטעגאָריע האָט מען תּמיד געפֿינען צווישן די עמיגראַנטן. אייניקע פֿון זיי זײַנען אין אויסלאַנד געוואָרן הצלחהדיקע קאָמערסאַנטן.
הקיצור, ריין נאַציאָנאַל-אידעאָלאָגיש איז די סאָוועטיש-ייִדישע עמיגראַציע קיין מאָל ניט געווען. אויב שוין רעדן וועגן אַ מער ממשותדיקן אידעאָלאָגישן קאָמפּאָנענט פֿון דעם דאָזיקן ענין, מוז מען דערמאָנען די אַנטוישונג אין קאָמוניזם. אַנטוישט זײַנען געווען, פֿאַרשטייט זיך, ניט נאָר די ייִדן, אָבער דווקא די ייִדן האָבן — אַ דאַנק דער ברייטער נאַציאָנאַל-אידעאָלאָגישער קאַמפּאַניע אין מערבֿ — באַקומען די מעגלעכקייט אַרויסצופֿאָרן און זיך באַזעצן אין אויסלאַנד.
מיט דעם איז טאַקע פֿאַרבונדן דער שטיקל שאָק פֿון די מערבֿדיקע ייִדן, ווען זיי האָבן דערזען, אַז דער רעאַלער סאָוועטיש-ייִדישער יחיד איז גאַנץ ווײַט פֿון די אויסגעחלומטע אימאַזשן. די סטאַטיסטיק פֿון אָנהייב 1970ער יאָרן ווײַזט נאָך אַ מאָל אויף דעם אונטערשייד צווישן דער רעאַלקייט פֿון די מיטאָסן.